Under maintenance
הויפט זייט » בעפארצוגט איר טאקע...

בעפארצוגט איר טאקע...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8531
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:19 pm#261661
בעפארצוגט איר טאקע...
געלע און שווארצע דשעלי-ביענס איבער אנדערע קאלירן, זויערע סארבעי פלעיווארס נוסח גרעיפ-פרוכט איבער דורכשניטליכע, פארווע אייז-קריעם איבער מילכיגער, דייעט ווייטאמין-וואסער, פסח'דיגע קעיק איבער חמצ'דיגע, חמצ'דיגע מצות איבער פסח'דיגע, פשוט'ע אומגעזאלצענע ניסלעך איבער געבראטן און געזאלצן, ברוינע דיקליכע טשולענט בונדלעך, ריב-סטעיק לייכט געגרילט, בלאס-קלעבעדיג פאטעטא קוגל איבער קרעטשניפדיג אווער-נייט, האלאודזשין העד-לייטס איבער HID אדער LED, ווייכע חלה איבער ראפאגאש, גרין-געלן פריז-פאפ איבער די תכלת ארגמן ותולעת שני'דיגע, קאמערציאלע צי אינדאסטריאלע טאמעטא-דיפ, טשולענט אין א טאפ איבער א קראקפאט, וואנילא-לעבען איבער טשאקאלאד אא"וו.

געוויסע זאכן פון דער ליסטע איז לאו דוקא אויסגעשטעלט צו זיין בעסער, נאר ס'איז עפעס שהזמן אדער מצב גרמא. די שאלה איז צי ס'איז דא חברה וואס גלייכן דאס עקשעלי מער. לדוגמה בין איך געווען אין א טייערן רעסטוראנט, האבן זיי געגעבן אזא מין זויערן סארבעי, און ס'איז מיר באלד געקומען אין געדאנק צי דאס האט דען א דורכשניטליכער מענטש מער ליב ווי עפעס א סטראבערי פלעיוואר למשל. אזוי אויך מיט די געלע דשעלי-ביענס. עווער סינס איך דענק אז כ'האב געזען קינדער אדער ערוואקסענע כאפן דשעלי-ביענס, קלייבט יעדער די רויט, בלוי, פערפל וכדו'. דאס איבריגע שטייט אייביג פאר'יתומ'ט. מיין שאלה איז פארוואס זאל א געלע דשעלי האבן די זעלבע רעכטן ווי א רויטע? איך בין א ראסיסט?
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:38 pm#261668
ברענגסט ארויף א גאר וויכטיגע נושא בנוגע ראסיזם און דיסקרימינאציע, לדעתי באלאנגט דער אשכול נישט אין שמייכל.

קודם, דאס ערשטע שטאפל איז אז מ'דארף וויסן אז דאס עצם ליב האבן איין קאליר איבער דער אנדערע איז נישט די פראבלעם פון ראסיזם, די פראבלעם איז אז די יעניגע ווערן געשעדיגט צוליב דיין פרעפרענס.


.
מיטוואך מערץ 25, 2015 12:56 pm#261676
הוגה, קום אריין קלארער. ס'איז נישט אז מ'נעמט אוועק די רעכט פון דעם געלן דשעלי-ביען צו עקזעסטירן. די שאלה איז פארקערט. אויב דאס גרויסע רוב בעפארצוגט די אנדערע קאלירן, פארוואס זאל יעדער ליידן? פארוואס זאל א פעקל דשעלי-ביענס האבן אן אייניג צאל געלע ווי רויטע? און אנדערע ווערטער: ס'איז פונקט א פארקערטע טענה. פארוואס אויב באשטעל איך סורבעי, ברויך איך קריגן גרעיפ-פרוכט סורבעי? אלץ ווייל מ'טאר נישט אנולירן דעם פלעיוואר?

(לעצם העניין פארשטייט יעדער אז ראסיזם און דיסקרימענאציע זענען נישט קיין נושא דא בכלל. דאס איז מה שנוגע ביזנעס און פרעפרענס אין תאוות)
מיטוואך מערץ 25, 2015 1:53 pm#261688
וואס עפעס זאגסטו אז יעדער מוז ליידן? ווילסט דווקא נאר רויטע דזשעליבינס? גיי אריין אין די קענדי סטאר, דארט קענסטו קויפן רויטע עקסטער. ווילסט דייקא זיסע סערבעי? גיי צו די רעסטוראנט אקעגן איבער דער גאס, זיי האבן עס. דער רעסטוראנט איז געמאכט פאר מענטשן וואס האבן ליב ביטערע סערבעי.


.
מיטוואך מערץ 25, 2015 2:44 pm#261701
וואסי טאקע פשט אז א פעקל דשעלי ביענס וועט אייביג האבן מער פון די קאליר וואס מיינע קינדער האבען נישט ליב און נאר עטליכע פון די וואס יא. אפילו בטעות וועט קיינמאל נישט זיין רוב פון יענע.
מיטוואך מערץ 25, 2015 2:51 pm#261704
חברה הערטס אויף גיין ליידיג און שרייבטס ארטיקלען פאר פה-סח.