א חסיד'ישע קאנווענטשן!!!
א נייע פענאמינום אינעם עולם החסידות, כ'וועל נאר אויסשמיסן דא אביסל צוויי זייטן
מצד א' פארוואס נישט, הונדערטער חסיד'ישע אידן פארן כסדר אויף קאנווענטשינס ממינים ומינים שונים צו איז עס דרשו, אינספייער וכדו', נא פארוואס איז נישט צייט צו מאכן 'שבת פאר זיך' און ברענגן א ריכטיגע חסיד'ישע מצב, מיט וואס איז דאס אנדערש פון א שבת התוועדות פון בחורים אדער ווי אדמו''רי ארה''ק וואס פארן אויף א שבת קיין מירון וכדו', ומתי אעשה אני לביתי, און צוזאמנעמען אידן וואס קענען זיך ערלויבן א שבת אויף א חסיד'שין פארנעם מיט העכסט געלונגענע רעדנער, מנגנים וכדו'. מיר דארפן נישט מער פאשען אין פרעמדע פעלדער צו קענען האבן א שבת וואקאציע-קאנווענטשן!
מצד ב' איז די זאך אביסל מרפסן איגרא, חסידות וואס האט צו זיך דעם אפטייטש פון זיך האלטן צו מסורת אבות, נישט נאכטאנצן יעדע אמעריקאנער מאדע, מישט זיך שווער מיט דעם 'קאנווענטשן' ברי', וועלכער איז אן אמעריקאנער מציאות פון שפענדעראציע און פארברענגן, בפרט ווען מ'קיקט אביסל אויף די סארט אינטערטענמענט טאקע על טהרת הקודש, אבער דאך נישט דאס וואס חסידות שטעלט באמת פאר צו זיך, ס'נישט רוח חסידות נוחה הימנו, צו וועט עס זיין וויאזוי דע מענער פרויען וועלן זיך דרייען, צו דער סארט קלייענטעל וועלכע קומט צו גיין, איז עס א שטיקל בחינה פון מטהר זיין את השרץ בק''ן טעמים און א כשר חזיר פיסל.
ויראה העם וישפוט בין הנהו תרי צדדים.