Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • בד"ה הגה"צ ר' אלחנן האלפערין זצ"ל פון לאנדאן

קאווע שטיבל • בד"ה הגה"צ ר' אלחנן האלפערין זצ"ל פון לאנדאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8302
דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:40 pm#254314
בד"ה הגה"צ ר' אלחנן האלפערין זצ"ל פון לאנדאן
עס איז יעצט נפטר געווארן הגה"צ ר' אלחנן האלפערין זצ"ל פון לאנדאן. ער איז געוועהן פון די עלצטע היימישע רבנים און א דיין און רב אין גאלדערס גרין פאר צענליגע יארן.
דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:42 pm#254316
ביי שריפת חמץ
דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:49 pm#254318
בד"ה
דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:02 pm#254322
ברוך דיין אמת
מחותן הדור
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:20 pm#254347
הלווית הגאון הצדיק רבי אלחנן הלפרין זצ"ל אב"ד ראדומישלא וגאב"ד גולדרס גרין בלונדון ונשיא התאחדות קהילות החרדים תצא בשעה 9 בבוקר מבית מדרשו בית שמואל בשכונת גולדרס גרין בדרכו לארץ ישראל.
בשורות טובות
דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:05 pm#254362
אה נאו זאג מיר נישט וואס האט פאסירט ? ער איז קראנק געווען ?
דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:23 pm#254370
ער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 93 יאר , נאכן זיין די לעצטערע וואכן אין שפיטאל ליידענדיג אויף די נירען ,
געבוירן איז ער בשנת תרפ"ב אין שטעטעל קאשוי אין טשעכסלאוואקיע , צו זיינע עלטערן דוד ומינדל האלפערין , אייניקלעך פון צאנזער רב ,אין זי א טאכטער פון ר' שמואל ענגיל זצ"ל ,
א תלמוד איז ער געווען פון זיין זיידע ר'שמואל ענגיל זצ"ל , אין ר' יששכר פרדס זצ"ל אב"ד דאנקוב ,ובשנת תרצ"ט איז ער ארויף קיין לאנדאן ,(אגב ער האט נאך זוכה געווען צו באקומן דעם טיטעל הרב הגאון !! פונעם ראגעטשובער ביי די 14 יאר דערנאך וואס ער האט געשריבן א בריעף צום ראגעטשובער ..) בשנת תרצ"ט האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' אליעזר לידזראבסקי זצ"ל , ובשנת תש"ב האט ער געעפענט דעם בית המדרש בית שמואל (היינט פון די גרויסע בתי מדרשים ) ובשנת תש"כ האט ער געעפענט דעם בית הספר פרדס ע"ש רבו רב פרדס זצ"ל , בשנת תשמ"ד האט ער איבער גענומען דעם פאסטן פון רב הקהילות בלונדון !!
זיינע ספרים וואס ער האט איבער געלאזט איז שדה אלחנן אין שיחתן של עבדי אבות , ועוד,
א תלמוד פונעם סטראפקעווער אין אזוי אויך פון דעם פשעווארסקער זצ"ל,

ער האט איבער געלאזט א דור יראים ושלמים , הלה המה חתנו האדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א , חתנו גאב"ד מאקעווע שליט"א ,חתנו האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ,בנו הרב יצחק אריה לייביש שליט"א רב ברמות ג' ,בנו הרב ישראל שמואל דוד נחום שליט"א , רב בקהילת הענדין בלאנדאן ,בנו הרב חיים שליט"א (....)
בנו הרב שלום יוסף שליט"א בניו יארק , בנו הרב משה יהודה דוב שליט"א ,רב בית שמואל (שהוקם אביו ) חתנו הרב משה חיים בראנסדורפער שליט"א , חתנו הרב יוסף משה שנייערסאן שליט"א ר"מ בישיבת טשעבין , זכר צדיק לברכה ,
דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:37 pm#254371
בד"וו חותנו מיינט א שווער מיינסט זיכער חתנו עס גלייבט זיך נישט ער זאל האבן אזוי סאך שווער'ס און נאכדערצו יונגער פון איהם
מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:25 pm#254496
לעצטע כת"י און לעצטע הסכמה
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:07 pm#254509
ספעלט דער בס"ד פונעם לעדערהעד אינטערסאנט
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:52 pm#254525
טעות
ר' משה חיים בראנסדארפער איז דער שווער פון ר' משה היילפרין דער נייע רב.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:42 pm#254710
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א תלמוד פונעם סטראפקעווער אין אזוי אויך פון דעם פשעווארסקער זצ"ל,

מיינסט מסתמה רבי איציקל זצ"ל, ווייל ער האט מכתיר געווען סיי רבי יענקעלע זצ"ל, און סיי יבלחט"א בנו די היינטיגער פשעווארסקער רבי רבי לייביש שליט"א
זונטאג פעברואר 22, 2015 12:24 am#255072
אמאל אעיז ער געוועהן א גאון מהאט געמיינט סוועט ארויסקימען שו"ת פון עם
למעשה איז ארויסגעקימען אפאהר מעשה ביכלעך וואס ער האט פארציילט
זונטאג פעברואר 22, 2015 9:52 am#255125
און וויפעל אייניקלעך און איר אייניקלעך האט ער געהאט
איך הער גוזמאות
זונטאג פעברואר 22, 2015 2:14 pm#255177
קרעקער האט געשריבן:אמאל אעיז ער געוועהן א גאון מהאט געמיינט סוועט ארויסקימען שו"ת פון עם
למעשה איז ארויסגעקימען אפאהר מעשה ביכלעך וואס ער האט פארציילט


עס איז דא 2 בענדער תשובות, על התורה, הגש"פ שוין געדרוקט
זונטאג פעברואר 22, 2015 2:14 pm#255178
קרעקער האט געשריבן:און וויפעל אייניקלעך און איר אייניקלעך האט ער געהאט
איך הער גוזמאות


מען זאגט בערך 1400
זונטאג פעברואר 22, 2015 2:24 pm#255184
[quote="אגב ער האט נאך זוכה געווען צו באקומן דעם טיטעל הרב הגאון !! פונעם ראגעטשובער ביי די 14 יאר דערנאך וואס ער האט געשריבן א בריעף צום ראגעטשובער ..) /quote]
אינטערסאנט אז איינע פון די הערות און די בריוו (געדריקט איון שו"ת צפנת פענח) איז א דער ראגאטאשווער בויט א גאנצע פשעטל אויף די לשון הפסוק לא יוכל לשלחה כל ימיו און ער מעיר פאר'ן ראגאטשווער אז אין פסוק שטייט נישט לשלחה נאר שלחה, און דער ראגאטשווער ענטפערט אים אז ער איז גערעכט נאר ער האט געקענט די פסוק פוןנעם רמב"ם און דארט שטייט אזוי די פסוק...
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:45 am#256064
לענ"ז איז דער לעצטע בריעף וואס ער האט געשריבען, געווען ביים שרייבען א המלצה בריעף זיכער געמאכט צו מקיים זיין דער באבובער פסק דין.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:07 pm#256096
אי"ה מארגן קומט פאר די ברית מילה פון זיין אייניקעל. די ערשטע לאחר פטירתו ,
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:39 pm#256114
גערעכט די בריוו איז איין טאג שפעטער