דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:27 am#17900
די תכריכים פון טאָרינאָ
יעדע שטיק צייט קומט פריש ארויף אין די נייעס איבער א נייע שטודיע וואס באשטעטיגט אדער פרעגט אפ די אויטענטישקייט פון די תכריכים פון טארינא.
די תכריכים פון טארינא איז א סחורה גרויס 14.3 × 3.7 פיס, וואס איז לויט א לעגענדע גענוצט געווארן ארומצואוויקלען די טויטע קערפער פון ישו הנוצרי נאכדעם וואס מ'האט אים געקרייציגט. אויף דעם שטיק סחורה זעט מען א צורה פון א מענטש וואס איז ביי טייל קריסטן אנגענומען ווי אן אריגינעלן בילד פון ישו וואס איז ארויף אויף דער סחורה בשעת ער איז געווען דערין ארומגעוויקלט. די היסטאריע פון די תכריכים איז נאר קלאר פון ארום דעם יאר 1390. פאר דעם איז נישטא קיין קלארע באווייזן אז די סחורה זאל האבן עקזיסטירט. פון יענעם יאר און ווייטער איז דא א גאנץ פינקטליכע רשימה וואו די סחורה האט זיך אויפגעהאלטן ביז'ן היינטיגן טאג. היינט געפינט זיך עס אין טארינא, א שטאט אין איטאליע, וואו עס ליגט שוין זינט 1578.
די קאטוילישע קירכע האט קיינמאל נישט אפיציעל אנגענומען די אויטענטישקייט פון די תכריכים פון טארינא, און האבן ביי פארשידענע געלעגנהייטן געגעבן די מעגליכקייט פאר וויסנשאפטלער אויסצופארשן ווי אלט די סחורה איז און וואספארא מיטלען עס האבן געקענט גענוצט ווערן אז דאס בילד זאל ערשיינען אויף דער סחורה.
בעת געוויסע וויסנשאפטלער האבן באשטעטיגט אז די סחורה איז טאקע ארום 2,000 יאר אלט און קען דעריבער האבן געווען די תכריכים פון ישו, זענען אבער רוב וויסנשאפטלער צוגעקומען צו דער מסקנא אז די סחורה איז פאבריצירט געווארן ארום דעם פערצנטן יאר-הונדערט. אין אנדערע ווערטער: דאס איז געמאכט געווארן איבער טויזנט יאר נאך ישו'ס טויט, און איז פאקטיש א פעלשונג.
וואס איז אבער א וואונדער איז דער טעכניק וויאזוי דאס בילד פון דעם מענטש איז ארויפגעלייגט געווארן אויף דער סחורה. וואס איז נאך מער אינטערעסאנט איז אז די צורה פון דעם מענטש איז נישט קלאר אנטפלעקט געווארן ערשט ביז יאר 1898, ווען א פאטאגראפיסט האט באמערקט אז ווען ער האט געקוקט אויף א נעגאטיוון פאטאגראף פון דעם אנגעבליכן בילד פון ישו האט ער געזען גאר א קלארע צורה, קלארער ווי מ'האט נאר געזען פריער. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס בילד אויף די תכריכים איז פאקטיש א נעגאטיווע בילד, און ווען מ'פאטאגראפירט עס ווי א נעגאטיוון בילד, זעט מען ערשט דעם פאזיטיוון בילד פון דעם מענטשן וואס די תכריכים דארפן פארשטעלן.
איז טראץ די אלע הוכחות אז די תכריכים זענען פון פערצנטן יאר-הונדערט בלייבט נאך א גאר אינטערעסאנטע מיסטעריע: וואספארא טעכניק האט דער פאבריצירער גענוצט ארויפצושטעלן דעם בילד? און נאך מער, פארוואס האט ער אינוועסטירט אזויפיל טאלאנט און קונסט פאר א בילד וואס האט ערשט גענומען איבער 500 יאר ביז מ'האט עס געקענט זען מיט פרישער טעכנאלאגיע?

דער פנים פון דעם מענטש אויף די תכריכים פון טארינא. לינקס איז וויאזוי עס איז געזען געווארן אלע יארן. רעכטס איז ווען עס ווערט געזען אויף א נעגאטיוון בילד.

א בילד פון דער גאנצער סחורה. אונטן איז דער חלק וואס האט אנגעבליך ארומגענומען דעם פאדערשטן חלק פון דעם קערפער; אויבן איז דער חלק וואס האט אנגעבליך ארומגענומען דעם הינטערשטן חלק פון דעם קערפער. מען זעט אויך ברען-צייכנס פון א פייער וואס האט עס געשעדיגט אין 1532.