ידידינו ר' שמעקעדיג האט שוין א ביסל בארירט די נקודה...
עס איז דא 2 באזונדערע ענינים דא:
א) צו עס פעלט בכלל אויס א שומרים.
ב) צו עס הייסט התגרות באימות.
לאמיר אנפאנגען מיט ב' וואס מיינט התגרות באימות?
זייער א סאך מענטשען האבן ארויס דאס התגרות באימות זייער נישט קלאר. מען מיינט אז התגרות באימות מיינט מרבה זיין אנטיסעמעטיזם, עס איז בכלל נישט ריכטיג, מרבה זיין אנטיסעמעטיזם איז נישט אזוי ווייט קיין איסור, עס איז א מער פארברעך קעגן די מענטשהייט, אריין לייגן כלל ישראל אין א סכנה גייט אריין בגדר רציחה ממש..... אבער נישט דאס איז די איסר פון התגרות באימות....
דער איסור פון התגרות באימות איז א פיליאלע פונעם איסור שלא ימרדו באימות, וואס איז פון די שביעות וואס דער אייבישטער האט באשוואוירען די אידן אין גלות.. אז מען טאר נישט רעוואלטירן קעגען דעם גזירות הגלות און ארויס ווייזען נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט, אויב אבער מען ווייזט נישט ארויס קיין נאציאנאלקייט און אראפווארפן פון זיך דעם עול הגלות, איז עס נישט אין דעם גדר פינעם איסר פון התגרות באימות.
איצט אזוי: שומרים ווייזט נישט ארויס קיין אראפווארפן עול הגלות. אדער קיין נאציאנאלקייט, דעריבער איז אומפארשטענדליך פארוואס מאנכע שרייען התגרות, וואס יא? עס איז מרבה אנטיסעמעטיזם!, דער גוי וואס צאהלט שטייער און באקומט פראטעקציע און שוץ פון די פאליציי קען נישט דערליידען דער פאקט אז פאר די אידעלעך מיט די האדעסיס איז נישט גענוג גוט די אלגעמיינע פאליצייאישע שוץ, ניין זיי זענען מער זיי מיזן האבן מער שוץ, זיי מיזן האבן אייגענע לעלוס, ווי פארשטענדליך קען עס א נארמאלער שטייערצאהלער גוי נישט פארליידן, און עס גיבט אים נישט צו קיין ליבשאפט צום איד......
יעצט לאמיר גיין צום ערשטען....
אין די כ' יארן ווען הרב משה האפמאן האט מייסד געווען די שומרים איז דער מצב אינעם טריבען געטא וויליפעסט געווען כאאס, די מצב אין וויליפעסט געווען איום ונורא, עס האט בכלל דאן געהערשט אן הפקרות אין די וועלט די אמעריקאנער יונגווארג האט אנגעהויבן אוועק צו ווארפן דעם אנצוג מיטן נעקטיי, מיטן הוט, און זיך אנגעהויבן צו באקליידן מיט צוריסינע דשינס און מאדענע טי שערטס, און אויער רינגלעך אויף די נאניעס, און שרעקעדיגע שלענג טאטוס אויפן גאנצען גוף, און זענען פארוואנדעלט געווארן פאר הפקר און גזעץ לאזע יונגען, דאס האט אנגעברענגט א פארפלייצונג פון פארברעכען אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן..... גניבות און רציחות זענען געווען רוטין.... און די געזעץ היטער זענען געשטאנען הילפלאז.....
דער ר' משה האט נישט געקענט צו קיקן ווי אידיש געלט ווערט גערויבט, און ווי געשעפטן ווערן געפילדערט דירך די יונגע שקוצים, און זקינים ונערים ווערן צו שלאגען אין די גאסען, זיין אידיש הארץ האט דאס נישט געקענעט פארנעמען, דעריבער האט ער גרופירט א גרופע ערענסטע מענטשען, און נגעהויבן צו פאטראלירן די גאסן, און אויב האט מען געכאפט א גוי דירך פירן א גניבה, האט מען אים מכבד געווען מיט אזאנע מכות, אדש אז דער אותו איש זעלבס צו וועם דער גוי האט געשריגען פאר זיינע צרות, איז כמעט פארטויבט געווארן, און נאך בעפאר די פאליציי איז נאר אנגעקומען צום כאפצעם צענע, איז שוין נישט געווען קיין זכר פון די שומרים מעמבער, זיי האבן בס''ה געדארפט רופן אן שטאטישער אמבעלונס וואס זאל דעם צומזיקטען ערל אריין פירן קיין בעלוויו (אויב ער איז נאך געווען צווישען די לעבעדיגע) אזוי ארום האבן די יונגע שקצים אנגעהויבן איינצוזעהן, אז דדירך פירן א גניבה אין וויליפעסט, מיינט אהיים צו קומען א מרוח אשך אן קיין ציין, און א אויסגעשאסען אויג.... אזוי ארום האט ארדענונג ציריק אנגעהויבן הערשען אין געטא.....
הייינט אבער איז די שומרים א אומווירקזאמע ארגענעזאציע, וואס קיינער דארף נישט און קיינער שעצט נישט, די לעלוס מיט וואס זיי שמייסען ווען א מאדענאויסזעהנער ערל באווייזט זיך אין געטא, עקעלט און גרוילט פאר די מענטשהייט, עס איז שוין העכסט צייט דאס אויסצוראטען מיטן ווארצעל...... זאלן די לעלא שטינקערס זיך טרעפן אנדערע אופנים ווי אזוי ארויף צו ברענגען אויף זיך, דאס אויפמערזאמקייט..... די פאליציי מאכט היינט א גוטע ארבייט און קומען אן גאר שנעל, און די פארברעכן ראטע איז גאלד קעגן אמאהל...... מיר צאהלן שטייער פאר פאליצייאישע שוץ, לאמיר געניסען דערפון..........