Under maintenance
הויפט זייט » ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8416
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:29 pm#261302
רעדאגירן קענסטו שיקן צו מיר. אויף וויפיל איך בין ווערד קען איך צולייגן א האנט.
דינסטאג מערץ 24, 2015 5:12 pm#261422
דער פה-סח גייט ווייטער אהן מיט די גאנצע שערורי' וואס טוט זיך אפ ביהיינד די סינ"ס?
דינסטאג מערץ 24, 2015 5:14 pm#261426
יא, נאר לויט די נייע גייסט

#נייעגייסטאלערט
דינסטאג מערץ 24, 2015 5:15 pm#261427
מען לאזט זיך נישט פון קיינעם!
אוודאי עס וועט אי"ה ערשיינען אן הערליכע אויסגאבע
אפי' דער שטן וויל נישט...
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:08 am#261565
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.

אזוי ווי גאנדי'ס ארטיקל איז צוריק האב איך יעצט צוויי ברירות אדער אפשניידן די בארד און פאות אדער שרייבן אן ארטיקל. וואס זאגט דער עולם וואס זאל איך קלויבן?
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:10 am#261567
שנייד אפ א האלבע בארד און שרייב א האלבע ארטיקל
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:11 am#261568
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שנייד אפ א האלבע בארד און שרייב א האלבע ארטיקל

און וועסט עס כאטש געבן אן האלבן לייק? :D
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:18 am#261570
איין גאנצע, האלב פאר די בארד און האלב פארן ארטיקל
מיטוואך מערץ 25, 2015 6:48 am#261605
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז דו האסט א בארד און פאות
מיטוואך מערץ 25, 2015 6:56 am#261607
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
קוק אויף זיין אוועטאר
מיטוואך מערץ 25, 2015 8:52 am#261620
עס גייט פארקומען א פראטעסט פארנט פון שטוב פון מלך הכותבים מרן ATUB @איש עברי ATUB פאר'ן זיך נישט באטייליגן אין ''פה-סח'' לעת עתה.
באסעס וועלן ארויספארן פערטל צו ביי בעדפארד און די הייוועי. כולנו למערכה ולה' הישועה.
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:46 pm#261673
ביטע זיך צואיילן מיט אריינשיקן אייער ארטיקל. דער מצב ווערט אנגעלייגט.
מיטוואך מערץ 25, 2015 2:42 pm#261699
כוכב האט געשריבן:עס גייט פארקומען א פראטעסט פארנט פון שטוב פון מלך הכותבים מרן @איש עברי פאר'ן זיך נישט באטייליגן אין ''פה-סח'' לעת עתה.
באסעס וועלן ארויספארן פערטל צו ביי בעדפארד און די הייוועי. כולנו למערכה ולה' הישועה.

דאכט זיך מיר אז איך האב אים געזען אין אשל אברהם אין אן אינטערוויאו מיט א געוויסן עלטערן מאן.
מיטוואך מערץ 25, 2015 6:05 pm#261754
פאר אלע פה-סח אנגעלעגנהייטן קען מען זיך אויך ווענדן צו מיין געטרייער שותף לדבר מצוה ATUB @געוואלדיג ATUB וידו כידי.
מיטוואך מערץ 25, 2015 6:58 pm#261768
די לעצטע מאל איינער האט געזאגט ידו כידי האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט
מיטוואך מערץ 25, 2015 7:09 pm#261771
איך שטיי נאר צו זיין רעכטע זייט, לדעתי קען מען נאך נוצן איינער פאר די לינקע זייט.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:39 pm#262084
@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:41 pm#262085
געוואלדיג האט געשריבן:איך שטיי נאר צו זיין רעכטע זייט, לדעתי קען מען נאך נוצן איינער פאר די לינקע זייט.



איך בין גרייט צו שטיין צום לינקע האנט
"ובשמאלה עושר וכבוד" סיי וועלכע עשירות און כבוד עס איז דא שייך, בין איך גרייט מקבל צו זיין באהבה!
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:44 pm#262086
נתן מנחם האט געשריבן:@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!


דער דעדליין איז נאכנישט פאריבער סחורה האלט אין איין שטראמען און סחורה האלט אין איין אנגענומען ווערן.
נתן מנחם, ווען שיקסטו דיין ארטיקל?
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:47 pm#262087
ווען גייט זיין די דעדליין?
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:49 pm#262089
קום אין המלאכה מרובה.

עס דארף נאך געשאפן ווערן א קליינע סומע ביז צום ענדגילטיגן ציל, אויב ווילט איר ספאנסארן פון דרייסיג דאלער אין העכער ביטע קומט אין אישי.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:53 pm#262095
כוכב האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!


דער דעדליין איז נאכנישט פאריבער סחורה האלט אין איין שטראמען און סחורה האלט אין איין אנגענומען ווערן.
נתן מנחם, ווען שיקסטו דיין ארטיקל?


איך בין פשוט נישט קיין שרייבער איך בין א גוטע ליינער. איי קענט וועיט!
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:28 pm#262117
שרייבערס אויס ווילט איר זיין זיכער מיט מיט אייער ארטיקל און איר ווילט אז אייער ארבעט זאל זיין שיין אהערגעשטעלט
לאזט נישט אויף די לעצטע מינוט און גיבט אייך א יאג צו און שיקט עס שוין צו ר' כוכב זז"ג
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:30 pm#262150
מיין ארבעט - דאס צוגעזאגטע שרייב ווערק - וועט באלד זיין גרייט פאר דער רעדאקטער צו ערהאלען.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:16 pm#262207
משבק האט געשריבן:די לעצטע מאל איינער האט געזאגט ידו כידי האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט

קוק נאר ווער עס שרייבט עס.. דער משבק אליין..