Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פורים אין סאטמאר

פורים אין סאטמאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8401
מאנטאג מערץ 09, 2015 2:18 pm#257614
פורים אין סאטמאר
ביי די סעודות משתה היין אין די חצרות סאטמאר איז געווען שטארקע סענזאציעס דעם פורים שנת תשע''ה
ביים רבי'ן מ'סאטמאר פון קרית יואל האט מען געהערט שטארקע בכיות אויף די דברי אפיקורסות וואס נתניהו האט פארשפרייט ביי זיין באזוך אין קאנגרעס.

ביי רבי'ן מ'סאטמאר פון וויליאמסבורג האט מען בעת משתה היין געהערט דברי הכתרה אויף זיין זון די רב פון סאטמאר ירושלים, נאכזאגענדיג א דבר תורה וואס זיין זון האט אים געזאגט ביום הפורים האט די רבי אויסגעפירט דערויף אז מיין זון רעדט ווי א ''ראשון."
(ק/פ)
מאנטאג מערץ 09, 2015 2:21 pm#257616
IMG_20150309_141901.jpg
IMG_20150309_141901.jpg (106.55 KiB) געזען געווארן 2403 מאל

IMG_20150309_141908.jpg
IMG_20150309_141908.jpg (123.55 KiB) געזען געווארן 2403 מאל

IMG_20150309_141913.jpg
IMG_20150309_141913.jpg (88.94 KiB) געזען געווארן 2403 מאל

מוהרח''צ ט''ב אב''ד סאטמאר ירושלים בן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א

אביו הגדול האט ביים משתה היין טיש נאכגעזאגט א דבר תורה פון אים, און אויסגעפירט דערויף אז מיין זון רעדט ווי א ''ראשון."
מאנטאג מערץ 09, 2015 8:37 pm#257689
וויאזוי ווייסט האדמו"ר מוויליאמסבורג וויאזוי א ראשון רעדט?
מאנטאג מערץ 09, 2015 9:48 pm#257698
ער האט מסתם אמאל געהערט זיין ברודער פון קר"י רעדן, האט ער געהערט אן אחרון.
האט ער צוזאמעגעשטעלט א בילד וויאזוי א ראשון וועלט גערעדט 8-)
דינסטאג מערץ 10, 2015 1:23 pm#257748
און וויאזוי רעדט ער, ווי א תחתון?
דינסטאג מערץ 10, 2015 2:55 pm#257761
עס דרייט זיך ארום א אלט ווערטל ווי זוי ס'גייט אויסקוקן אין 20 יאר פון היינט

א טאטע זיצט ביים טיש נאכ'ן סעודה שבת און זיין זון זאגט אים א העפליכע גוט שבת איך גיי ארויס פרעגט אים די טאטע ווי גייסטו ?

קינד : איך גיי צום פלוני (פיל אריין א נאמען פון א זעלבסט געקרוינטן רבי'ן) רבי'ס טיש

טאטע : דו ביסט משוגע ? צו אזא ליידיג גייער וואס האט געמאכט אפאר דאלער און געווארן א רבי גייסטו ?

קינד: טאטי ווי זוי רעדסטו ? דו ווייסט וואס אלמוני (פיל אריין א נאמען פון נאך א זעלבסט געקרוינטן רבי'ן) רבי האט געזאגט אויף אים............

איך זעי ס'ווערט שוין א ריעליטי ...........
מיטוואך מערץ 11, 2015 3:02 am#257906
גאנצעל זייער גוט געזאגט קריגסט אפילו א לייק
פליז ווען די סיינסט אריין אלץ קאך לעפל זאג בעסער פאר נאך א לייק
מיטוואך מערץ 11, 2015 7:24 am#257909
עזריאל האט געשריבן:גאנצעל זייער גוט געזאגט קריגסט אפילו א לייק
פליז ווען די סיינסט אריין אלץ קאך לעפל זאג בעסער פאר נאך א לייק


אה ב''ה אז קאלעגע זריעל האט געטראפן עפעס וואס צו שרייבן.......
מיטוואך מערץ 11, 2015 12:46 pm#257969
ניין! פארדעם קריגסטו נישט קיין לייק
מיטוואך מערץ 11, 2015 1:10 pm#257976
עזריאל, שוין לאנג נישט געשריבן "פלעין יודיש"
מיטוואך מערץ 11, 2015 5:05 pm#258065
איך האב היינט גערעדט מיט מיין זון רבי חיים הערש דער רב פון ירושלים עיה"ק, כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים, ער האט מיר באמת געזאגט א פשט אין די מגילה וואס קען שטיין אין די ראשונים, ממש מתוק מדבש:

אין די מגילה שטייט אז אחשוורוש האט געזאגט 'מי הוא זה ואי זה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן', לכאורה אחשוורוש אליין האט דאך געמאכט דעם פלאן צוזאמען מיט המן, און וואסזשע איז זיין פראגע מי הוא זה אשר מלאו לבו לעשות כן'?

נאר מ'קען דאס פארשטיין בהקדם די ווערטער פונעם תפארת שלמה אין פרשת בלק, ער שטעלט זיך אויף דעם וואס ביי בלעם הרשע האט קודם דער אייבערשטער געזאגט 'לא תלך עמהם', און שפעטער האט דער אייבערשטער אים געזאגט 'אם לקרוא לך באו האנשים קום לך אתם', דו קענסט יא גיין מיט זיי. איז ער דאס מסביר מיט די מאמר חז"ל אין אבות 'אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס', ווען א איד טוט א מצוה און ער האט אינזינען ער זאל האבן עפעס א נוצן אין זכות פון די מצוה, איז דאס דומה צו איינער וואס ער קען פארדינען א מיליאן דאלער, און ער האט אינזינען ער זאל פארדינען פינף הונדערט דאלער, וויבאלד א מצוה וואס א איד טוט פארן באשעפער איז דאך לאין ערוך, אן קיין גבול. און דאס זעלבע איז להבדיל ביי די צד הקליפה, ווען א רשע נוצט אויס זיין כח אן קיין זייטיגע און אייגענע חשבונות דעמאלטס קען דאס זייער שאדן. דעריבער קודם ווען בלעם האט געוואלט גיין שעלטן די אידן האט אים דער אייבערשטער געזאגט 'לא תלך עמהם' ווייל ווען זיין קללה וואלט געווען אן קיין זייטיגע חשבונות דעמאלט וואלט געווען א גרויסע סכנה, אבער שפעטער האט אים דער אייבערשטער געזאגט, אם לקרוא "לך", צוליב דיינע אינטערעסן אז מ'וועט דיר באצאלן (ווי רש"י זאגט דארט) דעמאלט 'קום לך אתם', בין איך גארנישט באזארגט און דו קענסט גיין.

דאס זעלבע קען זיין איז געווען ביי המן, ער איז געקומען צו אחשורוש און האט געמאכט א רייץ פון געלט, ער האט אים געזאגט "ושללם לבוז", אז מ'וועט אויס'הרגנ'ען די אידן וועט מען זיך קענען טיילן מיט זייער האב און גוטס, ווי אויך האט ער געזאגט פאר אחשוורוש 'עשרת אלפים ככר כסף אשקול וגו', האט אים אחוושרוש געענטפערט "הכסף נתון לך", לייג אוועק די געלט אינטערעסן אין א זייט, און דעמאלט 'והעם לעשות בו כטוב בעיניך', אנדערש, אויב דו וועסט האבן דערביי אייגענע אינטערעסן וועסטו נישט מצליח זיין. אבער המן האט דאך ווייטער געוואלט אויפרייצן די אלע גוים מ'זאל ח"ו אויסהר'גנע'ן די אידן, האט ער ווייטער געזאגט 'ושללם לבוז', אז דורכדעם וועט מען האבן די ביזה פון די אידישע קינדער. דעריבער ווען אסתר המלכה האט געזאגט פאר אחשורוש "כי נמכרנו אני ועמי" מיר זענען פארקויפט געווארן פאר געלט, האט אחשוורוש באלד געשריגן "מי הוא זה ואי זה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן", איך האב דאך פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אז מ'קען נישט מצליח זיין צו מכניע זיין די אידישע קינדער ח"ו זיין ווען ס'איז דא געלט אינטערעסן.

מיט דעם פארשטייט מען פארוואס איז געווען דעמאלט קבלת התורה מאהבה, וויבאלד די אידישע קינדער האבן געזען וואספארא חילוק עס מאכט אויס אפילו ביים צד הקליפה ווען מ'טוט א זאך על מנת לקבל פרס, איז דאך אוודאי מדה טובה מרובה ווען אידישע קינדער זענען מקבל די תורה הק' מאהבה, און זיי געבן זיך איבער פארן באשעפער שלא על מנת לקבל פרס נאר צו מאכן א נחת רוח להבורא ית"ש.
מיטוואך מערץ 11, 2015 5:15 pm#258069
WOW
מיטוואך מערץ 11, 2015 5:50 pm#258082
באמת א שיינע און טיפזיניגע תורה. ס'איז נאר א חידוש אז....א יעדער קען צו שרייבן וואס ער ווילל...!
מיטוואך מערץ 11, 2015 7:41 pm#258096
ס'איז מיר גוט, ער איז שוין א מבין אויך....
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:49 pm#258154
דרך אגב איז פארענטפערט פארוואס די ראשונים האבן עס למעשה נישט געזאגט ווייל זיי האבן נישט געוויסט פונעם תפארת שלמה