Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

קאווע שטיבל • חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8559
דינסטאג מערץ 31, 2015 8:12 am#263101
חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
איך הייב אן מיט'ן הייליגן ריזשינער. וואס איז געווען די מעשה דארט? אין וויקיפידיע שטייט אין קורצן אז אין ספרינג פון יאר תקצ"ח האט מען ארעסטירט דעם רעבין ר' ישראל מריזשין צוליב א מסירה אז ער האט אנגעבליך געגיבן דעם גרינעם ליכט אפצוראמען פון וועג צוויי אידישע מוסרים וואס האבן מלשין געווען צו די בעהערדע אויף אידן פון זיין קהילה אז זיי שווינדלען און דרייען זיך ארויס פון צאלן שטייערן און אויף געוויסע וואס האבן מיט שטיקלעך אויסגעמיטן פון זיך שטעלן אין מיליטער, און וועמענ'ס נעמען זענען נישט פארשריבן אין די צענזוס (וואס איז לכאו' ווי איך פארשטיי געווען א טייל פונעם שטיקל)

ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען - ווי אייביג ווען די גוים און די מידיא זוכט זיך ארויפצוכאפן אויף אונז. למעשה, האבן אים די אנטיסעמיטן געפונען שולדיג און איינגעזעצט פאר כמעט צוויי יאר! אין ת"ר, איז ער באיזה אופן אנטלאפן פון תפיסה מיט די הילף פון זיינע חסידים וואס האבן אונטערגעשמירט דעם טורמע אויפזעהער (וואס אגב איז דאס מסתמא א חלק פון דעם אויבן-דערמאנטן בלבול. דהיינו, אז חסידים האבן נישט קיין דרך ארץ פאר'ן געזעץ.) מ'האט אים אדורכגעשווערצט דעם רוסישן גרעניץ, (ס'דערמאנט מיר לב טהור) און נאך אסאך וואנדערן און וואגלענישן האט ער זיך אין תר"ב באזעצט אין "פוטוק" וואס אין סאדיגער, נעבן די שטאט טשערנאוויץ וואס אין בוקוווינע - יענע יארן א טייל פון דער עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. דארט האט מיטאמאל דער רעבינ'ס מזל ווידעראויפגעשיינט און ער האט ממשיך געווען מיט זיין מלכות'דיגע חסידות. כי לא ראיתי צדיק נעזב.

וואס גענוי האט דארט פאסירט? ווער זענען געווען די מוסרים? וועמען האבן זיי געמסר'ט? זייערע אגענדע? וויאזוי האט מען זיי געהארגעט? ווער זענען די רוצחים געווען? וואס האבן די מתנגדים און משכילים פארציילט דאן? וואס האבן די חסידים דאן פארציילט פאר די וועלט? (און אין מקוה?) וואס פארציילן די חסידים היינט? וואס פארציילן היינט די ארכיוון?

א בילד פון די שוהל אין סאדיגער
דינסטאג מערץ 31, 2015 9:39 am#263122
זיך פארפלאנטערן מיטן געזעץ, און זיך פארפלאנטערן מיטן געזעצגעבער [במקרה דינן: דער 'צאר' הצורר], זענען צוויי אנדערע זאכן.
ספינקא רבי [56 st] האט זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ. דער בורשטינערס טאטע, האט זיך אויך פארפלאנטערט מיטן געזעץ.

דער רוזשינער, מיט נאך א לאנגע ליסטע פון רבי'ס, האבן זיך פארפלאנטערט מיטן מלוכה. צו ווייל זיי זענען געווען א פאטענציעלע געפאר [דער צאר פלעגט נאכקוקן יעדער וואס איז נאר געווארן צו גרויס], צו פאר ענדליכע סיבות [מוסרים ומשכילים].

***************

אריינצובלאזן דא א רוח החיים אין דעם אשכול, וועל איך דא ברענגען א טיילווייזע רשימה פון רבי'ס וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ-געזעצגעבער, און זענען געזעצן אין תפיסה אדער געליטן אנדערע צרות. וכל הרוצה ליטול את הפענע יבוא וידרוש [אפשר גם אני בתוכם]:

1. רבי מנחם נחום מטשערנאביל, בעל מאור עינים [תפיסה].
2. האחים רבי שמואל אבא ורבי משה מסלאוויטא, בני הר"ר פנחס'ל קאריצער [תפיסה, מלקות, און דאכצעך אויך סיביר].
3. בית משפחת טווערסקי [איסור ארויסצוגיין פון די גלילות פון געוויסע שטעט. מחשש השפעה].
4. רבי מיכל'ה מקירימע, אייניקל פון ר"ר זושא פון אניפאלי [תפיסה, ועוד].
5. רבי ישראל מרוזשין [תפיסה].
6. בנו רבי אברהם יעקב מסאדיגורא [תפיסה].
7. רבי שניאור זלמן מליאדי [תפיסה].
8. בנו רבי דובער מליובאוויטש [תפיסה].
9. חתן רבי דובער, דער צמח צדק מליובאוויטש [תפיסה].
10. רבי יוסף יצחק מליובאוויטש [תפיסה].
11. רבי יצחק מטשערנאביל/לויעוו (זיידע פון טשערנאבילע רביים שליט"א) [תפיסה, נהרג].
12. דער בורשטינע און גאלאנטע רביים'ס טאטע [תפיסה].
13. דער ספינקע רבי (56 ST) [תפיסה].

ועוד הרבה...
דינסטאג מערץ 31, 2015 10:27 am#263135
אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.
דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am#263138
אברהם אבינו, פאר'ן ציברעכן די געטשקעס
דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am#263139
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'
דינסטאג מערץ 31, 2015 10:40 am#263141
דער שאלה איז צו זיי האבן עובר געווען דעם געזעץ, אדער מען האט פארטייטש א געזעץ כדי צו טרעפן א מקום וואס זיי זאלן האבן עובר געווען...
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 am#263146
די קאזניצער מגיד
די סקלונער רביים
די חידושי הרי"ם
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:23 am#263155
טאמבל סאס האט געשריבן:אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.

ווערי סימפל.
דער שאלה איז צו דער באשולדיגונג איז געווען אז זיי טוען קאנטער רעוואלוציאנערישע שטיק, אדער עפעס אן אנדערע טענה. ווייל רעוואלוציאנערישע שטיק איז אלס געווען [און איז נאכאלס אזוי אין דיקטאטורישע רעזשימען] א כסות עינים זיך אפצורעכענען מיט א פאטענציעלע געפאר/געגנער.

ודו"ק והבן כי קצרתי.
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:43 am#263162
יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, אלי׳ הנביא, ירמי׳, חנני׳, מישאל, עזריה,
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:46 am#263163
ר' אהרן האלבערשטאם מקרייז צאנז (תפיסה)
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:51 am#263165
מהר"ם מרויטנבורג זי"ע
דער הייליגער מהר"ם מרוטנבורג, געווארן ארעסטירט דורך א בלבול כדי צו קענען ארויסקוועטשען פון די אידן א גרויסער סכום אויסלייז געלט, די קהילה האט צוזאמגעשטעלט דאס געלט, אבער דער הייליגער מהר"ם האט נישט געלאזט מען זאל אים אויסלייזן, ווייל דאס וועט געוואוינען די רשעים צו כאפען נאך אידן און ארעסטירן פאר שאנטאזש אויסלייז געלט, ער איז נסתלק געווארן אין תפיסה, און צען יאר נאכ'ן פטירה האבן זיי הערשט באפרייט דעם הייליגען גוף. זי"ע..
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:55 am#263166
.
דינסטאג מערץ 31, 2015 12:08 pm#263167
.
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:26 pm#263184
אפשר וואלט געווען כדאי צו צוטיילן די אשכול און צוויי. לויט וואו אזוי שש משזר@ האט שוין ערווענט אז עס איז דא צוויי חלקים ,
איך האף אי"ה נאך פסח ארויף צו שטעלן מיין ארטיקל וואס איך האב נישט אנגעיאגט צום פה-סח מאגאזין, אן ארטיקל וואס איך האב ארויס געשלעפט פון מיינע ארכיוון בשעת'ן פסחדיג מאכן מיינע אלטע דאקומענטן. איבער אן אומבאקאנטע קארט קעיס אינדערהיים וואו דער רעבי און די רעבעצין זענען געווען אין געריכט איינער אנטקעגן דעם צווייטן , ווי עס זענען געווען אינוואלווד די ברוקלין קארט. די פולישע רבנים ועוד ,
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:29 pm#263186
עוזר האט געשריבן:.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:20 pm#263200
צדיק נסתר האט געשריבן:
עוזר האט געשריבן:.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.


ער איז נישט קיין אדמו"ר אדער רב אפילו אויב ער רופט זיך אזוי
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:21 pm#263201
רבי אהרן הלברשטאם, קרייזער רב, זון פון רבי צאנזער רב - רבי חיים הלבערשטאם בעל דברי חיים [תפיסה].
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:22 pm#263202
דער סאדוגירער איז נחשד געווארן אין פעלשן געלט.

דער צאנזער רב האט זיך אויך 'כמעט' פארפלאנטערט, מען האט זיך געוואלט נעמען איבער זיינע ביינער, פארן מחרים זיין אין רודפ'ן די סאדוגיר'ער, וויבאלד חרמות איז אפיציעל אסור געווען לויטן געזעץ. מיט גרויס פראטעקציע (און שוחד) האט מען דאס מסדר געווען.
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:23 pm#263203
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
צדיק נסתר האט געשריבן:
עוזר האט געשריבן:.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.

בד"וו איז דעי אשכול אין היסטאריע.

איז דא א סיבה פארוואס מען נעמט א נארמאלע בע'טעמ'טע אשכול וואס האט פאטענציאל און מען פארדרייט עס מיט שטותים והבלים?
דינסטאג מערץ 31, 2015 5:03 pm#263246
כמדומה אז די בוך פונעם סאנצער צדיק דערציילט אויך די ראשי פרקים פונעם ריזשענער אין טורמע. סתם אזוי איז דאס גאר א אינטערסאנטע ביאגראפיע פון די געשלעג אינדערהיים צווישן סאנז און ריזשען.
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:48 pm#263371
די גלייבסט נישט אז די ריזשענער איז געווען א הלכה ייד? פארוואס שרייבסטו "ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען"?
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:07 am#263426
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
שש משזר האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.

ווערי סימפל.
דער שאלה איז צו דער באשולדיגונג איז געווען אז זיי טוען קאנטער רעוואלוציאנערישע שטיק, אדער עפעס אן אנדערע טענה. ווייל רעוואלוציאנערישע שטיק איז אלס געווען [און איז נאכאלס אזוי אין דיקטאטורישע רעזשימען] א כסות עינים זיך אפצורעכענען מיט א פאטענציעלע געפאר/געגנער.

ודו"ק והבן כי קצרתי.

נו, די מעשה אויבן גייט דאך אז די מסירה איז געווען איבער מס, נישט אזוי?
אז די אויטאריטעטען זאלן היינט באשולדיגן די סקווערע רבי למשל אז ער וויל רעוואלטירן קעגן די רעגירונג ווייל זי איז צו דיקטאטוריש וואלטן אלע געלאכט.
מיטוואך אפריל 01, 2015 1:46 pm#263516
הרה"ק מסקולעני זצ"ל ויבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (תפיסה - און געכאפט גע'הרג'טע מכות)
מאנטאג אפריל 27, 2015 2:36 pm#270111
במשך הדורות זענען געווען צענדליגער פירער'ס פונעם אידישן פאלק וואס זענען געזיצן אין תפיסה עפ"ר פארן בלויזן חטא פון זיין א טארגעט ,
איך וועל דא אויס רעכענען בקיצור א טייל פון די וואס זענען געזיצן פארשפארט אינטער גראטעס ,

1. יוסף הצדיק [פון די טעקסטס פון יענע יארן שטייט אז עס האט זיך אנגעהויבן דורך א ברודער סכסוך , ]
2. דניאל וחביריו ,
3. התנא ר' עקיבא ,
4. זרובבל בן שאלתיאל (ער איז געבוירן צו זיין טאטען אין תפיסה)
5. עשרה הרוגי מלכות ,
6. האמורא רב עליש (גמ' בגיטין),
7. רבינו גרשום מאור הגולה ,
8. מהר"ם מראטענבערג ,
9. הר"ן ותלמידו רב חוסדאי און די ריב"ש [ זיי זענען געזיצן אין תפיסה אין שטאט בארצעלאנע בשנת קכ"ז ]
10. דער הייליגער תוס' יו"ט . (תעיין בספרו מגילת איבה שם מספר על כל צרותיו) ,
11. מהר"י מברונא [ אין שטאט רגענשבורג בשנת רל"ד ] ,
12. די הייליגע רייצע'ס ברודער ר' חיים דער קאמינקער רב און זיין ברודער ר' יושע , [ דאס האט זיך אפגעשפילט בשנת תפ"ח אין די איצטיגע ספירה טעג אין שטאט לעמבערג.
אנגעהויבן האט זיך עס דערנאך וואס א געשמד'טע איד מיטן נאמען יוהאננעס פיליפאוויטש האט באשלאסן זיך אומצוקערן צום אידישן גלויבן. דאס האט געווענליך באדייט באקומען טויט שטראף ! געבליבן פאר אים איז נאר צו אנטלויפן קיין לעמבערג מיט א צווייטן נאמען. עס האט נישט גענומען לאנג אין די חברה גוים אין לעמבערג זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט , דארט אין לעמבערג האבן זיך געדרייט א גרויסע צאל פון די פארשאלטענע יעזואיטן קריסטן וואס האבן גערוידפט די אידן נאכאנאנד מיט שרעקליכע בילבולים ( זיי האבן שוין געהאט אן אלטע חשבון פון שנת תמ"א זיך אפצורעכענען מיט די פאראזיטן דערנאך וואס זיי האבן שוין געהאט אנעקסירט דעם באקאנטען טורי זהב שול איז עס געווארן באפרייט דורך דער שתדלנות'טע גאלדענע רויזא דער שנור פון ר' איציק שרענצעליס דער מייסד פונעם שול , און זיי האבן זיך געמוזט צירוק קערן צו זייער אלטע קורכע (וואס פון דארט איז באוואסערט געווארן דער סאברע דעם רשע באגאדאן כאמילנעצקי דער פירער פון די באנדע בשנת ת"ח ות"ט )
אקיצור די גוים האבן דאן ארעסטירט דעם משומד מיט נאך רבנים אין שטאט וואס האבן נישט באוויזן צו אנטלויפן צווישן זיי די רייצא'ס ברודער נישט לאנג נאך דעם האבן זיי ארויס געגעבן דעם שוידערליכן אורטייל אז מען דארף זיי ארויס רייסען דעם צונג מיט גאפלעך ! און דערנאך צושניידן די גלידער לעבעדיגערהייט און דערנאך פארברענען אויפן שייטער הויפן !
די ברודער ר' יושע איז נפטר געווארן אין תפיסה. זיי האבן דאן באפוילן ר' חיים ער זאל לעכערן די פיס פון זיין ברודער אין עס צובינדן צו א פערד און דער פערד וועט אזוי ארום לויפן די גאנצע שטאט רח"ל !... עס איז געווען א שרעק צו צוקוקן די ביזיון הגוף והנפש פון דעם קדוש ר' יושע הי"ד ,
דערנאך האבן זיי ארויס געברענגט ר' חיים אויסצופירן דעם אורטייל . ר' חיים האט דאן מקבל געווען אויף זיך דעם דין און געזאגט : דאס וואס מען גייט מיר שניידן די הענט קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געציילט געלט פארן גוי ! (בשביל רבנות לעמבערג חתן החכם צבי - פני יושע ואכמ"ל תעיין מה שכותב ר' יעקב עמדין בספרו מגילת ספר)
דאס וואס מען גייט מיר שניידן דעם צונג קומט זיך מיר וויבאלד איך האב גערעדט פרעמדע שפראכן ווי לאטייניש !
דאס וואס מען גייט מיר שפליטערן דעם מוח ! און ארויס שניידן די הארץ לעבעדיגערהייט .. קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געטראכט בדברים חיצוניים !
דאס וואס מען גייט פארברענען מיין גוף קומט זיך מיר וויבאלד די גוף איז שילדיג אין אלעם ! (דער אופן המיתה שרייבט דער מהר"ם חגיז בספרו משנת חכמים)
דער קאמינקער רב האט דאן באפוילן אז מען זאל געבן 35 גילדן (שכר) פאר דעם תליין ,
(זיין מאמע האט דאן צוז געשלעפט 10 אידן זאלן זיך פארשטעלן ווי גוים און זאלן אנטיילנעמען ביי זיין פטירה . און דערנאך האבן זיי צוזאם גענומען זיין אש אין עס באגראבן ,
דער מהר"ם חגיז האט דערנאך געשריבן אויף אים א גדלות : יפתח ה' אוצרו לקבל נשמת הקדוש זה שמימות ר' עקיבא לא קם כמוהו !

עס איז כדאי צו ליינען דער גליון בני ציון סיון תשע"ב ווי עס ווערט באשריבן גאר רייך ,

13. שטעריפער רב (שטערזיץ - א פארשטאט צו לעמבערג) [ געזיצן אין תפיסה צוזאמען מיט האחים רייצא'ס ]
14. ר' אריה לייביש בן היסוד יוסף [ נאכן זיצן אין תפיסה האט מען אים פאר'משפט צו שריפה רח"ל ]
15. גראף פאטאצקי ר' אברהם בן אברהם ,
מאנטאג אפריל 27, 2015 3:01 pm#270122
עפעס האב איך געהערט אמאל וועגן די דינובער פון וויליאמסבורג. יענער האט מיר אבער נישט געוואלט דערציילן קיין פרטים. ווייסט איינער וואס די מעשה דארט איז געווען?
מאנטאג אפריל 27, 2015 4:42 pm#270143
שש משזר האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.

ווערי סימפל.
דער שאלה איז צו דער באשולדיגונג איז געווען אז זיי טוען קאנטער רעוואלוציאנערישע שטיק, אדער עפעס אן אנדערע טענה. ווייל רעוואלוציאנערישע שטיק איז אלס געווען [און איז נאכאלס אזוי אין דיקטאטורישע רעזשימען] א כסות עינים זיך אפצורעכענען מיט א פאטענציעלע געפאר/געגנער.

ודו"ק והבן כי קצרתי.

שש משזר: יש לחלק.אין אלע אנדערע לענדער און רעזשימען וואו מ'האט באשולדיגט אידן איז עס געווען אין אנפירן רעוואלוציאנערישע באוועגונגען. די איינציגע פלאץ וואו מ'האט ארויסגערוקט די באשולדיגונג אויף די אידישע פירערס אז זיי זענען קאנטער-רעוואלוציאנערן איז געווען אונטער די קאמוניסטישע רעזשים. ווייל זיי האבן זיך געהאלטן פאר רעוואלוציאנערן. און די קעגנער זענען געווען פאררעכנט אלס קאנטער-רעוואלוציאנערן...והבן...!
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:52 am#270499
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:במשך הדורות זענען געווען צענדליגער פירער'ס פונעם אידישן פאלק וואס זענען געזיצן אין תפיסה עפ"ר פארן בלויזן חטא פון זיין א טארגעט ,
איך וועל דא אויס רעכענען בקיצור א טייל פון די וואס זענען געזיצן פארשפארט אינטער גראטעס ,

1. יוסף הצדיק [פון די טעקסטס פון יענע יארן שטייט אז עס האט זיך אנגעהויבן דורך א ברודער סכסוך , ]
2. דניאל וחביריו ,
3. התנא ר' עקיבא ,
4. זרובבל בן שאלתיאל (ער איז געבוירן צו זיין טאטען אין תפיסה)
5. עשרה הרוגי מלכות ,
6. האמורא רב עליש (גמ' בגיטין),
7. רבינו גרשום מאור הגולה ,
8. מהר"ם מראטענבערג ,
9. הר"ן ותלמידו רב חוסדאי און די ריב"ש [ זיי זענען געזיצן אין תפיסה אין שטאט בארצעלאנע בשנת קכ"ז ]
10. דער הייליגער תוס' יו"ט . (תעיין בספרו מגילת איבה שם מספר על כל צרותיו) ,
11. מהר"י מברונא [ אין שטאט רגענשבורג בשנת רל"ד ] ,
12. די הייליגע רייצע'ס ברודער ר' חיים דער קאמינקער רב און זיין ברודער ר' יושע , [ דאס האט זיך אפגעשפילט בשנת תפ"ח אין די איצטיגע ספירה טעג אין שטאט לעמבערג.
אנגעהויבן האט זיך עס דערנאך וואס א געשמד'טע איד מיטן נאמען יוהאננעס פיליפאוויטש האט באשלאסן זיך אומצוקערן צום אידישן גלויבן. דאס האט געווענליך באדייט באקומען טויט שטראף ! געבליבן פאר אים איז נאר צו אנטלויפן קיין לעמבערג מיט א צווייטן נאמען. עס האט נישט גענומען לאנג אין די חברה גוים אין לעמבערג זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט , דארט אין לעמבערג האבן זיך געדרייט א גרויסע צאל פון די פארשאלטענע יעזואיטן קריסטן וואס האבן גערוידפט די אידן נאכאנאנד מיט שרעקליכע בילבולים ( זיי האבן שוין געהאט אן אלטע חשבון פון שנת תמ"א זיך אפצורעכענען מיט די פאראזיטן דערנאך וואס זיי האבן שוין געהאט אנעקסירט דעם באקאנטען טורי זהב שול איז עס געווארן באפרייט דורך דער שתדלנות'טע גאלדענע רויזא דער שנור פון ר' איציק שרענצעליס דער מייסד פונעם שול , און זיי האבן זיך געמוזט צירוק קערן צו זייער אלטע קורכע (וואס פון דארט איז באוואסערט געווארן דער סאברע דעם רשע באגאדאן כאמילנעצקי דער פירער פון די באנדע בשנת ת"ח ות"ט )
אקיצור די גוים האבן דאן ארעסטירט דעם משומד מיט נאך רבנים אין שטאט וואס האבן נישט באוויזן צו אנטלויפן צווישן זיי די רייצא'ס ברודער נישט לאנג נאך דעם האבן זיי ארויס געגעבן דעם שוידערליכן אורטייל אז מען דארף זיי ארויס רייסען דעם צונג מיט גאפלעך ! און דערנאך צושניידן די גלידער לעבעדיגערהייט און דערנאך פארברענען אויפן שייטער הויפן !
די ברודער ר' יושע איז נפטר געווארן אין תפיסה. זיי האבן דאן באפוילן ר' חיים ער זאל לעכערן די פיס פון זיין ברודער אין עס צובינדן צו א פערד און דער פערד וועט אזוי ארום לויפן די גאנצע שטאט רח"ל !... עס איז געווען א שרעק צו צוקוקן די ביזיון הגוף והנפש פון דעם קדוש ר' יושע הי"ד ,
דערנאך האבן זיי ארויס געברענגט ר' חיים אויסצופירן דעם אורטייל . ר' חיים האט דאן מקבל געווען אויף זיך דעם דין און געזאגט : דאס וואס מען גייט מיר שניידן די הענט קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געציילט געלט פארן גוי ! (בשביל רבנות לעמבערג חתן החכם צבי - פני יושע ואכמ"ל תעיין מה שכותב ר' יעקב עמדין בספרו מגילת ספר)
דאס וואס מען גייט מיר שניידן דעם צונג קומט זיך מיר וויבאלד איך האב גערעדט פרעמדע שפראכן ווי לאטייניש !
דאס וואס מען גייט מיר שפליטערן דעם מוח ! און ארויס שניידן די הארץ לעבעדיגערהייט .. קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געטראכט בדברים חיצוניים !
דאס וואס מען גייט פארברענען מיין גוף קומט זיך מיר וויבאלד די גוף איז שילדיג אין אלעם ! (דער אופן המיתה שרייבט דער מהר"ם חגיז בספרו משנת חכמים)
דער קאמינקער רב האט דאן באפוילן אז מען זאל געבן 35 גילדן (שכר) פאר דעם תליין ,
(זיין מאמע האט דאן צוז געשלעפט 10 אידן זאלן זיך פארשטעלן ווי גוים און זאלן אנטיילנעמען ביי זיין פטירה . און דערנאך האבן זיי צוזאם גענומען זיין אש אין עס באגראבן ,
דער מהר"ם חגיז האט דערנאך געשריבן אויף אים א גדלות : יפתח ה' אוצרו לקבל נשמת הקדוש זה שמימות ר' עקיבא לא קם כמוהו !

עס איז כדאי צו ליינען דער גליון בני ציון סיון תשע"ב ווי עס ווערט באשריבן גאר רייך ,

13. שטעריפער רב (שטערזיץ - א פארשטאט צו לעמבערג) [ געזיצן אין תפיסה צוזאמען מיט האחים רייצא'ס ]
14. ר' אריה לייביש בן היסוד יוסף [ נאכן זיצן אין תפיסה האט מען אים פאר'משפט צו שריפה רח"ל ]
15. גראף פאטאצקי ר' אברהם בן אברהם ,

16. המאור עיניים .
17. דער בל התניא . 2 מאל געזיצן ,
18. ר' מרדכי לעכעוויטשער . געזעצן צוזאמען מיט דעם בעל התניא , (מקור?)
19. די סלאוויטע ברודער [ גאר רייך באשריבן בספריית מחניים דהכטפקויפט..]
20. ר"ר מענדיל רימנאווער
21. ר' דוד לוריא מביחוב. ישב במאסר בשליסלבערג ליד פעטערסבורג בשנת תקצ"ח ,
22. הריזשונער ,
23. דער טריסקער מגיד ,
24. דער סאדוגערער ,
25. דער בן איש חי. (וחיבור אז ספרו מלאך הברית ?)
26. ר' אהרן קרייזער (בנו הרביעי של הדברי חיים וממשיך דרכו בעיר צאנז/סאנז.)[ הושלך למאסר בשביל מסירת יוסל סעלצער /זעלצער בשנת תרל"ה והיא פרשה ארוכה.]
ר' דוד' ל קשאניווער זצ"ל ( בנו של הדברי חיים ) ,
27. ר' צבי הירש מליסקא ,
28. ר' חנה קאלשיצער . [ישב בערשטע וועלט קריג והשתחרר אחר שתדלנות מרובה וביניהם היו המנחת אלעזר.]
29. בני מהרי"ד מבעלזא וביניהם הרה"ק מהר"א זצ"ל. [ ישבו עקב מסירת חסידי מונקאטש ..]
30. דער ראדזינער [ישב למשך אחד עשר יום .]
31. הגאון ר' מרדכי ראזענבערג אבד"ק טערצאל ונירבאטור [ נפטר בתפיסה בעיר פעסט.]
32. הרה"ק מסאטמאר זצ"ל [ אותו לילה כשברח מעיר קלויזנבורג .]
33. הרה"ק מסקווירא זצ"ל (ישב שני פעמים) אלץ בחור צווינגענדיג צו גיין אין מיליטער נאך שטארקע שתדלנות האט מען אים באפרייט אינמיטן שבת אבער ער דארף געבן זיין חתומה ( ע"פ היתר ) למעשה נישט וועלענדיג חתמ'נען איז ער ארויס ערשט נאך שבת. די צווייטע מאל תפיסה איז געווען אין ראמעניע ביים קריג ,
34. הריי"ץ מליובאוויטש זצ"ל ,
35. המאכניווקער זצ"ל [ ברוסלאנד ] ,
36. אדמו"רי באבאוו [ בעיר ניימארק ] ,
37. אדמו"רי פשעווארסק [ בסיביר ] ,
38. ר' עמרם בלוי ,
39. אדמו"רי סקולען ,
40. האדמו"ר רבי מנחם מענדיל שניאורזאן מליובאוויטש ! [ בשנת תרצ"? ער איז ארעסטירט געווארן בעצם יום הפורים בעיר בערלין .] (איינע פון די חסידים האט אים אמאל פארציילט אז ער איז דארט געווען ווען מען האט אים ארעסטירט. האט ער אים דאן געבעטן ביטע פארצייל נישט פאר די חסידים זיי וועלן נאך מאכן א יום הגאולה דערפון...!
41. האדמו"ר מבעלזא שליט"א ! [ בשנת תשל"ג . ביי די ערשטע נסיעה קיין בעלז פולין האט מען זיך אריבער געכאפט די גרעניץ קיין לעמבערג אוקראינה ] ,
42. האדמו"ר ממונקאטש שליט"א ! [ בשנת תשל"ז . ברוסלאנד היה עוסק שם לפנות קברים אחר שתפסו למאסר השתחררה בשתדלנות מרובה .] ,
43. האדמו"ר מספינקא שליט"א ,
44. רב בערלאנד , (סיבה ????...) ,

אוי אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשוביה ...
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:53 pm#270568
רב פינטא
ר' נפתל'טשע מבאבוב האט אויך געהאט עפעס א פעקל
ר' אפרים שטיין מ'פאלטיטשאן
הרב עוזי משולם
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:01 am#348540
אמאהל פלעגט זיין צדיקים וואס מען האט זיי געמאכט פאר פארברעכער מען זאהל זיי קענען איינזעצען.

היינט האט מען פארבעכער וואס מען לאזט זיי ווערן און מען מאכט זיי צדיקים
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:20 am#348545
פליקער האט געשריבן:אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'


אויב אזוי קענסט שוין אויך צו לייגן רבי דוד טווערסקי מסקווירא ספרינגוואלי, ער האט געלאזט אנדערע פיר אידן שמאכטן אין תפיסה אנשטאט איהם.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:12 pm#348568
פליקער האט געשריבן:אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'

פליקער: אדמו"ר מטאש זצ"ל האט זיך נישט פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ ווייל ער האט געטון אומ-געזעצליכע זאכן. נאר ווייל ער איז שולדיג געווען מיליאנען דאללערס פאר די בניינים און שטח פון די ישיבה און טאשער שטעטל...!
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:17 pm#348570
איך האב חרטה, עס איז געשריבן געווארן נאך בחייו היינט האלט איך שוין אנדערש, זייט איך האב געזען באשריבן אלעס דינג.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:34 pm#348575
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
יש מרננים אז דער אלטער סקולענער רבי זצ"ל איז נישט ארעסטירט אין ראמעניע צוליב אידישקייט אישוס, אין ראמעניע האט מען נישט צופיל אינטערדריקט רעליגיע, נאר צוליב שווינדלערייען און שווערצערייען וואס זענען פארגעקומען ביי אים אין שטוב.
זיכער איז ערנישט געווען פארמישט דעריו פערזענליך, נאר זיין הויז איז געווען א פלאץ ווי פילע מענטשן האבן זיך געדרייט, אויך אזוינע מה יעשה'ניקיס וואס האבן געפירט דארט טינקעלע געשעפטן.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:54 pm#348580
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי צו צוטיילן די אשכול און צוויי. לויט וואו אזוי שש משזר@ האט שוין ערווענט אז עס איז דא צוויי חלקים ,
איך האף אי"ה נאך פסח ארויף צו שטעלן מיין ארטיקל וואס איך האב נישט אנגעיאגט צום פה-סח מאגאזין, אן ארטיקל וואס איך האב ארויס געשלעפט פון מיינע ארכיוון בשעת'ן פסחדיג מאכן מיינע אלטע דאקומענטן. איבער אן אומבאקאנטע קארט קעיס אינדערהיים וואו דער רעבי און די רעבעצין זענען געווען אין געריכט איינער אנטקעגן דעם צווייטן , ווי עס זענען געווען אינוואלווד די ברוקלין קארט. די פולישע רבנים ועוד ,

אונז ווארטן נאך אויף די המשך!
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:21 am#348832
דולה ומשקה האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'


אויב אזוי קענסט שוין אויך צו לייגן רבי דוד טווערסקי מסקווירא ספרינגוואלי, ער האט געלאזט אנדערע פיר אידן שמאכטן אין תפיסה אנשטאט איהם.


ער האט דאס בקבלה פון דער זעידע דער העיליגער מאור עינים וואס ר' אהרן קארלינער האט זיך מוסר נפש געווען ער זאל ארויס פון תפיסה מיט איין טאג פריער (מיכאל נשמה פלאם) און חלילה נישט דארפן זיצען נאך איין רגע.

א הקפידה עד כדי מסירת נפש, יענעם'ס מסירת נפש...
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:34 am#348881
איך בין מיט שש משזר. ס'איז בכלל נישט דומה צו די אמאליגע וועלט ווי יושר און גלייכבארעכטיגייט און מענטשן רעכטן האט נישט אלעמאל עקזעסטירט אין די געזעץ. די געזעץ האט געקענט דיסקרימענירן און אוועקנעמען די חיונה פון א מענטש צוליב רעליגיע אדער סטאטוס, וכו'. בהכרח מיז מען זיך פארפלאנטערן מיטן געזעץ. מ'ברויך דאך לעבן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:40 am#348883
די זעלבע איז מיט געזעצן קעגן די מלוכה, אדער גזירות מלבושים, וכו'. ס'איז דא א אינדיווידואלע מענטשליכע גייסט וואס סיי וועלכע געזעץ פרובירט דאס צו אונטערדריקן איז נישט יושר און די וועלכע גייען אין תפיסה דערפאר זענען "פרידאם פייטערס" נישט קאנווענציאנאלע קרימינאלן.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:06 pm#408599
הגאון החסיד מווילנא
פרייטאג יולי 13, 2018 1:14 am#408660
נו, פיר אויס.
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 2:00 am#416787
מקען צולייגן ר' שלום מרדכי רובשקין
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:55 pm#416942
[quote="דער געוואגטער יונגעל"][quote="דער געוואגטער יונגעל"]במשך הדורות זענען געווען צענדליגער פירער'ס פונעם אידישן פאלק וואס זענען געזיצן אין תפיסה עפ"ר פארן בלויזן חטא פון זיין א טארגעט ,
איך וועל דא אויס רעכענען בקיצור א טייל פון די וואס זענען געזיצן פארשפארט אינטער גראטעס ,

1. יוסף הצדיק [פון די טעקסטס פון יענע יארן שטייט אז עס האט זיך אנגעהויבן דורך א ברודער סכסוך , ]
2. דניאל וחביריו ,
3. התנא ר' עקיבא ,
4. זרובבל בן שאלתיאל (ער איז געבוירן צו זיין טאטן אין תפיסה)
יכניה מלך יהודה

18. ר' מרדכי לעכעוויטשער . געזעצן צוזאמען מיט דעם בעל התניא , (מקור?)
בית רבי שטייט דארט אויך אז מ`האט דעמאלטס איינגעזעצט ר` אשר סטאלינער און הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:24 am#417258
מען קען צולייגן הרב יונה מצגר
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:41 am#417259
מרדכי ישראל: די אלע פריער'דיג אויסגערעכנטע גדולי ישראל וועלכע זענען געזיצן. איז דאס געווען פאר פאליטישע סיבות. ווי מסירות וכדומה. משא"כ הרב יונה מעצגער איד געזיצן פאר פערזענליכע קארופציע. און גניבה. און שוחד...זאכן וואס וואלטן איהם דיסקוואליפיצירט אויך עפ"י תורה...!