Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » איך וויל פארשטיין.

איך וויל פארשטיין.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8305
מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:17 pm#254419
איך וויל פארשטיין.
טייערע חברים חברי השטיבל.

אזוי ווי לעצטנס איז דא זייער שטיל וואלט איך געוואלט אנטראגן עטליכע נושאים וואס דארפן באשריבן ווערן, און ס'געפינט זיך נאך נישט אויפן געוועב.

1) מחלוקת קראסנא מיט כוונת הלב, פארוואס דין תורה האט געפאסקענט פאר קראסנא, ווי האט בכלל דער קראסנער די ביצים זיך צו שלאגן מיט דעם כוונת הלב רב, דאקומענטן פון פסק דין וכדומה, פאשקעווילן אויב ס'איז געווען.

2) ווי איז יוסי בראך דער אלטער ראדאקטער פון דער בלאט באגראבען היינט.

3) מחלוקת סאטמאר מאנסי עם הרב טויבענפעלד אב"ד חרדים. פארוואס האט מען אים פארטריבען? עכ"פ וועלכע סיבה האט מען געגעבן פאר די גאס, האבן זיי היינט חרטה, איז עס געווען אויסגעהאלטן.

4) וואס איז פארגעגאנגען און ספינקא מיט רבי אביש און רבי בעריש? איז טאקע דא וואס האלטן אז רבי אביש איז געווען מער געלונגען? פארוואס האט די גאס צוגעלאזט די רדיפות? פארוואס האבן עס די ברידער צוגעלאזט? ווען ס'וואלט דאן געווען קאווע שטיבל וואלט מען עס געקענט אפשטעלן?

5) פארוואס האבן די אלטע חשובי ברסלב א שטייגער ווי רבי לוי יצחק בענדער געפירט א מערכה מיטן מוהרא"ש?

6) וואס גייט פאר און טאהש מיט 550, קומט זיך זיי טאקע מ'זאל זיי רודפן? מוזן זיי מיט גיין מיט די הנהגה פון משה ראטמאן מיט אב"ד טאהש, אדער זיי מעגן אליין האבן א מיינונג?

7) וואדריזש. פארוואס האט רבי יצחק'ל וואדריזשער אהין געמופט? פארוואס האט זיך דאס ווייב געלאזט פון אים, ווי האט ער זיך צושלאגן מיט הרב קעפעטש וואס האט שוין אוועק געמופט.

8) קאשוי. וואס גייט זיין מיט די שטעטעלע דארט? דער עולם מופט אוועק צוביסלעך, קיין נייע קומען נישט צו, די פראפערטי איז ווערט מיליונען, ווער גייט רייך ווערן.

9) פארוואס האט רבי אליעזר חיים בלום בכלל געוואינט אין סקווירא און פארוואס האט מען אים פארטריבען.

10) וואס פונקטליך איז פאר געגאנגען מיט די שטיין אין פראנט פון 770 אז די נישט משחיסטן האבן זיך אזוי מוסר נפש געוועהן דאס אראפ צו פליקן, ווי האלט דער מערכה דארט צווישן די משחיסטן און נישט משחיסטן.

11) וואס גייט פאר און גר מיט די ראש ישיבה און די רבי.

12) וואס איז פאר געגאנגען מיט הערש וועבער און חברה הצלה.

13) וואס איז געווען די מערכה מיט שנעבאלג סטרעליסק'ע רב און וויליאמסבורג.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:39 pm#254420
עזריאל, דו גייסט נישט אין מקוה?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:06 pm#254434
עזריאל@ עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט א
מיני חיים שאולזאהן...
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:17 pm#254437
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עזריאל@ עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט א
מיני חיים שאולזאהן...

ניין. איך זאג איהם א יישר כח. ער רירט אן זייער וויכטיגע נקודות פון פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די אידישע גאס. דער עולם איז בארעכטיגט צו וויסן דעם הינטערגרונד און די סוף פון די אלע פרשיות וועלכע עזריאל האט דערמאנט...יישר כח, עזריאל...!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:19 pm#254439
ירח בן יומו האט געשריבן:עזריאל, דו גייסט נישט אין מקוה?

וואסי פשט?.. אפשר ווען ער וואלט געגאנגען אין מקוה וואלט ער געהאט טהור'ע מחשבות און נישט קיין מחשבות פון מינות, ח"ו רח"ל מהאי דעתא... :roll:
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:25 pm#254442
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עזריאל@ עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט א
מיני חיים שאולזאהן...

ניין. איך זאג איהם א יישר כח. ער רירט אן זייער וויכטיגע נקודות פון פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די אידישע גאס. דער עולם איז בארעכטיגט צו וויסן דעם הינטערגרונד און די סוף פון די אלע פרשיות וועלכע עזריאל האט דערמאנט...יישר כח, עזריאל...!

איך האלט אויך אז היסטוריה דארף מען וויסן אן קיין חסירות ויתירות !! אין עס איז גוט אמאל צו פארפירן א שמיעס אין צוזאם קאלעקטען די סיפורים שעשו כשיריים...
אבער עס קוקט אויס ווי ער לעבט אויף מישן אין טינופת ..(איי עם סארי פאר די עקספרעשן ,)

אבער עזריאל איך גיב דיר קרעדיט , אין איך וועל פראבירען מוסף זיין נופך משלי !!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:30 pm#254444
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עזריאל@ עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט א
מיני חיים שאולזאהן...

און אפשר חיים שאולזאהן אליין?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:12 pm#254459
לאמיר פראבירן אנצופאנגן מיט קראסנה.
די קראסנער איז געווען יונג מיט היציג בליט. דערצו האט ער געהאט די שטיצע פון די ראשי הקהילה - פישמאנס. בנוסף האט ער געפילט אז ער איז א זון און רש"ז איז א שוואגער.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:21 pm#254460
איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:34 pm#254467
רבותי!!!
איך וויל נאר וויסן צו מעג מען רעדן לשה''ר אויף אינטערנעט איז דא א היתר פין די חפץ חיים .....................
מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:24 pm#254479
berlbalaguleh האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:עזריאל, דו גייסט נישט אין מקוה?

וואסי פשט?.. אפשר ווען ער וואלט געגאנגען אין מקוה וואלט ער געהאט טהור'ע מחשבות און נישט קיין מחשבות פון מינות, ח"ו רח"ל מהאי דעתא... :roll:

ווי האסטו געזעהן מיין מינות?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:42 pm#254521
אנוכי וועלט
אלערט
מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:52 pm#254576
שוין איך האב שוין גילטי פילינגס וועגן דעם אשכול וואס איך האב דא געפענט. ווייסט איינער פון א פסיכיאטער פאר מיר?
און פאקט האב איך געהאט אנגעגרייט היינט ביי די הכנות א ליסט פון 50 אלטע פאליטיקס און ארויף געלייגט האב איך נאר די 13 וואס זענען נישט אזוי קאנטעוועירשאל.
אפשר דארף איך שוין אויפהערן מיט די שטותים.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:00 am#254589
לית דין בר נש האט געשריבן:איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?

סארי כ'האב נישט צוגעענדיגט די סענטענס. ער האט געפילט אז וויבאלט ער איז א זון און רש" ז איז א שוואגער, קומט זיך עס אים בתורת ירושה.
און דאס וואס כ'האב געשריבן אז ער איז געווען "יונג מיט היציג בליט", האב איך געוואלט ארויסברענגן אז כאטשיג ער האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים (און מיט רעכט) ווען ער וואלט אבער געווען עלטער, וואלט אים מסתמה נישט געווען אזוי גרינג זיך צו פארטשעפענען מיט זיין חשוב'ן פעטער.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:45 am#254626
עזריאל האט געשריבן:טייערע חברים חברי השטיבל.

אזוי ווי לעצטנס איז דא זייער שטיל וואלט איך געוואלט אנטראגן עטליכע נושאים וואס דארפן באשריבן ווערן, און ס'געפינט זיך נאך נישט אויפן געוועב.

1) מחלוקת קראסנא מיט כוונת הלב, פארוואס דין תורה האט געפאסקענט פאר קראסנא, ווי האט בכלל דער קראסנער די ביצים זיך צו שלאגן מיט דעם כוונת הלב רב, דאקומענטן פון פסק דין וכדומה, פאשקעווילן אויב ס'איז געווען.

2) ווי איז יוסי בראך דער אלטער ראדאקטער פון דער בלאט באגראבען היינט.

3) מחלוקת סאטמאר מאנסי עם הרב טויבענפעלד אב"ד חרדים. פארוואס האט מען אים פארטריבען? עכ"פ וועלכע סיבה האט מען געגעבן פאר די גאס, האבן זיי היינט חרטה, איז עס געווען אויסגעהאלטן.

4) וואס איז פארגעגאנגען און ספינקא מיט רבי אביש און רבי בעריש? איז טאקע דא וואס האלטן אז רבי אביש איז געווען מער געלונגען? פארוואס האט די גאס צוגעלאזט די רדיפות? פארוואס האבן עס די ברידער צוגעלאזט? ווען ס'וואלט דאן געווען קאווע שטיבל וואלט מען עס געקענט אפשטעלן?

5) פארוואס האבן די אלטע חשובי ברסלב א שטייגער ווי רבי לוי יצחק בענדער געפירט א מערכה מיטן מוהרא"ש?

6) וואס גייט פאר און טאהש מיט 550, קומט זיך זיי טאקע מ'זאל זיי רודפן? מוזן זיי מיט גיין מיט די הנהגה פון משה ראטמאן מיט אב"ד טאהש, אדער זיי מעגן אליין האבן א מיינונג?

7) וואדריזש. פארוואס האט רבי יצחק'ל וואדריזשער אהין געמופט? פארוואס האט זיך דאס ווייב געלאזט פון אים, ווי האט ער זיך צושלאגן מיט הרב קעפעטש וואס האט שוין אוועק געמופט.

8) קאשוי. וואס גייט זיין מיט די שטעטעלע דארט? דער עולם מופט אוועק צוביסלעך, קיין נייע קומען נישט צו, די פראפערטי איז ווערט מיליונען, ווער גייט רייך ווערן.

9) פארוואס האט רבי אליעזר חיים בלום בכלל געוואינט אין סקווירא און פארוואס האט מען אים פארטריבען.

10) וואס פונקטליך איז פאר געגאנגען מיט די שטיין אין פראנט פון 770 אז די נישט משחיסטן האבן זיך אזוי מוסר נפש געוועהן דאס אראפ צו פליקן, ווי האלט דער מערכה דארט צווישן די משחיסטן און נישט משחיסטן.

11) וואס גייט פאר און גר מיט די ראש ישיבה און די רבי.

12) וואס איז פאר געגאנגען מיט הערש וועבער און חברה הצלה.

13) וואס איז געווען די מערכה מיט שנעבאלג סטרעליסק'ע רב און וויליאמסבורג.


די ענטפער פון די אלע מחלוקה קשיות זענען ליידער... ווער עס האט די מאה, האט די דעה...

געלט (און כבוד) איז אלע מאהל אריינגעמישט. צו וויל ער דאס געלט אדער האט ער געגנבט דאס געלט אדער אפי' איינער אינטערגעשמירט מיט געלט.

און די זעלבע מיט כבוד. צו וויל ער דאס כבוד, אדער וויל ער אז דער אנדערער זאל "נישט" האבען דא כבוד. אדער האט ער צוגעזאגט צו געבען כבוד.

ווען מען באטראכט איעדע מחלוקה אויף די וועג קען מען אלעס פארשטיין.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:26 pm#254693
.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:18 pm#254735
ארויף מיטן קליפ
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:15 pm#254757
שמעון וואלף האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?

סארי כ'האב נישט צוגעענדיגט די סענטענס. ער האט געפילט אז וויבאלט ער איז א זון און רש" ז איז א שוואגער, קומט זיך עס אים בתורת ירושה.
און דאס וואס כ'האב געשריבן אז ער איז געווען "יונג מיט היציג בליט", האב איך געוואלט ארויסברענגן אז כאטשיג ער האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים (און מיט רעכט) ווען ער וואלט אבער געווען עלטער, וואלט אים מסתמה נישט געווען אזוי גרינג זיך צו פארטשעפענען מיט זיין חשוב'ן פעטער.

זייענדיג אביסל אינוואלווד בשעתו, מיין אינוואלוומענט איז באשטאנען פון וואוינען בשכינות, דאכט זיך מיר אז דער פייט האט אנגעהויבן דער פעטער.

דער נעפיו איז געווען רב הצעיר, און מען האט אים געוואלט ארויסעסן דערפון, און דער סך הכל איז געבליבן אז דער אינגערמאן איז געווארן קראסנא רב, און דער פעטער האט געקליבן א נאמען.

טראכטענדיג אויף צוריק, פארוואס האט ער נישט געקליבן קראסנא 43....

למעשה איז ער געבליבן מיטן אלטן אריגינעלע בנין הביהמ"ד