Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א גאר טיפע הארבע קשיא (נישט)

א גאר טיפע הארבע קשיא (נישט)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8398
זונטאג מערץ 08, 2015 11:09 pm#257557
א גאר טיפע הארבע קשיא (נישט)
אבער פארט א פראגע. דער לאזונג אז דער אייבישטער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר דיר איז א תירוץ פאר ווען מ'פרעגט פארוואס אז איך בין אזוי סך מתפלל פאר די זאך און פאר יענע זאך און איך באקום עס נישט? דער באשעפער איז דאך אזא גוטער ער וויל אבער אז מ'זאל אים בעטן וואס מ'דארף נו איך האב שוין געדאווענט און יעצט איך האב עס נישט באקומען. קומט דער ענטפער אז דער באשעפער ווייסט בעסער וואס ס'איז גוט פאר דיר. אקעי אבער איין מינוט וואו שטעלט זיך אפ דעם באשעפער'ס כל יכולשאפט? פארוואס קען ער נישט טוישן אז די זאך וואס איך וויל זאל טאקע יא גוט זיין פאר מיר?
זונטאג מערץ 08, 2015 11:20 pm#257560
די וואס זאגן אז ער קען טוהן נאר גוטס, זענען ממעט זיין יכולת. אבער דער אמת איז, על פי רוב איז אלץ מעשי ידי אדם, צי דער מענטש זעלבס אדער אנדערע גוטע אדער שלעכטע מענטשען. אז א שיכור קראכט אריין אין דיין קאר, איז דאס א תוצאה פון יענעמס פארנאכלעסיקייט, נישט ווייל די בעסטע זאך פאר דיר יעצט איז צו זיין פארנומען מיט פארעכטן דיין קאר. ה' האט איבערגעבן זיין וועלט פאר די מענטשהייט.

די אלע חשבונות אז ס'געשעהן פונקט צו דיר כדי אפצוקומען אויף די וועלט וכו', ווייסט נאר איין באשעפער.

און טראכט גוט אריין צו די זאך אויף וואס דו ביסט אזוי שטארק מתפלל איז נישט עפעס וואס דו קענסט אליין ערלעדיגן, נאר דו האסט נישט די ביצים, בעטסטו ביים באשעפער זאל מאכן פאר ניסים... ווארט נאר ווארט...
מאנטאג מערץ 09, 2015 12:52 am#257567
לעיקר הקושיא,

הן אמת אז מען זאגט היינט אזוי, אבער ווי אלט איז דאס באמת אין אידישע מחשבה אזוי צו זאגען?
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:07 am#257571
די צווייטע קשיא איז : די איייבערשטער האט הנאה ווען אונז טוען זיינע מצוות, פארוואס עכ"פ פאר זוך קען ער נישט געבן דע הנאה מיט א שארטקאט אהן דארפן צוקומען צו אונזערע טובות?
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:09 am#257572
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אבער פארט א פראגע. דער לאזונג אז דער אייבישטער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר דיר איז א תירוץ פאר ווען מ'פרעגט פארוואס אז איך בין אזוי סך מתפלל פאר די זאך און פאר יענע זאך און איך באקום עס נישט? דער באשעפער איז דאך אזא גוטער ער וויל אבער אז מ'זאל אים בעטן וואס מ'דארף נו איך האב שוין געדאווענט און יעצט איך האב עס נישט באקומען. קומט דער ענטפער אז דער באשעפער ווייסט בעסער וואס ס'איז גוט פאר דיר. אקעי אבער איין מינוט וואו שטעלט זיך אפ דעם באשעפער'ס כל יכולשאפט? פארוואס קען ער נישט טוישן אז די זאך וואס איך וויל זאל טאקע יא גוט זיין פאר מיר?

אדער אויב האט ער דייקא א אינטערעס אין יענע צרה איז פארוואס קען ער נישט מאכן טבע אז מיר זאלן הנאה האבן דערפון?
מאנטאג מערץ 09, 2015 12:59 pm#257605
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואס זאגן אז ער קען טוהן נאר גוטס, זענען ממעט זיין יכולת. אבער דער אמת איז, על פי רוב איז אלץ מעשי ידי אדם, צי דער מענטש זעלבס אדער אנדערע גוטע אדער שלעכטע מענטשען. אז א שיכור קראכט אריין אין דיין קאר, איז דאס א תוצאה פון יענעמס פארנאכלעסיקייט, נישט ווייל די בעסטע זאך פאר דיר יעצט איז צו זיין פארנומען מיט פארעכטן דיין קאר. ה' האט איבערגעבן זיין וועלט פאר די מענטשהייט.

דער זעלבער באשעפער האט באשאפן מענטשן און געגעבן די בחירה צו טון אזעלכע עגמת נפש פאר א צווייטן. סוף כל סוף נאך אלע רינגע-ראנגע-ראוזי'ס וועט מען מוזן פוינטן פינגערס אויפן בוכ"ע.
מאנטאג מערץ 09, 2015 3:17 pm#257623
מאמר החכם: אילו ידעתיו הייתיו (חובת הלבבות)
מאנטאג מערץ 09, 2015 4:36 pm#257638
קאווע טרינקער האט געשריבן:און טראכט גוט אריין צו די זאך אויף וואס דו ביסט אזוי שטארק מתפלל איז נישט עפעס וואס דו קענסט אליין ערלעדיגן, נאר דו האסט נישט די ביצים, בעטסטו ביים באשעפער זאל מאכן פאר ניסים... ווארט נאר ווארט...

און פארוואס האט דער באשעפער נישט מיטגעגעבן די געפאדערטע ביצים..
מאנטאג מערץ 09, 2015 4:38 pm#257640
האסט יא נאר ביסט נישט גרייט עס צו ניצן ביושבינו על סיר הבשר
מאנטאג מערץ 09, 2015 5:32 pm#257663
יעצט רעדסטו שוין ווי א.............. (פיל אין די בלענקס)
מאנטאג מערץ 09, 2015 5:51 pm#257670
איך האב ביז יעצט נישט געכאפט וואס פאר א מליצה איך האב געמאכט פאר ביושבינו וקומט א קאמע שוין חכמים הזהרו צום צווייטן מאל נכשל געווארן
ועל דא היא דכתיב רעדסט בעסער ווען דו ביסט נישט צוגעגרייט
מאנטאג מערץ 30, 2015 9:39 pm#262996
איחוד פעלד האט געשריבן:לעיקר הקושיא,
הן אמת אז מען זאגט היינט אזוי, אבער ווי אלט איז דאס באמת אין אידישע מחשבה אזוי צו זאגען?

זעה די ספורנו

וָאֶתְחַנַּ֖ן אֶל־יְהוָ֑ה בָּעֵ֥ת הַהִ֖וא
דרש ר' חנינא בר פפא, מאי דכתיב רננו צדיקים בה' לישרים נאוה תהילה? אל תקרי נאוה תהלה, אלא נוה תהלה, זה משה ודוד שלא שלטו שונאיהם במעשיהם, דוד דכתיב טבעו בארץ שעריה. משה – דאמר מר משנבנה מקדש ראשון, נגנז אהל מועד, קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו" .

שפך הקב"ה חמתו על העצים ועל האבנים
מאנטאג מערץ 30, 2015 9:42 pm#262999
chusid האט געשריבן:די צווייטע קשיא איז : די איייבערשטער האט הנאה ווען אונז טוען זיינע מצוות, פארוואס עכ"פ פאר זוך קען ער נישט געבן דע הנאה מיט א שארטקאט אהן דארפן צוקומען צו אונזערע טובות?


פארדעם שרייבן די ספרים אז נאך אלע טעמים פאר בריאת העולם וואו למשל מדרך הטוב הוא להטיב בלייבט נאך אלץ דער עינין א פלא - וואו געוואלדיג האט געשריבן
אילו ידעתיו הייתיו (חובת הלבבות)
מאנטאג מערץ 30, 2015 9:46 pm#263001
chusid האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אבער פארט א פראגע. דער לאזונג אז דער אייבישטער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר דיר איז א תירוץ פאר ווען מ'פרעגט פארוואס אז איך בין אזוי סך מתפלל פאר די זאך און פאר יענע זאך און איך באקום עס נישט? דער באשעפער איז דאך אזא גוטער ער וויל אבער אז מ'זאל אים בעטן וואס מ'דארף נו איך האב שוין געדאווענט און יעצט איך האב עס נישט באקומען. קומט דער ענטפער אז דער באשעפער ווייסט בעסער וואס ס'איז גוט פאר דיר. אקעי אבער איין מינוט וואו שטעלט זיך אפ דעם באשעפער'ס כל יכולשאפט? פארוואס קען ער נישט טוישן אז די זאך וואס איך וויל זאל טאקע יא גוט זיין פאר מיר?

אדער אויב האט ער דייקא א אינטערעס אין יענע צרה איז פארוואס קען ער נישט מאכן טבע אז מיר זאלן הנאה האבן דערפון?

אין אפשר איז טאקע די אינטערעסע אז די זאלסט האבן די צער? (און דאס איז פאר דיר א טובה)
מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm#263014
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אבער פארט א פראגע. דער לאזונג אז דער אייבישטער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר דיר איז א תירוץ פאר ווען מ'פרעגט פארוואס אז איך בין אזוי סך מתפלל פאר די זאך און פאר יענע זאך און איך באקום עס נישט? דער באשעפער איז דאך אזא גוטער ער וויל אבער אז מ'זאל אים בעטן וואס מ'דארף נו איך האב שוין געדאווענט און יעצט איך האב עס נישט באקומען. קומט דער ענטפער אז דער באשעפער ווייסט בעסער וואס ס'איז גוט פאר דיר. אקעי אבער איין מינוט וואו שטעלט זיך אפ דעם באשעפער'ס כל יכולשאפט? פארוואס קען ער נישט טוישן אז די זאך וואס איך וויל זאל טאקע יא גוט זיין פאר מיר?

א קינד פון איין יאר זיצט אויפן ערד און כאפט א מעסער און וויל עס אריינעמען אין מויל, קומט די מאמע און כאפט עס צו. דאס קינד נעמט זיך וויינען און יאמערן: גיב מיר צוריק מיין שפילצייג, איך דארף עס אזוי שטארק. די מאמע אייסערט זיך און זאגט: עס איז נישט גוט פאר דיך, עס קען זיין שעדליך. אבער דאס קינד לאזט זיך נישט: פארוואס קען נישט מיין מאמע מאכן אז דאס זאל נישט זיין א סכנה. זאל זי אראפנעמען די שארפקייט פונעם מעסער...

השם יתברך האט באשאפן די וועלט מיט א טבע. ווען א מענטש בעט זיך איין ביים כביכול אויף א זאך וואס ער האט נישט און באקומט נישט איז דאס פונקט ווי דאס קינד וויינט פארן מעסער. איי דער אייבירשטער קען דאך אלעס טון? סא וואס ווילסטו דער אייבירשטער זאל טוישן די גאנצע סדרי הבריאה און מאכן אז א מעסער זאל נישט זיין שעדליך? יעדע זאך האט א behind the scene און סיבה. דו קענסט נישט משיג דער אנדערע זייט דערפאר זעט דיר אויס די מעסער זיס, אבער וויסן זאלסטו השי״ת ווייסט דיין רציונית אבער עס האט א שפיציגער זייט, עס איז נישט גוט פאר דיך!!! דו קענסט דאס נישט וויסן ״ווייל דאס קינד האט נישט קיין שכל״!!!

אודאי קען ער טוישן די סדרי הבריאה, ער האט געשפאלטן דעם ים!! עס איז געווארן אויס טבע!! דער מעסער האט זיך אויסגעוועפט, אבער דאן איז עס נאר געווען א פלעסטיג מעסער, עס איז גארנישט געווען שארף ווייל דער אייבירשטער האט געמאכט פון ים א יבשה!!

איך בעט דיך קום מיר נישט זאגן אז דער אייבירשטער זאל פאר דיך אויך שאפן פלעסטיג מעסערס און שפאלטן דעם ים, ווייל ליין איבער מיינע שורות.

סא דער ענטפער איז פיל טיפער און הארבער פונעם קשיא.
מאנטאג מערץ 30, 2015 11:01 pm#263018
chusid האט געשריבן:די צווייטע קשיא איז : די איייבערשטער האט הנאה ווען אונז טוען זיינע מצוות, פארוואס עכ"פ פאר זוך קען ער נישט געבן דע הנאה מיט א שארטקאט אהן דארפן צוקומען צו אונזערע טובות?

איך וויל נישט אויסזען דא ווי דער שלעכטער טאטע וואס קומט מיט בייסיגער ווערטער, און מען זאל מיך העצן דערפאר. אבער סליחה אדוני, דיין קאמענט איז אויסגעשאלטערט פון די דת היהודי. דער פותח האשכול האט געפרעגט א איינשטענדיגער קשיא, אבער פאר דיך צו קומען און זאגן אז דער אייבירשטער מוז צו קומען צו אונז, און אז דער אייבירשטער דארף אונזער הנאה, און אז ער דארף דערויף א שארטקאוט איז זייער קורצזיכטיג, נאריש, און פאסט פאר א גר דאס צו פרעגן.

איך בעט דיך איבער פארן זיין אביסל שארף. אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן.
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:59 am#263084
פרייוויליג אנטשטאט שרייען אויף עים קענסטו עים מסבירן וואס ער פרעגט אזוי שלעכט.
מיטוואך אפריל 01, 2015 2:39 pm#263538
ער האט זייער שיין מסביר געווען.
ער האט געזאגט אז דו קשיא איז געבויט אויף א פאלשע הנחה.
א הנחה אז גאט האט א צורך פאר הנאה.
און דאן איז שייך צי פרעגן פארוואס נישט קיין שארט-קאט

דערנאך האט ער זיך געווינדערט וואו קימט דאס צי איינעם וואס איז געבוירן געווארן א איד צו מאכן אזא טעות.
וואו אזוי זאגט יענער - אויך מיר אן אפיקורס, סתם אן עם הארץ.
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:32 am#264728
כהאב געזען דעם פסח פין עפעס א פריערדיגע ספר ( עפעס מעשי...) וואס איז די קינץ אז די אייבושטער האט ארויסגענימען די אידן פין מיצרים, ער האט זיי דאך אריינגעלייגט איז נישט מער פין יושר ער זאל זיי נישט דארט לאזן? ענטפערט ער אז כדי די אידן זאלן קענען מקבל זיין די תורה האבן זיי געמיזט דורך גיין די שעובד מצרים,

די אייבושטער איז א כל יכול נא גיב זיי די זעלבע כוחות הקדושה אן דורך מאכן די יסורים אין זיי אינטער פרעה?
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:37 am#264732
דער בני יששכר ברענגט שוין דעם קשיא בשם פריערדיגע.
כ'האב נאך דערווייל נישט געטראפן א תירוץ וואס איז מתקבל על הדעת בפשטות.
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:53 am#264734
שמעקעדיג, וויפיל דארף איך דיר בעטן דו זאלסט אויפהערן זיך מוטשענען אויף די זאכן.

אין ראובנ'ס פה-סח מאמר ברענגט ער פון ליובאוויטשער רבי ז"ל, כ'בין אבער חושש אז דער עולם האט נישט באמערקט דעם שפיץ ביים אויספיר:

... פארוואס האט גאט געדארפט בכלל באשאפן פאסילן? דער תירוץ איז פשוט: מיר קענען נישט וויסן די סיבה פארוואס גאט האט באפארציגט דעם אופן פון באשאף איבער אנדערע, און סיי וואספארא טעאריע פון באשאף זאל נאר זיין אנגענומען, וועט די פראגע בלייבן אומפארענטפערט. די פראגע, "פארוואס באשאפן א פאסיל?" איז נישט מער גילטיג ווי די פראגע, "פארוואס באשאפן אן אטאם?"
מיטוואך אפריל 08, 2015 1:09 am#264746
די ליבאוויטשע רבי ברענגט ארויס די נקודה אז מען דארף נישט פארשטיין, אבער אונז מוטשען זיך אויף כלומפרשט'ע ביאורים...
מיטוואך אפריל 08, 2015 2:41 am#264776
איחוד פעלד האט געשריבן:לעיקר הקושיא,

הן אמת אז מען זאגט היינט אזוי, אבער ווי אלט איז דאס באמת אין אידישע מחשבה אזוי צו זאגען?



כל מאן דעביד רחמנא לטב עביד