Under maintenance
הויפט זייט » בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן

בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #843
דינסטאג יוני 12, 2012 2:30 pm#17532
בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן
די מוזעאם פון די פקאנפעדערעסי האט ארויסגעלייגט אנליין בילדער וועלכע זענען געפינען געווארן אין די טאשן פון טויטע סאלדאטן, בעטנדיג אז ווער עס האט אינפארמאציע איבער די מענטשן אין די בילדער זאל זיי קאנטאקטען. פאלגנד זענען טייל פון די בילדער:

אין די טאש פון א סאלדאט וועלכע איז אינדענטיפיצירט געווארן אלס "יוסף ווארן" איז געפינען געווארן דעם בילד:
בילד

דער זעלבער סאלדאט האט געהאט נאך א בילד אין זיין טאש:
בילד

אין די טאש פון א סאלדאט "הארטווערד קינקעיד עדעמס איז די פאלגענדע בילד געטראפן געווארן:
בילד

דער סאלדאט טאמעס טימבערלעיק פון ווערדזשיניע האט געטראגן מיט זיך דעם בילד:
בילד

זעט דעם נייעס באריכט און דעטאלן דא.
דינסטאג יוני 12, 2012 2:50 pm#17538
אוי, ס׳ציפט. דאס ברענגט די טראגעדיע פון מלחמה אזוי נאנט צום הארץ. יעדער סאלדאט וועלכער ווערט אומגעברענגט לאזט איבער א ווייב אדער קינדער אדער עלטערן וועלכע וויינען און בענקען זיך נאך אים.
דערפאר קוקן מיר שוין ארויס אז עס זאל מקוים ווערן דער פסוק אין ישעיהו, ״וגר זאב עם כבש, ונמר עם גדי ירבץ, ועגל וכפיר ומריא יחדיו.״
דינסטאג יוני 12, 2012 3:20 pm#17539
Re: בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן
איז שייך צו אידענציפירן אנאנימע בילדער פון אזא לאנגע תקופה אויף צוריק?

עס איז נאך פאר די אנליין עפאכע ווי בילדער זענען געטעגט געווארן מיט יעדענס אידענטיטעט....
מיטוואך יוני 13, 2012 10:33 am#17739
מיינסט טאקע זיי מיינען עס נאר לשם שמים? קענסט זיין זיכער זיי האבן באקומען עפעס א גרענט אדער נדבה לטבת דעם פרויעקט.
מיטוואך יוני 13, 2012 11:55 am#17755
איך אויך האט געשריבן:מיינסט טאקע זיי מיינען עס נאר לשם שמים? קענסט זיין זיכער זיי האבן באקומען עפעס א גרענט אדער נדבה לטבת דעם פרויעקט.

און דער וואס געט די גרענט אדער נדבה, לשם וואס מיינט ער?
מיטוואך יוני 13, 2012 4:03 pm#17819
א טעקס דידוקשן.
מיטוואך יוני 13, 2012 7:35 pm#17845
נאר איך טראכט אז קוקען אויס ווי אידען?