מאנטאג מערץ 09, 2015 2:26 pm#257617
וואלט איר געווען אן עובד עבודה זרה בזמן מלכי ישראל?
פאר נאנט צו דריי טויזענט יאהר צוריק האט אין ארץ ישראל געהערשט די ממלכת ישראל קעניגרייך וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט די מלוכה פון ירבעם בן נבט נאכדעם וואס שלמה המלך איז נפטר געווארן. ווי באקאנט איז ירבעם בן נבט געווען א מסית ומדיח, אויף וועם חז"ל זאגן אין מס' סנהדרין אז אין לו חלק לעולם הבא. ירבעם האט איינגעפירט עבודה זרה אויף א שרעקליכן פארנעם, און דאס איז אנגעגאנגען פאר הונדערטער יאהרן ר"ל. אחאב איז געווען א שפעטערדיגער מלך וואס איז אויך אנגעגאנגען מיט'ן שטיצן עבודה זרה.
שטעלט איך אייך אפ און איך פרעג אייך. איר לעבט אין די תקופה פון מלכי ישראל, אייערע עלטערן האבן אייך ערצויגן מיט עבודה זרה שוין דורי דורות, און דערציילן אייך סיפורי פלא פון אותות ומופתים, ישועות ורפואות און שידוכים, וואס מ'האט אלץ געזעהן ביי די עבודה זרה'ס. (אפשר שטאמט איר גאר פון עטליכע אויסגערופענע עבודה זרה דינערס וואס האבן זיך אויסגעצייכענט מיט זייער עבודה זרה, און טויזענטער האבן זיך געקוויטעלט ביי זיי). וואו וואלט איר געשטאנען? וואלט איר מיטגעהאלטן מיט אייער חינוך און מיטגעגאנגען מיט די עבודה זרה, אדער וואלט איר געוועהן סקעפטיש און פראבירט נאכצופארשן צו דאס איז א אמת'ע זאך און צו עס שטימט באמת לויט אידישקייט?
לאמיר זיך נישט נארן, כדי צו זיין סקעפטיש אין עבודה זרה האט מען געדארפט איבערקומען די שוועריקייטן פון די כסדר'דיגע מח-וואשונג אז "אין אדם מעיד שקר לבנו", "מ'טאר נישט טראכטן", "איך בין א נאר און איך גלייב", "אלעס וואס מיר האבן מקובל איז אמת", "זיי נישט קליגער פון די פריערדיגע" וכו' וכו'. און טראץ הערן די אלע מעסעדזשעס און אויפוואקסן מיט די אלע מעסעדזשעס האט א ערליכער איד געדארפט טראכטן אז "מ'מעג יא טראכטן", "איך בין נישט קיין נאר און איך גלייב", "עס מוז נישט זיין אז אלעס וואס מיר האבן מקובל איז אמת", "די פריערדיגע האבן זיך געקענט טועה זיין" וכו'. נאר אזוי האט ער געקענט צוקומען צו א מסקנא אז די עבודה זרה איז פאלטש.
יעצט אויב אין אייער היינטיגן לעבן קענט איר נישט איבערקומען די אלע מח-וואשונג מעסעדזשעס בנוגע אייער לעבן, וואלט איר דאך דעמאלטס פונקט אזוי נישט געקענט זיך מתגבר זיין איבער די עבודה זרה, און איר וואלט געוועהן אן עובד עבודה זרה. יעצט פונקט ווי איר פארשטייט אז די בלינדע מהלך פון זיך לאזן פון די סארט מעסעדזשעס וואלט אייך דעמאלטס געפירט צו א שרעקליכע מרידה בה', וואס מאכט אייך אזוי זיכער אז די זעלבע בלינדע מהלך פירט אייך נישט היינט צו א מרידה בה'? אפשר איז גאנץ חסידות אזוי טמא און טריף ווי עבודה זרה? אפשר זענען די אלע מופתים אזוי טמא און אפגעפרעגט ווי עבודה זרה?
מיינסטו טאקע אז אז די אלע אידן וואס זענען דעמאלטס פארכאפט געוועהן אין עבודה זרה זענען איין טראפ ווייניגער געוועהן איבערצייגט אין דעם אמת פון זייער וועג, ווי די ביסט היינט איבערצייגט אין דיין וועג? נאר וואס דען? מ'דארף טראכטן, מ'דארף לייגן אלע נגיעות אין א זייט, זיך אויסלאכן פון דעם "איך בין א נאר און איך גלייב", און טראכטן אז כדי צוצוקומען צו אמת'ע אמונה בה' און נישט אריינפאלן און עבודה זרה אדער עפעס ענדליך, מוז מען פארשן און טראכטן אן נגיעות. דאס האט זיך פארלאנגט אמאל, און דאס פארלאנגט זיך היינט.
אוודאי קען זיין אז נאך דיין אויספארשן דיין היינטיגן לעבן וועט דיין מסקנא זיין אז ס'איז הערליך, ערליך און אויסגעהאלטן, אבער אויב האסטו נישט געלייגט דיין חינוך און אלע נגיעות אין א זייט און געטראכט און אויסגעפארשט ביסטו א פאטענציעלער עובד עבודה זרה.