שמעקל, ער מיינט מסתמא דאס ארום גיין אלץ בחור. ס'איז אזא עקעלהאפטיגע מנהג וואס פארעקלט דאס גאנצע יום טוב. די קליינע פאנד רעיזערלעך שלא טעמו טעם דאלער איז מען מחנך פון די פעמפערסווייז אן פורש טלפים צו זיין און בעטן א נדבה, ס'הייסט אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועט דאך דער ראציגע צוקופנטיגע כולל יונגערמאן לעבן אויפן פאבליק דיים, דארף ער זיך פון קינדווייז אן אויסלערנען וויאזוי צו בעטן א נדבה אן די מינדעסטע בושה, ס'וועט עם גוט צוניץ קומען ביים בעטן געלט פון שווער, קמחא דפסחא, מעדיקעיד אפיס, וואוטשערס, און ביים טיי אווענט ווען ער וועט חתונה מאכן. אונז זעמער דאך געשאלטן געווארן צו זיין ביישנים רחמנים און גומלי חסדים, מוז מען דאס יונג ביימל אוועקבייגן צום פארקערטן ריכטונג ווען די בוים איז נאך בויגזאם, זאל זיך נישט שעמען, נישט רחמנות האבן צו רייטן, און זיין אויפן אנדערע זייט פון די גומלי חסדים, ער זאל זיין פון די נגמלים. לערענט מען אויס אין חדר אריינצושטעקן דעם ריסיט בוך צו יעדע טאטע אין נאז אריין. זיצן זיך משפחות געמיטליך און עסן א סעודה, רוקן זיך אן א כאפטע צווילדוועטע שיכור'ע בחורים, 250 פונט יעדע איינס, פלאס א באמבאסטישע ספיקער וואס קען אויפוועקן טויטע, און מ'נעמט זיך טאנצן אין די הייעך ווייל א האלב שיכורע גביר פון נעכטן נאכט האט א פעטיש צו זען שוויציגע בחורים און האט געזאגט אז די מער זיי עלן שוויצן די גרעסער וועט די טשעק זיין. און פאר יעדע גלאז קרים מאלאגא וואס די בחורים טרונקען מאכן זיי נאך א צענער. קריכטס אראפ פון מיר, קיינער דארף נישט ענקער מאבילס, ניאמאל ענקער סטרעטשט האממערס, אויך נישט ענקער טרעפיק און נויז, פיצט צוריק אין ישיבה און טוט דארט וואס איר טוט א גאנצע זמן, גארנישט. העיקר, ביטע קריכט אראפ פון מיר. מתנות לאביונים וועל איך געבן פאר ריכטיגע אביונים, און מיין ווערסיע פון שמחה און דיין ווערסיע האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, סא פליז, זיי מיר נישט משמח.