Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » סאטמאר רבי בעל ויואל משה: קיינער פארשטייט מיך נישט

סאטמאר רבי בעל ויואל משה: קיינער פארשטייט מיך נישט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 93 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8392
פרייטאג מערץ 06, 2015 4:59 pm#257306
סאטמאר רבי בעל ויואל משה: קיינער פארשטייט מיך נישט
מ'זאגט אסאך נאך פון סאטמאר רבי אז ער האט געזאגט אז קיינער פארשטייט אים נישט באמת. קיין שום גדול פון זיין תקופה , קיין שום עסקן , קיינער האט נישט פארשטאנען די דקות פון זיין שיטה , און ער האט געהאלטען אז אפילו זיינע נאנטע חסידים און רבנים זענען אדער צו ליבעראל אדער צו עקזטרעם פון זיין אמת'ע שיטה.

וויל איך פארשטיין , לשיטת די וואס האלטען אז סאטמאר רבי'ס שיטה איז די אמת'ע שיטה און בעצם וואלט גאנץ כלל ישראל געדארפט אזוי האלטן , איז שוין אמאל געוועהן אין די אידישע היסטאריע וואס כלל ישראל זאל אננעמען א שיטה פון איין גדול בישראל וואס דעי גדול אליין האט געוויסט אז ער איז די איינציגסטער (אדער כמעט איינציגסטער) וואס פארשטייט די שיטה?
פרייטאג מערץ 06, 2015 5:02 pm#257310
ער האט טאקע אזוי געזאגט? יעדער איינער אויף די וועלט באמת פארשטייט קיינער נישט אינגאנצן, ער איז נישט די ערשטער און נישט די לעצטער.. נאר די חילוק פון נישט פארשטיין און זיך דינגען איז נישט אזוי גרויס. אז איך פארשטיי נישט ווי דיר איז טייטש איך דינג זיך מיט דיר, דאס אז איך פארשטיי נישט איז דאך טאקע וויבאלד איך דינג זיך, עס איז נישט אז בעצם דינג איך זיך נישט ווען איך וואלט פארשטאנען. וכן לאידך גיסא ודו"ק.
פרייטאג מערץ 06, 2015 5:17 pm#257313
ס'איז נישט קיין קשיא קעגן זיין שיטה. סאטמארער רב האט געהאלטן אז די אויסערליכע פארשריפט פון זיין שיטה איז זעלבסטפארשטענדליך פאר אלעמען, נאר די דקות'דיגע פרטים איז שווער מסביר צו זיין גענוי.

צו טרעפן דעם גענויען באלאנס צווישן אהבת ארץ-ישראל און שנאת הציונות, אהבת ישראל און שנאת הכפירה (פארשטייט זיך אז די דעפינירונג פון כפירה איז געווען ביי אים זייער אייגנארטיג...), ווי אויך צו טרעפן דעם באלאנס צווישן מוחה זיין קעגן ציונות נאר אויפ'ן סמך פון חז"ל און נישט אויפ'ן סמך פון אוניווערסאלע תביעות (להוציא מן הנטורי קרתא און לכאורה אויך נטרונא), איז אים נישט אנגעקומען גרינג.

ביי מיר איז עס א סיבה וואס לייגט צו רעספעקט צו דעם מענטש און זיין וועג פון טראכטן.
פרייטאג מערץ 06, 2015 5:44 pm#257315
קיינער פארשטייט נישט פארוואס צאנזע רב האט פאר'חמצ'ט מאשין מצות. ער אליין האט געזאגט אז די טעם איז פארהוילן.
פרייטאג מערץ 06, 2015 5:58 pm#257316
ATUB @המלוכה והממשלה ATUB גוט געפרעגט, כ'האב דאס שוין געפרעגט אפאר מאל די גרויסע קארפען קעפ פון נטרונה, ווי טרעפט מען א מצווה אין די תורה וואס נאר גרויסע שארפע א''ג באמת פארשטייערס קענען די הלכה. און נאר וואס 'איך' זאג איז די אמת אליין.

און לאמיר אנעמען אז רביה''ק האט עס מקבל געווען מדור הקודם און ער האט דאס אפגעשריבען אין ויו''מ דאנסמאל פארוואס איז דא אזויפיל מחלוקות'ער און פארשטייערס אויף יעדע זאך, 'ניתי ספר ונחזי' , קומט אבער די תירוץ אז ער האט נישט געטון ווי ס'שטייט אין זיין ספר...
פרייטאג מערץ 06, 2015 6:26 pm#257317
outspoken. וואס איז ציונית אז סיז אזא נסיון נאך שווערע פון אינטערנעט?
מוצ"ש מערץ 07, 2015 9:52 pm#257328
דאס איז זיכער אז כמעט קיינער פאלגט נישט די שיטה ווייל זיי האבען אדורך געטוהן די נושא, און זענען אהנגעקומען צו די זעלבע מסקנה פין בעל ויואל משה. נאר וואס דען? די תורת הבעל שם וואס איז בטלה און האט גענומען א פארעם פין פאלגען און האלטן אז מיין רבי איז פשוט באמת גערעכט, דאס האט אים געגעבען א פלאטפארמע צו קענען קויפען צעהנליגע טויזענטער אנהענגערס וואס זאלען האלטען און בלוטיגען פאר זיין שיטה אהן עס אדורך לויפען אין זייער אייגענעם שכל.

ממילא איז שוין דיין קשיא אויך פארענטפערט, צו ער האט יא אליין פארשטאנען זיין שיטה צו נישט, דאס אלף מאכט נישט קיין חילוק, נאר צו ער האט חסידים צו נישט. ווען שלמה גורן איז א רבי פין חסידים וואלט עס געוועהן א שיינע זה לעומת זה.
זונטאג מערץ 08, 2015 12:16 am#257347
המלוכה והממשלה האט געשריבן:מ'זאגט אסאך נאך פון סאטמאר רבי אז ער האט געזאגט אז קיינער פארשטייט אים נישט באמת. קיין שום גדול פון זיין תקופה , קיין שום עסקן , קיינער האט נישט פארשטאנען די דקות פון זיין שיטה , און ער האט געהאלטען אז אפילו זיינע נאנטע חסידים און רבנים זענען אדער צו ליבעראל אדער צו עקזטרעם פון זיין אמת'ע שיטה.

וויל איך פארשטיין , לשיטת די וואס האלטען אז סאטמאר רבי'ס שיטה איז די אמת'ע שיטה און בעצם וואלט גאנץ כלל ישראל געדארפט אזוי האלטן , איז שוין אמאל געוועהן אין די אידישע היסטאריע וואס כלל ישראל זאל אננעמען א שיטה פון איין גדול בישראל וואס דעי גדול אליין האט געוויסט אז ער איז די איינציגסטער (אדער כמעט איינציגסטער) וואס פארשטייט די שיטה?

כמעשהו בברסלו ווען רבי נחמן האט געזאגט אז קיינער פארשטייט אים נישט. ניטאמאל זיין תלמיד רבי נתן. און געב א קוק וויפיל שיטות ברסלוו האט. וכך מעשהו בסטמר, אי״ה בקרוב גרייטן זיך חסידי סטמר צו גרייכן דעם שטוינענדן מיילסטאן פון דעם נומער ״מיליוני״ ווערסיע, אינערהאלב די שיטה הקדושה. געוויסע באריכטן געבן אן אז דאס גייט פארעפענטליכט ווערן אין די נעקסטע באנד מושיען של ישראל.
זונטאג מערץ 08, 2015 1:36 am#257360
לעיקוואד האט געשריבן:ער האט טאקע אזוי געזאגט? יעדער איינער אויף די וועלט באמת פארשטייט קיינער נישט אינגאנצן, ער איז נישט די ערשטער און נישט די לעצטער.. נאר די חילוק פון נישט פארשטיין און זיך דינגען איז נישט אזוי גרויס. אז איך פארשטיי נישט ווי דיר איז טייטש איך דינג זיך מיט דיר, דאס אז איך פארשטיי נישט איז דאך טאקע וויבאלד איך דינג זיך, עס איז נישט אז בעצם דינג איך זיך נישט ווען איך וואלט פארשטאנען. וכן לאידך גיסא ודו"ק.

ביי עקספיריענס איז שייך צו זאגן אז קיינער עקספיריענסד נישט די וועלט גענוי ווי מיר, ממילא האב איך א געוויסע בליק אויף דער וועלט וואס איז אנדערש ווי סיי וועמען. אבער א כלומר'שט לאגישע שיטה וואס קיינער פארשטייט נישט אויסער איך און א גרופע ענגע חסידים איז אך און וויי. דער מענטש רעדט זיך נעבעך איין אז ס'איז אזוי טיף אז קיינער קען דאס נישט ארויסהאבן, דערווייל איז דאס אזוי נאריש אז קיינער קען זיך נישט ארומדרייען דעם קאפ ארום דעם. וכמאמר החכם מכל האדם: "If you can't explain it simply, you don't understand it well enough."
זונטאג מערץ 08, 2015 1:41 am#257363
מאי שנא שיטה פון עקספירענס? ער קוקט אן ציונות א געוויסע וועג מיט געוויסע הוכחות און סברות וכו', איך זעה נישט דער גרויסער חילוק.
זונטאג מערץ 08, 2015 1:20 pm#257399
פלאוויוס האט געשריבן:ס'איז נישט קיין קשיא קעגן זיין שיטה. סאטמארער רב האט געהאלטן אז די אויסערליכע פארשריפט פון זיין שיטה איז זעלבסטפארשטענדליך פאר אלעמען, נאר די דקות'דיגע פרטים איז שווער מסביר צו זיין גענוי.

צו טרעפן דעם גענויען באלאנס צווישן אהבת ארץ-ישראל און שנאת הציונות, אהבת ישראל און שנאת הכפירה (פארשטייט זיך אז די דעפינירונג פון כפירה איז געווען ביי אים זייער אייגנארטיג...), ווי אויך צו טרעפן דעם באלאנס צווישן מוחה זיין קעגן ציונות נאר אויפ'ן סמך פון חז"ל און נישט אויפ'ן סמך פון אוניווערסאלע תביעות (להוציא מן הנטורי קרתא און לכאורה אויך נטרונא), איז אים נישט אנגעקומען גרינג.

ביי מיר איז עס א סיבה וואס לייגט צו רעספעקט צו דעם מענטש און זיין וועג פון טראכטן.

פלאוויוס: מיט דעם ביניך מסכים מיט דיר 100% אז "נטרונא" הייבן נישט אן צו פארשטיין די שיטה פון סאטמארער רבי זצוק"ל...! און כש"כ וכש"כ די שטינקעדיגע חברה פון די נטורי חרתא...!
זונטאג מערץ 08, 2015 1:31 pm#257401
רוף מיך משוגע, אבער איך בין אין א פונקט פארקערטע מיינונג, מיין שכל הישר פארשטייט נישט וויזוי איינער וואס איינער גלייבט אין תורת משה וחז"ל זעהט נישט אז די ציונים זענען נאר א חורבן פאר אידנטום, בעיקר דאס זיי געבן א הכרה אלס מנהיגי ישראל, דאס מוז זיין עפעס א גאר דקות'דיגע סברה צו פארשטיין,
זונטאג מערץ 08, 2015 2:27 pm#257408
ATUB @גאלד ATUB , כ'וועל נישט לאזן מ'זאל דיך רופן משוגע, ווייל דיין מיינונג איז זייער לעגיטים. דער ענטפער קעגן דעם איז, אז מ'גיט נישט דעם ציונות די אנערקענונג פון גייסטישער הנהגה, נאר ווי פאליטישע מנהיגים. בזמן בית ראשון איז דער מלך געווען דער פאליטישער פירער און דער נביא דער גייסטישער פירער, בזמן בית שני זענען די חכמים געווען די גייסטישע פירער (די שפעטערע מלכי חשמונאים זענען צום באדויערן נישט געווען קיין צדיקים), און אין אונזער צייט קען יעדער באשליסן ווער ס'זענען די רוחניות'דיגע מנהיגים. בכל אופן גלייב איך נישט אז מ'וועט טרעפן עמיצן וואס זעט אין פאליטישאנס א מאדעל פון רוחניות'דיגער הנהגה.

פארשטייט זיך אז דער אידעאל איז, אז ביידע הנהגות זאלן זיך צוזאמקומען (ווי ס'איז געווען אינעם פאל פון משה רבינו, און ווי מיר גלייבן אז ס'וועט זיין אין משיח). דאס גופא איז טאקע געווען די ראלע פון די נביאים אויפצופאדערן די קעניגן צו פארקערפערן די תורה'דיגע שליחות (ווי ס'איז פארגעשריבן אין פרשת ראה), אבער ווי לאנג מ'קומט נישט אן אהין הייסט דאס נאכנישט אז די פאליטישע פירערשאפט איז נישט וויכטיג פאר כלל ישראל. אויב זענען מיר נישט צופרידן פון א סעקולערער הנהגה איז עס אונזער תפקיד זיי צו ברענגען נענטער צו די פסוקים פון די נביאים, אבער זיך אפצוזאגן פון זיי איז פשוט א שאד.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:23 pm#257421
פליז, טו מיר א טובה, מיש נישט הודו מיט פיש, מלכי ישראל זענען קיינמאל געווען סעקולערע מענטשן, זאל דיך מיטאמאל דאכטן, וואזשע דען ס'האט נעבעך געברענט אין זיי די איינע תאות ע"ז, אבער אויסערדעם זענען זיי געווען מאמינים בה', בתורה ומצוות, איך ווייס ס'הערט זיך קאמיש, אבער דאס קענסטו פארדאנקען אונזערע אנשי כנה"ג פאר אויסראטן דעם יצר הרע, ממילא העמער עס קיינמאל עכט תופס זיין, ס'פארהאן אפי' א געוויסע שיטה אין חז"ל חולין, אז א מומר לע"ז בזמן הבית האט מען געקענט געטרויען פאר כשרות, ווייל חז"ל האבן פארשטאנען אז בעצם איז ער פרומער מענטש נאר דער תאוה פון ע"ז ברענט נעבעך און איהם.

אבער א באוועגונג וואס איז אינגאנצן כופר בתורה ומצוות לחלוטין, לא זכיתי להבין ווי עס האט עני ביזנעס זיי צו אידענטיפיצרן אלס א אידישע הנהגה, איך וואלט ענדערש געהאלטן אבאמא אלס דער אידישער מנהיג ווי איידער די אפיקורסים, ער רעפרעזענטירט תחת ממשלתו כמעט אזויפיל אידן ווי די מדינה, און ער איז נישט מחלל שם שמים, געדענק וואס דער ארגינעלער דעפעניציע פון חילול השם איז (נישט וואס די אמעריקאנע וויינען אז גיין מיט א שטראמל אין מאנהעטן איז א חילול השם) נאר ווען דער גוי זאגט אז די אידן היטן נישט תורה ומצוות,
דאס מיינט אז ווען נתניהו א כופר שטעלט זיך אהער אלס דער אטענטישער איד און דער אפטרופוס פון דאס אידיש פאלק, זאגט דער גוי אז אזוי קוקט אויס א טיפישער איד, דאס איז "חילול השם" אויפן העכסטן גראד.

כאנאך פונקטן, אבער איך קען נישט אלעס אויף איינמאל,
זונטאג מערץ 08, 2015 3:26 pm#257425
המלוכה והממשלה האט געשריבן:מ'זאגט אסאך נאך פון סאטמאר רבי אז ער האט געזאגט אז קיינער פארשטייט אים נישט באמת. קיין שום גדול פון זיין תקופה , קיין שום עסקן , קיינער האט נישט פארשטאנען די דקות פון זיין שיטה , און ער האט געהאלטען אז אפילו זיינע נאנטע חסידים און רבנים זענען אדער צו ליבעראל אדער צו עקזטרעם פון זיין אמת'ע שיטה.

וויל איך פארשטיין , לשיטת די וואס האלטען אז סאטמאר רבי'ס שיטה איז די אמת'ע שיטה און בעצם וואלט גאנץ כלל ישראל געדארפט אזוי האלטן , איז שוין אמאל געוועהן אין די אידישע היסטאריע וואס כלל ישראל זאל אננעמען א שיטה פון איין גדול בישראל וואס דעי גדול אליין האט געוויסט אז ער איז די איינציגסטער (אדער כמעט איינציגסטער) וואס פארשטייט די שיטה?

איך האב שוין געפרעגט אסאך אידן וואס האלטן זיך פאר סאטמארע תלמידים זיי זאגן מיר אז די רייד פון מלוכה איז נישט געשטויגן

סאטמארע רב האט געהאלטען אז עס איז געווען א דבר פשוט אלע זיינע רייד פאר יעדן פשוטן איד ביז ציוניזעם האט פארבלענדט די עולם מיט זייערע שטעלעס און געלטער וואס מען איז יונק פון זיי
זונטאג מערץ 08, 2015 4:01 pm#257429
הרב גאלד, דער ויכוח איבער ווי סעקולער די מלכי יהודה וישראל זענען געווען איז איבערהויפט נישט רעלעוואנט. כ'האב זיי ממילא נישט באטיטלט מיט'ן נאמען סעקולער, כ'האב נאר געוויזן אז ס'איז שטענדיג געווען צוויי קעגנגעזעצטע פירערשאפטן, און די גייסטישע הנהגה האט פרובירט צו באאיינפלוסן די פאליטישע הנהגה ווי ווייט מעגליך.

@איש את רעהו, ביסט זיכער גערעכט כלפי די אויסערליכע שטריכן פון דער שיטה, אבער כ'מיין אז המלוכה והממשלה איז גערעכט לגבי די קאמפליצירטע קאמפאנענטן פון דער שיטה. דער פאקט וואס סאטמארער רב האט זיך באנוצט אמאל מיט דער דעקלעראציע פון "טעם כמוס" בנוגע א פונדאמענטאלן שיטה-ענין, צייגט אויך שטארק אין דער ריכטונג.
זונטאג מערץ 08, 2015 4:30 pm#257440
גאלד האט געשריבן:רוף מיך משוגע, אבער איך בין אין א פונקט פארקערטע מיינונג, מיין שכל הישר פארשטייט נישט וויזוי איינער וואס איינער גלייבט אין תורת משה וחז"ל זעהט נישט אז די ציונים זענען נאר א חורבן פאר אידנטום, בעיקר דאס זיי געבן א הכרה אלס מנהיגי ישראל, דאס מוז זיין עפעס א גאר דקות'דיגע סברה צו פארשטיין,

ווען סאטמאר רב האט געזאגט אז זיין שיטה איז דקות'דיג האט ער נישט גערעדט פון אנטי ציונות צו פרא ציונות ווייל דאס איז קלאר, ער האט זיך באצויגן צו זיין אייגנארטיגע מהלך אין די מלחמה וואס רוב חרדישע גדולים האבן זיך מחילוק געווען אויף עם. למשל די נישט נעמען געלט.. יעצט 60 יאר שפעטער זעסטו טאקע די חורבן למשל ווי גור איז אנגעקומען מיטן נעמען געלט ? קען מען פארלייקענען די אויפטוען פון די חרדישע פארטייען אין די מדינה?
זונטאג מערץ 08, 2015 4:42 pm#257445
לא זכיתי להבין,
ס'עפעס משמע פון דיינע דיבורים כאילו דא איז די מדובר פון עפעס צוויי מיוטשועל הנהגות, כאילו "די פאליטישע" (ווי איר רופט) אנערקענט אז מיר זענען בלויז די "פאליטישע" פליגעל, אבער זיי פארשטייען אז ס'עקזיסטירט אויך א "רעליגיעזע" פליגל,

דערווייל לא מינהו ולא מקצתו, די סעקולערע מנהיגים באטראכטן די פרומע אידן ווי א דארן און נערווירונג, אדרבא די מייסדי רעיון המדינה האבן געהאלטן בשיטה אז דער פרומער איד איז די אורזאך פון די אלע מיטמאכענישן פון אידישן פאלק, דאס איז אלעס גוט דאקומענטירט,
זאת ועוד, די חוקי המדינה איז קלאר מחייב צו סובל זיין כל עבירות שבתורה און אירע מלחמות איז קלאר להגין עליהם, ממילא איז נישטא קיין שום זכר פון א גייסטישע השפעה בכל חוקי והנהגי המדינה,

ואם תמצא לומר אז ס'יא דא אזא רעיון פון "קעגנגעזעצטע פירערשאפט" אזוי ווי בימי הנביאים ומלכים, נו ווי זענען זיי? ווי זענען די נביאים וואס זאלן אלארמירן כלל ישראל אז די "פאליטישע" מנהיגים פירן אונז טיף אין באד אריין, אוואו בימי מלכי ישראל וואס ליידער זיי האבן געברענגט אונזער חורבן ביהמ"ק הראשון נעבעך, דערווייל אין פוצה פה ומצפצף, מ'פארגלייזט זיך די אויגן אז נתניהו איז "אסתר המלכה", נאכן האלטן זיין דברי בלע וואס איז קלאר כפירה בתורה ומצוות,
איי געס סאטמארע רבי ז"ל איז דער גייסטישער הנהגה, נו איז דאך פונקט גוט, דערווייל צירייסט מען איהם אויך שטיקער אז קיינער פארשטייט איהם נישט
זונטאג מערץ 08, 2015 4:51 pm#257446
גאלד האט געשריבן:פליז, טו מיר א טובה, מיש נישט הודו מיט פיש, מלכי ישראל זענען קיינמאל געווען סעקולערע מענטשן, זאל דיך מיטאמאל דאכטן, וואזשע דען ס'האט נעבעך געברענט אין זיי די איינע תאות ע"ז, אבער אויסערדעם זענען זיי געווען מאמינים בה', בתורה ומצוות, איך ווייס ס'הערט זיך קאמיש, אבער דאס קענסטו פארדאנקען אונזערע אנשי כנה"ג פאר אויסראטן דעם יצר הרע, ממילא העמער עס קיינמאל עכט תופס זיין, ס'פארהאן אפי' א געוויסע שיטה אין חז"ל חולין, אז א מומר לע"ז בזמן הבית האט מען געקענט געטרויען פאר כשרות, ווייל חז"ל האבן פארשטאנען אז בעצם איז ער פרומער מענטש נאר דער תאוה פון ע"ז ברענט נעבעך און איהם.

אבער א באוועגונג וואס איז אינגאנצן כופר בתורה ומצוות לחלוטין, לא זכיתי להבין ווי עס האט עני ביזנעס זיי צו אידענטיפיצרן אלס א אידישע הנהגה,

אדרבה ואדרבה. אויב לערנט מען תנ"ך כפשוטו פארשטייט מען גלייך אז די מלכי ישראל (און אסאך מלכי יהודה) זענען געווען פיל, פיל גרעסערע אפיקורסים ווי די היינטיגע ראשי הממשלה פון מדינת ישראל. זיי האבן אינגאנצן נישט אנגענומען די אמונה אין דעם באשעפער, זיי האבן נישט געהאלטן די ימים טובים, און זיי האבן אומגעברענגט די נביאי ה'. דאקעגן די היינטיגע פאליטיקאנטן אין מדינת ישראל זענען מאמינים בה', זיי פאסטן יום כיפור, זיי דאווענען צום באשעפער, זיי שטיצן ישיבות און חדרים מיט ביליאנען דאלארן. אדרבה, אויף זיי קען מען זאגן אז זיי ווערן נעבעך פארבלענדעט פון דעם גייסט פון דעמאקראטיע און פרייהייט פון רעליגיע ר"ל, אבער באמת זענען זיי מאמינים בה' ובתורתו. עס הערט זיך עפעס שרעקליך מאדנע צו זאגן אז ווען אחאב רצח'נט די נביאי ה' איז ער א מאמין וואס האט נעבעך א תאוה פון ע"ז, אבער ווען נתניהו טוט זיך אן א קאפל און דאוונט ביים כותל המערבי איז ער א כופר בה' ובתורתו.
בכלל איז די גאנצע מדינה געפירט אידישליך, שטאטישע באסעס פארן נישט שבת, מען טאר (אפיציעל) נישט פארקויפן חזיר אדער חמץ בפסח, נישואין וגירושין מוז צוגיין על פי תורה. במשך רוב צייט פון מלכות יהודה איז דאס נישט געווען.
זונטאג מערץ 08, 2015 4:52 pm#257447
גאלד, לפי שיטת סאטמאר איז א פרומע שלטון פון מדקדקים בתרי"ג מצות כמסרתן מסיני אויך כפירה וניעוץ במלכות שמים. עד שיתגלה לנו מלך המשיח עם השופר הגדול על אתונו. נו וואס טענה'סטו כאילו פרייהייט איז דער פראבלעם דא?
זונטאג מערץ 08, 2015 4:57 pm#257449
לכאורה רעדט גאלד אפילו לשיטתם פון די פרומע פארטייען.
זונטאג מערץ 08, 2015 5:06 pm#257454
איך גראדע לערן נישט תנ"ך כפשוטו איך גלייב באמונה שלימה אז וויזוי חז"ל האבן אריינגעלערנט און די סיפורי הדברים כן היה, הוא ולא אחר, רוף מיך פרימיטיוו און עקסטרעם,
זונטאג מערץ 08, 2015 5:09 pm#257456
פלאוויוס האט געשריבן:@איש את רעהו, ביסט זיכער גערעכט כלפי די אויסערליכע שטריכן פון דער שיטה, אבער כ'מיין אז המלוכה והממשלה איז גערעכט לגבי די קאמפליצירטע קאמפאנענטן פון דער שיטה. דער פאקט וואס סאטמארער רב האט זיך באנוצט אמאל מיט דער דעקלעראציע פון "טעם כמוס" בנוגע א פונדאמענטאלן שיטה-ענין, צייגט אויך שטארק אין דער ריכטונג.

טעם כמוס ????
פארוואס הער איך נישט פון סאטמארע תלמידים אזעלכע זאכן נאכזאגן פון זייער רבי

ווי האט זיך סאטמארע רבי מיט דעם באניצט? ער האט אויף אלעם גערעדט און געשריבן ער האט זייער קלאר גערעדט עס איז ענדערש געבליבען כמוס די וואס האבן נישט געשריבן און גערעדט קלאר זייער צד כנגד
ווי די בעלזע רב האט אמאל שטארק געקלאגט אויף דעם פארוואס עס איז עפעס אזוי כמוס ונעלם די צד שכנגד פון די סאטמארע רבי
זונטאג מערץ 08, 2015 5:09 pm#257457
גאלד האט געשריבן:איך גראדע לערן נישט תנ"ך כפשוטו איך גלייב באמונה שלימה אז וויזוי חז"ל האבן אריינגעלערנט און די סיפורי הדברים כן היה, הוא ולא אחר, רוף מיך פרימיטיוו און עקסטרעם,

פארקערט איז די מסורה פון צדוקיזעם און בייתוסיזעם
זונטאג מערץ 08, 2015 5:10 pm#257458
איך גלייב נישט אז דו ווילסט אנהייבן א חז"ל bee אויף שיטת הקנאים קעגן שיטת הציונים.
זונטאג מערץ 08, 2015 7:35 pm#257515
דאס הייסט דיין פראבלעם מיט ביבי'ן איז בלויז דאס אז ער איז א פירער אן איש ציבורי מזרע ישראל וואס פירט זיך נישט אויף ווי א מוסטער פאר אנדערע וואס קוקן ארויף אויף אים. Sounds familiar to me...
זונטאג מערץ 08, 2015 7:41 pm#257516
מאטי האט געשריבן:דאס הייסט דיין פראבלעם מיט ביבי'ן איז בלויז דאס אז ער איז א פירער אן איש ציבורי מזרע ישראל וואס פירט זיך נישט אויף ווי א מוסטער פאר אנדערע וואס קוקן ארויף אויף אים. Sounds familiar to me...


איך פלאן נישט צו מיט גיין מיט דיר אין דעם ריכטונג, אויב איר האלט אז איר האט מיך מנצח געווען מיט דעם, דאן נצחתני בני נצחתני, זיי געזונט.
זונטאג מערץ 08, 2015 7:45 pm#257517
איש את רעהו האט געשריבן:[
איך האב שוין געפרעגט אסאך אידן וואס האלטן זיך פאר סאטמארע תלמידים זיי זאגן מיר אז די רייד פון מלוכה איז נישט געשטויגן

סאטמארע רב האט געהאלטען אז עס איז געווען א דבר פשוט אלע זיינע רייד פאר יעדן פשוטן איד ביז ציוניזעם האט פארבלענדט די עולם מיט זייערע שטעלעס און געלטער וואס מען איז יונק פון זיי

דאס איז געווען מיין פוינט(געשריבען סארקאסטיש), אויף ציונות און אויף מאכען א מדינה האבן אלע גדולים פארן מלחמה געווען פייער דערקעגן, פון די גרוסע רבי'ס זענען 2 ניצול געווארן, סאטמאר'ע רבי האט ווייטער געשריגען זאת התורה לא תהא מוחלפת אפילו 6 מילאן אידן הי''ד זענען אומגעקומען, בעלזער רב שיטה אחרת היה לו, וואלט ער לכאורה געדארפט ארויסקומען מיט א בירור,ווידער וועגן אריינלייגען א קאנדידאט אין כנסת אדער לגבי נעמען געלט פון די מדינה און וועגן לערנען עברית דאס האט ער(סאטמארע רבי) געדארפט מברר זיין אין א ספר.
ווידער די אלע דקות'דיגע שטותים דארף מען זיין פון די גרויסע פארשטייערס ווי למשל די חנק'ישע ר' מ''פ אדער די בעלי בתישע 'נטרונה אדער גאר די ארונישע עקשטיין...

מיט מלכי ישראל האט דאס נישט קיין שום שייכות מיר זענען יעצט אין גלות ביז משיח'ס טאג און א אייגן מדינה איז אסור ביז דאמאלטס.
זונטאג מערץ 08, 2015 8:12 pm#257520
נישט אריינגייענדיג צו ס'איז אמת דאס אז "אויף מאכן א מדינה האבן אלע גדולים איידער די מלחמה געהאלטן פייער דערקעגן" צו נישט. איז דאס בכלל נישט מעלה ומוריד.

ס'איז שייך צו האלטן אז מאכן א מדינה איז נגד התורה אבער נאך אלס זיך מחלק זיין מיט שיטת סאטמאר ווי אזוי זיך צו מתמודד מיט א מדינה איינמאל ס'איז א בא לעולם. מ'קען נישט ברענגן קיין ראיה פון רבנים פארן קריג ווייל ס'איז נאך דאן נישט געווען קיין מדינה.

אויב די לאגיק פון "אלע גדולים" זאגט עפעס, דאן וואלט דאס לכאורה מחייב געווען קעגן שיטת סאטמאר וועלכע איז געווען כמעט א יחיד בדורו מיט זיין וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין דערמיט איינמאל די מדינה איז א פאקט.
זונטאג מערץ 08, 2015 8:33 pm#257522
ATUB @מאטי ATUB יא, ווען א אלע רבנים וואלטן געזאגט גראד ביי הקמת המדינה ווי סאטמארע רב ז''ל נאר די שאלה איז פשוט ווי אזוי זיך אומצוגיין וואלסטו געווען גערעכט, אבער די גדולים האבן דאמאלטס גערעדט אזעליכע ווערטער וואס זייער אייגענע חסידים אדער נאכפאלגערס וואלטן דאס היינט צוטאגס קיינמאל נישט געזאגט, למשל א בריוו פון הרה''ק מבעלזא זצוק''ל
ב"ה יום ב' פ' שמיני תש"ט ת"א יצ"ו
שוכט"ס לכ"ק ח"א הרב הגה"צ חו"ב בחדר"ת חו"פ בנש"ק כקש"ת מוהר"ר יעקב יוסף שליט"א
אחד"ש כ"ק באה"ר
מכתבו קבלתי נתאחרה תשובתי ובמכתבי השני אני מבאר קצת הסיבה ואתו הסליחה
ע"ד אשר שואל בענין הבחירות לא נכון שכ"ק אחי אדמו"ר שליט"א הלך בעצמו לבחור אבל הביע בגלוי דעתו שנחוץ להשתתף בבחירות ולבחור ברשימה הדתית המאוחדת
בלי לחץ והשפעה בא לידי מסקנא זו וכשביקשוהו השרים הדתיים נענה להם לפרסם מכתב בהתאם לכך,
הגדולים אדרבה תמכו ברשימה זו, הרבי מגור שליט"א והגאון מטשעבין פרסמו פס"ד שאין לעשות רשימה דתית נפרדת, מהחוו"ד שפרסמו הביד"צ של העדה החרדית ידע כ"ק,
והעיקר שהנציגים הדתיים כאשר קבלו עליהם יקיימו ויתאמצו בלי פני' להגן על השאלות הדתיות ואז יהי' ד' בעזרם ודברים היוצאים מן הלב וכו' וד' יערה רוח טהרה ממרום וידעו כולם כי לד' המלוכה
והנני דודו הדושכ"ק באה"ר ומברכו בחג כשר ושמח
הק' מרדכי באאמו"ר מבעלזא זצוקלה"ה

אחר סגירת מכתבי אמר לי כ"ק אחי אדמו"ר שליט"א על שאלתי בשמו מה דעתו של אר"י, למדינת ישראל, ולממשלת ישראל, להשיבו בשם כבוד קדושתו בזה"ל דאס איז פאר דער האנד א שטיק ישועה פאר יודען ווי וואלטען זיך איצט יידען אהינגעטיען העיקר עס זאל זיין מנוחה ושלווה ויעזור השי"ת משיח זאל קומען עכלה"ק אות באות ושוב אמר לי לכתוב לו זאת בשמו לתשובה על שאלתו.
הנ"ל
בריוו קרעדיט "אייוועלט"
זונטאג מערץ 08, 2015 8:39 pm#257524
איך כאפ נישט, דו ברענגסט א ראיה צו מיר אדער קעגן מיר.
זונטאג מערץ 08, 2015 8:46 pm#257526
במחילת כבודך, קעגן דיר.
מיין פוינט ווען אלע גדולים זענען געווען פון אנהויב פארלוירען (לעניות דעתי) איז סאטמארע רב געווען פעלזען שטארק, רוב פסקים לגבי בחירות למשל נעמט מען וואס די גדולים האבן געזאגט פון אנהויב ווען זיי האבן געזאגט נאך זאכן לטובת עצם קיום המדינה.
זונטאג מערץ 08, 2015 8:56 pm#257529
לצערי כאפ איך נישט דיין טענה.
זונטאג מערץ 08, 2015 8:58 pm#257531
ירא הקהל וישפט...
זונטאג מערץ 08, 2015 9:19 pm#257536
ער זאגט אז מען נעמט היינט זאכן וואס גדולים האבן געזאגט דאן לגבי בחירות, און מען נוצט עס היינט אלס מאסגעבנדע הדרכה, ווען דאן אינאיינעם מיט די זאכן וואס זיי האבן געזאגט לגבי בחירות, האבן זיי געזאגט זאכן בנוגע מדנ"י בעצם וואס וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אדער אננעמען היינט און כאטש וואס היינט איז עס אפגעפרעגט אבער דאן האבן זיי עס יא געזאגט צוליב די פארלוירנקייט און אומקלארקייט וואס האט דאן געהערשט. (זיי האבן זיך טועה געווען, לפי אוטספאוקען).
פון דעם וויל ער ארויסדרינגען אז אלעס (אויך די חלקים) וואס זיי האבן דאן געזאגט (און מען נעמט יא אן היינט) איז געווען צוליב די ארטיגע און דעמאלדטיגע מצב, און זענען נישט מאסגעבנד היינט ווען די אויסערגעווענליכע צעמישנדע צושטאנד איז שוין נישט פאראן.

אזוי פארשטיי איך די crux פון זיין טענה.
זונטאג מערץ 08, 2015 9:23 pm#257537
פלאוויוס האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:@איש את רעהו, ביסט זיכער גערעכט כלפי די אויסערליכע שטריכן פון דער שיטה, אבער כ'מיין אז המלוכה והממשלה איז גערעכט לגבי די קאמפליצירטע קאמפאנענטן פון דער שיטה. דער פאקט וואס סאטמארער רב האט זיך באנוצט אמאל מיט דער דעקלעראציע פון "טעם כמוס" בנוגע א פונדאמענטאלן שיטה-ענין, צייגט אויך שטארק אין דער ריכטונג.

טעם כמוס ????
פארוואס הער איך נישט פון סאטמארע תלמידים אזעלכע זאכן נאכזאגן פון זייער רבי

ווי האט זיך סאטמארע רבי מיט דעם באניצט? ער האט אויף אלעם גערעדט און געשריבן ער האט זייער קלאר גערעדט עס איז ענדערש געבליבען כמוס די וואס האבן נישט געשריבן און גערעדט קלאר זייער צד כנגד
ווי די בעלזע רב האט אמאל שטארק געקלאגט אויף דעם פארוואס עס איז עפעס אזוי כמוס ונעלם די צד שכנגד פון די סאטמארע רבי


איבער דעם ענין פון נישט באזוכן הייליגע פלעצער אין די אקופירטע געביטן פון 67' (הויפטזעכליך דער כותל) זאגן די סאטמארער אז ער האט געהאט א טעם כמוס (חוץ פון די טעמים וואס ער האט אפן געזאגט). איך ווייס נישט צי ער האט געשריבן אזוי, אדער דאס געהערט צו דער סאטמארער תורה שבע"פ. אפשר ווייסן אנדערע דא?


דאס נישט גיין באזיכען געוויסע פלעצער איז געווען א קליינע סניף פון וואס סאטמארע רבי האט גערעדט בנוגע ציונות, און צו זאגן אויף דעם אז עס האט מיט 'טעם כמוס' איז גערעדט אין די וועלט אריין, סאטמארע רבי האט שיין ארומגערעדט זיין דע''ת פארוואס מען טאר נישט מחזק זיין מנאצי ד'
די טעם דערפון פארשטייט מען אויך
געב נאר א קוק וויאזוי די וואס האבן א ריכטיגע שנאה צו די ערביים וויפיל זיי שעלטן צאם די נ''ק פארן מחזק זיין די פאלעסטינע רוצחים
מיט וואס איז אנדערש דאס וואס סאטמארע רבי האט געהאלטען אז מען טאר נישט מחזק זיין די מנאצי ד', ער האט עס זייער שיין מבאר געווען בדבריו וכתביו
זונטאג מערץ 08, 2015 9:40 pm#257540
ATUB @ישראל קאפקע ATUB
יש''כ נאר נאך איין זאך צוצילייגען, ווען סאטמאר'ע רב ז''ל וואלט נישט דעמאלטס געווען א דעת יחידאי לגבי עצם המדינה וואלט ער מן הסתם נישט געווען א דעת יחידאי לגבי די שאר ירקות.
זונטאג מערץ 08, 2015 9:45 pm#257541
איש את רעהו האט געשריבן:דאס נישט גיין באזיכען געוויסע פלעצער איז געווען א קליינע סניף פון וואס סאטמארע רבי האט גערעדט בנוגע ציונות, און צו זאגן אויף דעם אז עס האט מיט 'טעם כמוס' איז גערעדט אין די וועלט אריין, סאטמארע רבי האט שיין ארומגערעדט זיין דע''ת פארוואס מען טאר נישט מחזק זיין מנאצי ד'
די טעם דערפון פארשטייט מען אויך
געב נאר א קוק וויאזוי די וואס האבן א ריכטיגע שנאה צו די ערביים וויפיל זיי שעלטן צאם די נ''ק פארן מחזק זיין די פאלעסטינע רוצחים
מיט וואס איז אנדערש דאס וואס סאטמארע רבי האט געהאלטען אז מען טאר נישט מחזק זיין די מנאצי ד', ער האט עס זייער שיין מבאר געווען בדבריו וכתביו


זאל זיין אזוי הרב איש את רעהו! מיך שטערט זיכער נישט ס'זאל זיין ווי דו זאגסט.

אויב דו פארשטייסט אז נישט גיין צום כותל (וואס איז כאטש ביז 67' געווען דאס הייליגסטע פלאץ ביי אידן - בנוגע נאכדעם ווייס איך נישט), אז דאס איז א פשוט'ע זאך, פונקט ווי נטורי קרתא גיין צו אראבער וכו' דעמאלט האב איך זיכער גארנישט געזאגט. למעשה אבער האב איך נישט אויסגעטראכט דעם "טעם כמוס" געשעפט, נאר כ'האב עס געהערט אין סאטמאר. אויב וועט קיינער נישט אפירקומען מיט א באשטעטיגונג צו דער שמועה וועל איך גערן צוריקציען דערפון.

איך בין אבער משער אז דיין אננעמען מיט אזא פשטות דאס שולל זיין די מקומות הקדושים, וואלט אויך מצער געווען דעם סאטמארער רב. הוא אשר דיברתי אז ביי אים אין הארצן איז אנגעגאנגען א שווערער און קאמפליצירטער קאנפליקט וואס דער אלגעמיינער סאטמארער איד פארשטייט נישט.

מ'דערציילט אויף דעם ציוניסטישן דענקער בורוכוב, אז זיינע תלמידים זענען אמאל צעמישט געווארן ביים הערן פון אים א געדאנק וואס האט נישט געשטימט מיט זיינע אייגענע לערעס. אויף דעם האט בורוכוב זיי קלאר געמאכט: "אני בורוכוב, לא בורוכוביסט!..." דאס איז א כאראקטעריסטישער פראבלעם וואס מאכט זיך צווישן א רבי'ן און זיינע תלמידים. אויב דער סאטמארער רב האט יא געפילט א קשר צום כותל איז מסתבר אז ער איז נישט געווען קיין סאטמאריסט.
זונטאג מערץ 08, 2015 10:01 pm#257546
"אני בורוכוב, לא בורוכוביסט!..."


אה דאס איז א גוטע שטארקע ווארט :idea:

---
דאכט זיך אז סאטמאר רב האט נישט זיך נישט אויסגעדרוקט 'טעם כמוס' איבער גיין צום כותל.

ער האט געזאגט "לדעתי לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל ביז משיח וועט קומען". אין קאנטעקסט קען מען טאקע פארשטיין אז ער האט עס געזאגט משום טעם כמוס (אנדערש ווי געווענליך ווען ער וואלט געזאגט אז עס איז אסור להלכה), אבער דאכט זיך אז ער האט נישט געזאגט 'טעם כמוס'.
זונטאג מערץ 08, 2015 10:02 pm#257547
אוודאי האט סאטמארע רב געפילט א קשר צום כותל

ווייניג האבן געפילט אזא נאנטשאפט און ליבשאפט צו אינזער הייליגע לאנד ווי אים, קוק אביסל וויזוי ער האט געשריבן און גערעדט וועגן דעם
זונטאג מערץ 08, 2015 10:03 pm#257548
ישראל קאפקע האט געשריבן:
"אני בורוכוב, לא בורוכוביסט!..."


אה דאס איז א גוטע שטארקע ווארט :idea:

---
דאכט זיך אז סאטמאר רב האט נישט זיך נישט אויסגעדרוקט 'טעם כמוס' איבער גיין צום כותל.

ער האט געזאגט "לדעתי לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל ביז משיח וועט קומען". אין קאנטעקסט קען מען טאקע פארשטיין אז ער האט עס געזאגט משום טעם כמוס (אנדערש ווי געווענליך ווען ער וואלט געזאגט אז עס איז אסור להלכה), אבער דאכט זיך אז ער האט נישט געזאגט 'טעם כמוס'.

אין ספר על הגאולה שטייט כמה טעמים אויף דעם כמוס'דיגער הוראה
זונטאג מערץ 08, 2015 10:32 pm#257549
ישראל קאפקע האט געשריבן:ער זאגט אז מען נעמט היינט זאכן וואס גדולים האבן געזאגט דאן לגבי בחירות, און מען נוצט עס היינט אלס מאסגעבנדע הדרכה, ווען דאן אינאיינעם מיט די זאכן וואס זיי האבן געזאגט לגבי בחירות, האבן זיי געזאגט זאכן בנוגע מדנ"י בעצם וואס וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אדער אננעמען היינט און כאטש וואס היינט איז עס אפגעפרעגט אבער דאן האבן זיי עס יא געזאגט צוליב די פארלוירנקייט און אומקלארקייט וואס האט דאן געהערשט. (זיי האבן זיך טועה געווען, לפי אוטספאוקען).
פון דעם וויל ער ארויסדרינגען אז אלעס (אויך די חלקים) וואס זיי האבן דאן געזאגט (און מען נעמט יא אן היינט) איז געווען צוליב די ארטיגע און דעמאלדטיגע מצב, און זענען נישט מאסגעבנד היינט ווען די אויסערגעווענליכע צעמישנדע צושטאנד איז שוין נישט פאראן.

אזוי פארשטיי איך די crux פון זיין טענה.

ניין: דער בעלזער רב מהר"א זצ"ל איז גארנישט געווען צומישט אין זיין צוגאנג לגבי די אנערקענונג פון מדינת ישראל. ער האט געהאלטן אז דאס איז א ישועה פאר כלל ישראל. אזוי ווי ער שרייבט טאקע אין דעם בריעף...אז ווי וואלטן זיך די טויזנטער אידישע פליטים אהינגעטון ווען נישט וואס ס'איז דא א אידישע מדינה וועלכע איז גרייט זיי אריינצונעמען... אין די זעלבע צייט האט ער מתפלל געווען אז די פרייע אידן זאלן תשובה טון...!
זונטאג מערץ 08, 2015 11:45 pm#257563
ישראל קאפקע האט געשריבן:
"אני בורוכוב, לא בורוכוביסט!..."


אה דאס איז א גוטע שטארקע ווארט :idea:


אז ישראל קאפקע האט הנאה פון מיינס א ווארט (ציטאט) האב איך זיכער הנאה :P
מאנטאג מערץ 09, 2015 12:32 am#257564
ווייל קאפקע האלט אויך רבינו סר מן הדרך
מאנטאג מערץ 09, 2015 8:22 am#257580
די מעלה פון זאגן טעם כמוס, מען קען נישט ווערען אפגעפרעגט אדער צומישט
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:01 pm#257606
diff האט געשריבן:די מעלה פון זאגן טעם כמוס, מען קען נישט ווערען אפגעפרעגט אדער צומישט

א בחינה פון אלע דיינע תגובות, אלעס שמעקט פון א טעם כמוס וד"ל.
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:21 pm#257607
פלאוויוס: נאר להערה בעלמא. וואס דו שרייבסט בתוך הדברים אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט (מסתמא) געהאט אן אינערליכן קאנפליקט בנוגע יא, אדער נישט גיין צום כותל. קען איך ברענגען א ראיה צו דעם. ווען ער איז דאס צווייטע מאל (די ערשטע מאל, ווייס איך נישט.) געווען אין ארץ ישראל נאך די וועלט מלחמה, פאר'ן הקמת המדינה, איז ער עטליכע מאל געגאנגען מתפלל זיין ביים כותל מערבי. איז געווען ביי איהם דער שקלא וטריא אויב מחזק זיין די ציונים (לשיטתו) וועגט איבער די קדושה און חשיבות פון די מקומות הקדושים...!
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:31 pm#257609
איש את רעהו האט געשריבן:אוודאי האט סאטמארע רב געפילט א קשר צום כותל

ווייניג האבן געפילט אזא נאנטשאפט און ליבשאפט צו אינזער הייליגע לאנד ווי אים, קוק אביסל וויזוי ער האט געשריבן און גערעדט וועגן דעם

איש את רעהו: ייש"כ. דאס איז דער יסוד פון די שיטה הק' פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע. און דער חילוק ביז להבדיל די היינטיגע מסלפים וועלכע פרעטענדירן צו רעדן אין זיין נאמען. ווער ס'קוקט א ביסל אריין אין ספה"ק ויואל משה מאמר יישוב ארץ ישראל, זעהט אז זיין אהבת ארץ ישראל האט געברענט ביי איהם. דאס האט איהם טאקע וויי געטוהן אז די ציונים האבן געמאכט א ממשלה אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אבער ער האט מחזק געווען און געשטיצט די אלע ערליכע אידן וועלכע האבן אויפגעהאלטן אידישקייט אין ארץ ישראל. דאס איז דאך געווען זיין מטרה פון קומען קיין אמעריקע לכתחילה. צו שאפן געלטער פאר זיינע מוסדות ייטב לב אין ארץ ישראל. אויב וואלט ער געהאלטן ווי די היינטיגע מסלפים און מזייפים פון זיין שיטה הקדושה, (מ.פ. ודכוותיה) וואלט ער פארמאכט אלע מוסדות אין ארץ ישראל און געהייסן זיינע חסידים אוועקפארן פון דארט...!
דינסטאג מערץ 17, 2015 1:22 pm#259243
יעצט ווען ס'איז דא בחירות אין א"י הערט מען כסדר מענטשן זאגן: פע! בחירות איז ביהרג ואל יעבור. האבענדיג דורכגעבליקט ויואל משה עטליכע מאל, בין איך גרייט זיי אלע צו טשעלענזשן מיך צו ווייזן ווי ער זאגט דאס.
דינסטאג מערץ 17, 2015 1:38 pm#259249
שמעון וואלף האט געשריבן:יעצט ווען ס'איז דא בחירות אין א"י הערט מען כסדר מענטשן זאגן: פע! בחירות איז ביהרג ואל יעבור. האבענדיג דורכגעבליקט ויואל משה עטליכע מאל, בין איך גרייט זיי אלע צו טשעלענזשן מיך צו ווייזן ווי ער זאגט דאס.

דא אין דעם שטיקל שטייט עס