Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געמבלינג אין קעטסקילס

געמבלינג אין קעטסקילס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #857
דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:39 am#17913
געמבלינג אין קעטסקילס
קיין אנדערע אידישע צייטונג איז נישט אזוי ביזי מיט די קאסינאס וואס מע וויל אויפשטעלן אין מאנטיסעלא אדער אנדערע פלעצער אין די קאנטרי געגענט.

די וואך שרייבט ער אבער אינטערעסאנטע זאך וואס איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס. זיינע ווערטער:

עס איז גענוג ביטער דאס ביסל געמבלינג וואס מהאט יא איינגעשטעלט אין מאנטיסעלא, וואס עס האט שוין אפגעקאסטנזייער אסאך פארן ערליכן ציבור, אבער עס וואלט נאך געקענט פיל ערגער זיין...

איינער ווייסט וואס סע האט שוין אפגעקאסט פארן ציבור?

אפשר מיינט ער מיינע פאר דאלער וואס האט מיך אפגעקאסט דארטן? :אומגלויבליך: :געוואלד: :דמיונות: :דמיונות: :שלום: :ניגון: :לאךהויך: :געוואלדיג:
דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:52 pm#17952
פארגעסן צו שרייבן וועלעכע צייטונג.

צייטונג סתם איז די צייטונג.

קרעדיט: גדעון
דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:00 pm#17955
זעסטע? איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס איז שוין דא עפעס אין מאנטיסעלא, מיר ווינדערט נאר פארוואס ער גיט זיי אזא בחינם אדווערטייזמענט?
דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:42 pm#18009
Just wondering how many of you guys are Gamblers?
מאנטאג יוני 18, 2012 10:37 am#18356
kitov האט געשריבן:Just wondering how many of you guys are Gamblers?

דזשאסט וואנדערינג וויפיל ווייסן בכלל וואס געמבלען מיינט..
מאנטאג יוני 18, 2012 12:10 pm#18372
נישט מיך.
איך בין איינמאל געוועהן אין א קאסינא (אין נייעגרע פאלס) און איך האב מיר ארומגעדרייט דארט ווי א צודרייטער, נישט געהאט קיין אנונג וואס צו טוהן!
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:35 am#159013
קאסינאס אין ניו יארק
לעצטע וואך, איין אווענט בשעת איך האב געגעסן נאכטמאל, האט די טעלעפאן זיך צוקלינגען. איך האב אויפגעהויבן דאס טרייבל, און יענער, אויף די אנדערע זייט פרעגט מיר: do you have afew minutes? I want to ask you a few questions regarding the upcoming elections.
זייענדיג א גוטע בטבע, און האבענדיג עטליכע פרייע מינוטן, האב איך גענטפערט יא. ער האט זיך גענומען פרעגן פאר בערך 20 מינוט, און איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן. אזויפיל צייט האב איך שוין נישט.
אבער איינער פון די שאלות וואס ער האט מיר פארגעליינט, איז געווען 'צו איך גיי שטימען אז קאסינאס זאלן ווער לעגאל אין ניו יארק, צו נישט. איך האב עם גענטפערט יא, פשוט ווייל איך האב געמאכט אזא חשבון:
די גוטע זייט דערפון איז, אז די שטאט וועט איינקאסירן אסאך געלט, און מילא וועלן די טעקסעס אראפגיין. יעצט וועלן געוויסע זאגן אז עס וועט קאליע מאכן פאר געוויסע מענטשן. נו, זאג איך, בלייבטס זומער אין שטאט. מען האלט און איין קאמפלעינן אז מען מוז פארן אין קאנטרי ווייל יעדער פארט, און עס קאסט אן געלט וואס מען האט נישט. שוין, יעצט האט מען א תירוץ צו בלייבן אינדערהיים.
מצד השני, מיינט עס אז אין די סיטי וועט אויך זיין קאסינאס. איז ווייס איך נישט וואס צו זאגן וועגן דעם.

איינער קען מיר העלפן?
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:10 am#159017
ביסט גוטהרציג און נאאיוו.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:15 am#159019
היינט זאגט מען שוין נישט בלייב אין שטאט; מ'זאגט בלייב אין קאנטרי א גאנץ יאר.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:33 am#159023
איך אויך האט געשריבן:ביסט גוטהרציג און נאאיוו.

Explain please
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:49 am#159028
ישיבה ווארלד ניוס טענה'ט אז די אהרונים שטיצען די קאסינא'ס. וואס איז פשט?
m http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... iryas+Yoel m )+Approves+Of+Gambling+In+Sullivan+County.html
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:51 am#159030
גוטהאטהארציג זאגסטו דאך אליינס ,נאאיוו ביסטו אז דו גלייבסט אז טעקסעס וועלו אויף סיי וועלכן אופן אמאל אראפגיין און ווייל דו גלייבסט אז די קאסינאס ווען גורם זיין דער עולם זאל נישט גיין אין גלות מרצון.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:31 pm#159120
אויב עס גייט אריבער די גזעץ
וועלן די עסקנים ארבעטן צו מאכעכן באזונדערע מענער שעות און באזונדערע פרויען שעות
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:58 pm#159691
וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:22 pm#159739
שלום עליכם הרב פיש זאפט, זענט איר אפשר משפחה מיט אונזער בע'טעמ'טן "געפילטע פיש"? ענק קאכן זיך אינעם זעלבן טאפ חחח....
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:43 pm#159763
מיר האבן אויך געהאט א ניק "
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:39 am#159836
דאס איז א שאלה וועלכע איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן, און איך וואלט געוואלט דאס אויסשמועסן דא אביסל.

אויבן אויף קוקט מיר אויס די צדדים אזוי:

אויב גייט דאס יא אדורך (און איך רעד יעצט פון די קעטסקילס), גייט די גאנצע קאנטרי געגענט ווערן אויפגעארבעט, די ריעל עסטעיט גייט ארויפגיין גאר הויך, ספעציעל אין די געגענט ארום די קאסינאס, דאס מיינט אז אלע אידן וועלכע האבן פראפערטי אין די געגענט קענען שטארק נתעשר ווערן, צו דורך פארקויפן דעם פראפערטי פאר דעוועלאפערס, צו דורך עס אליינס דעוועלאפן, צוליב דעם אנלויף פון מענטשן וועט זיין אסאך געלעגענהייטן פאר ביזנעס און פרנסה דארט אין די געגענט, אזוי אז אידן וועלן קענען גרינגער מופן אהין, עס וועט לכאורה אויך ברענגען בעסערע איפראסטרוקטור אין די געגענט, ווי למשל מער דאקטוירים, שפיטעלער, און אנדערע צוגעהערן וועלכע א געגענט מיט אסאך מענטשן דארף האבן.

דאס זענען אלעס מעלות.

די חסרונות ווידער זענען, אז עס ברענגט אן א נידריגע עלעמענט נאנט צו די היימישע קאנטריס, און עס ברענגט נישט נאר דעם עלעמענט, נאר דאס נידריגקייט אליינס, עס ברענגט דעם געמבלינג, מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט (ווי בתי ז... למשל) צו אונז אונטער די נאז.

אויב גייט עס נישט אדורך, דאן בלייבט אלעס אזוי ווי יעצט.

היוצא לי מכל זה, ווי איך זעה דעם ענין, די מעלות זענען פיל מער ווי די חסרונות. לאמיר זיך נישט נער'ן, אין ברוקלין פעלט נישט קיין שמוציגע פלעצער, און אויב יא, איז מאנהעטן א קאצן שפרונג אוועק, און דארט איז שוין דא אלעס וואס מען קען זיך נאר נישט פארשטעלן, איז עס דאך ממילא אינטער די נאז, און אפילו אין די קאנטרי ווי עס איז אסאך ריינער, איז עס אבער אויך נישט אינגאנצן ריין, און עס איז היינטיגע צייטן - נאך אן קאסינאס - דא גענוג ווי צו זינדיגן דארט.

פון די אנדערע זייט אבער, די עיקר געטועכץ וועט זיין אין די מאנטיסעלא געגענט, דארט ווי די קאסינאס וועלן זיין, און די קאנטריס וואס זענען דארט, אויב פילן זיי אז עס איז צו נאנט, און עס האט א שלעכטע השפעה אויף זייער מקום, וועלן זיי דאס דאך קענען פארקויפן פאר גרויס געלט, אדער דעוועלאפן פאר נאך גרעסערע געלט, און מיט די געלט קויפן א שענערן און בעסערן פלאץ אביסל ווייטער, דארט ווי די השפעה פון די קאסינאס וועט נישט דערגרייכן.

אבער פאר די אנדערע אידן, סיי די וועלכע וואוינען דארט א גאנץ יאר, און סיי די וועלכע האבן נאר א חלום פון מופן דארט, וועט דאס זיין א גרויסע ישועה, עס וועט זיי פיל גרינגער מאכן דאס לעבן דארט, עס וועט אהין ברענגען אסאך ארבעט און ביזנעס, און זיי וועלן דאס קענען איינקעשן.

עד כאן הנראה לעניית דעתי. אויב אבער איינער וועט קענען קומען און מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז דוקא גאר א געפערליכע זאך, בין איך גרייט משנה צו זיין מיין ארימען דעת, אבער דערווייל בלייבט עס ביי דעם.

(נ.ב. פון נידערן טעקסעס קענסטו פארגעסן, וכבר אמר מי שאמר: שערי תירוצים לא ננעלו...)
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:35 pm#160409
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.

איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:40 pm#160412
אינטערעסאנט איז אז סיי דו טיימס און דו דעילי ניוס זענען קעגן קאסינאס. און דער ניוס שרייבט אז פראפערטי ווערט וועט פאלן זיי ברענגען ראיות פון אנדערע געגענט ווי סדא קאסינאס
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:50 pm#160429
וויזוי קען מען מאכען קלענער די קאפי פון די בלאט?
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:57 pm#160433
בעלזער רב שליט"א האט שון יארן צוריק גערעדט פון דעם ,ובלשונו 'די משפחות פארען ארויס פון שטאדט און דער יצר הרע פארט אריין אין שטאט'. עס איז שוין העכסט צייט מען זאל איינפירן די סיסטעם ווי אין א"י און יוראפ אז די גאנצע משפחה פארט צוזאמען אויף חופש/וואקאנס פאר א וואך צוויי.
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:54 pm#160445
שמעקעדיג האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.

איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:

ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:09 pm#160448
אז עס טוט וויי שרייעט מען. די גדולי ישראל ואס קימערן זיך נישט מיט די פראבלעמען און דחקות פון כלל ישראל, זיי זענען נאר ביזי מיט חפירות אויף יענעם עק וועלט, זייער דעת איז קיינעם נישט מחייב. אידן בלוטיגן אוועק פון דלות ועניות ואביונות און די "גדולי ישראל" קענען סך הכל נאר מחייב זיין צום יערליכן מלוה מלכה נאך א טויזענט דאלער.

איך זעה גראדע אז דו טרויעסט זיך צו דרייען אויפן טמאנ'עם אינטערנעט, נגד די דעת פון די זעלביגע גדולי ישראל. קשוט עצמך.

(נאר פרייליך! שטענדיג מיט א שמייכל...)
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:27 pm#160452
גראדע די רבנים וואס זענען פארנימען מיט חפירות
דייקא פון זייערע רייען זעהט זיך אהן שטארקע אקטיוויטעטן צו בויען פרישע געגנטער להחיות הנדחקים ונרדפים פון די געשוואלענע דירות פרייזען

שמעקעדיג אביסעל מער דרך ארץ פאר רבנים בפרט אדם כמוך וואס ברויך זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע אידען

...............
גראדע האב'ך א ווייט ליסט פון בלויז באגרעניצטע סייט'ס, איך ברויך א ברכה פאר'ן חושד זיין אויפען ארגסטען
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:33 pm#160457
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????

ווי האסטע געזען אינעם עדיטאריעל א מיינוג ווי אזוי מען זאל פאקטיש גיין וואטען?

און ווי האסטע געזען א מיינוג פון גדולי הרבנים ווי אזוי מען זאל וואטען? חוץ א צעטיל בלי שם פון התאחדות און א מיינוג פון י.מ. סופר
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:41 pm#160460
פאריז האט געשריבן:

קוק אין אלע שילען די קריאת הרבנים אדרבה כאפ א בילד און זיי מזכה דעם ציבור
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:43 pm#160462
אלע רבנים אדער נאר א טייל רבנים?
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:56 pm#160470
נאר,,פרייליך האט געשריבן:גראדע די רבנים וואס זענען פארנימען מיט חפירות
דייקא פון זייערע רייען זעהט זיך אהן שטארקע אקטיוויטעטן צו בויען פרישע געגנטער להחיות הנדחקים ונרדפים פון די געשוואלענע דירות פרייזען

שמעקעדיג אביסעל מער דרך ארץ פאר רבנים בפרט אדם כמוך וואס ברויך זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע אידען

...............
גראדע האב'ך א ווייט ליסט פון בלויז באגרעניצטע סייט'ס, איך ברויך א ברכה פאר'ן חושד זיין אויפען ארגסטען

איך האב 'חושד געווען' אויפן ארגסטן? עס איז דאך מעשים בכל יום וגלוי לעיני כל אז דו דרייעסט זיך דא אויף ק"ש רח"ל...... :P

קודם כל, מעגסטו שוין וויסן פרייליכ'ל, אז מען דארף נישט נעמען מיינע ווערטער אזוי ערנסט, איך האב דאך לכבודך צוגעשריבן צום סוף תגובה "נאר מיט א שמייכל",
אבער חוץ מזה, חז"ל זאגן שוין אין אדם נתפס על צערו. איך קען טאקע נישט פארלאנגען די רבנים זאלן מיר אויסצאלן מיינע ביללס, כאטש מיין מצב איז נישט גרינג; אבער אזויפיל יא, אז מען קען זיך העלפן פטור ווערן פון די קאנטרי גזירות דורך קאסינא'ס אדער דורך אנדערע אופנים, און דאן קומען זיי שרייען ניין מען טאר נישט וואוטן ווייל מען קען שאדן האבן די קאנטרי'ס, און מען רעכנט זיך נישט דערמיט אז אזויפיל אידן דארפן צאלן געשוואלענע פרייזן יעדן זומער, קען מען מיך נישט באשולדיגן אז איך רעג זיך. בפרט נאך אז דו קומסט מיט אזעלכע שטארקע טענות מיט רויטע גרויסע שרעקעדיגע אותיות מלא טענות אויף איינער וואס וואגט זיך ארויפצוברענגען דעם געשריי פון כלל ישראל, און זייער בלוט איז נישט מער ווי וואסער, מעג איך דאך צוריקענטפערן וואס דעם אנדערן צד טוט וויי. נישט אזוי? דאס מיינט דאך א ויכוח.

ואת והב בסופה.

און דאס איבריגע, קען מען ממשיך זיין אין צימעס.
l viewtopic.php?f=33&t=5118 l
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:59 pm#160472
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????

ווי האסטע געזען אינעם עדיטאריעל א מיינוג ווי אזוי מען זאל פאקטיש גיין וואטען?

און ווי האסטע געזען א מיינוג פון גדולי הרבנים ווי אזוי מען זאל וואטען? חוץ א צעטיל בלי שם פון התאחדות און א מיינוג פון י.מ. סופר

קוק אין אלע שילען די קריאת הרבנים אדרבה כאפ א בילד און זיי מזכה דעם ציבור

א צייטונג שרייבער קען שרייבען וואס ער וויל ווייל ער האט די פעדער אין די האנט אין די ביסט די קאסטומער וואס ליינט וואס ער האט צו זאגן.
יעצט, איך זאג נישט אז ער מעג שרייבן זאכן וואס זענען נגד התורה ורבותיה אבער טאמער זיין מורה הוראה האלט נישט קעגן למשל יעצט די קאסינאס אדער ער האט זיך נישט "ארויסגעשטעלט" קעגן דעם קען ער נעמען די פעדער אין פראבירן מסביר זיין די אנדערע זייט מטבע וואס לעניית דעתי האט ער געמאכט דא א פיינע דזאב
ער האט אריינגעווארפן אסאך ספיקות ביי מענטשן אין קאפ אז אפשר קען מען אדער גאר זאל מען זיך באגיניגען אן די קאנטרי אין מען וועט זיך שוין א עצה געבן מיט די רעשט......
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:12 pm#160478
מהיכי תיתי אז ווען מ'האט א פראבלעם מיט א געגנט וואס ציט אריין אין גרויסע פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות איז שוין הותרה את הרצועה עס צו פארפלייצען מיט'ן ארגסטען

שטעלט אייך פאר ס'איז פאראן א מעגליכקיט אראפצולאזען א אטאם אויפען שטח ה'קעטסקילס וואלסטו געהאט א הו''א צו גיין וועלן בעד דעם אטאם ארויסשיס?

אדער אז איינעם העט בייפאלען צו פארפלייצען וומ''ס מיט בתי זונות וכו' משום ה'רשעי עמינו וואס טרייבען ארויף די פרייזען העסטו געבן דיין פינגער אפשטימונג פאר א באנדיט וואס פאלט אים איין איינע פון די קראנקהאפטיגע משוגעת'ן??

באמת אין אזא וועלט ווי לעגאליזירען חוקי תועבה וכל מעשה ארץ כנען וכו' איז נעבעך אלעס א סברא און גאנגבארער געדאנקען גאנג

ס'איז שוין העכסט טיף אינעם עיקבתא דמשיחא
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:05 pm#160509
כבוד הרב שמעקעדיג, פאריז, וכל החברים החשובים כל אחד בשמו הטוב יבורך.
אזוי ווי איך זעה אז מיינע ווערטער זענען געווען די אבן הפינה פאר די דיסקאשען וויל איך אריינווארפן מיין פאר צענט.

ראשית כל, די ווערטער וואס איך האב געשריבען איז געווען געצילט צו ענטפערן איינעם וואס האט מאשים געווען קהלת מהרי"י אז זיי זאלען האבען פארהאנדלט מיט'ן גאווענער אז זיי וועלן נישט פארדאמען די קאסינא'ס און דערפאר באקומען די ארמארי אויף כ"א כסלו. דערויף האב איך געענטפערט אז דאס איז א ספין מצד קהלת מהר"א רייף צו מאכן דעם באדן אז דער עולם זאל שטימען לטובת די קאסינא'ס און אויסטויש אז זיי זאלן באקומען די אראמרי קנין עולם. דאס האב איך געשריבען מיטוואך (אדער דאנערשטאג, נאך פאר איך האב געזעהן דער בלאט). פרייטאג נאכמטאג האב איך דורעכגעליינט די בלאט, ובתוכם די גאסט עדיטאריעל, זעהנדיג דאס, האב איך געפאויס די תגובה: די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינא'ס אין די קעטסקילס. ע"כ.

דאס אלעס איז געווען א ווארט אויף א ווארט אן נעמן א שטעלונג צו דאס איז בארעכטיגט אדער נישט.

אבל אם לדון, איז די עדיטאריעל זייער נאריש און האלט נישט אויס אידישליך. אמת, עס קען זיין אז די קאנטרי איז א געפערליכע זאך און מען דארף דאס אפשטעלן וואס פריער. אבער די שרייבער אין די בלאט האבן פארזעהן צוויי וויכטיגע נקודות. ערשטנס, נניח אז אויב די קאסינא'ס ווערן באשטעטיגט וועט די קאנטרי פראבלעם ווערן אפגעשאפט, פארשטייט אבער א יעדער בר דעת, אז א יודיש קינד שטימט נישט פאר קיין קאסינא'ס. פינטל. וואס זיי וואלטן געקענט ארויס ברענגן איז בסך הכל, אז אויב די קאסינא'ס גייט אריבער, קען דאס זיין א טובה פאר יודען, ווייל די קאנטרי'ס וועלן ווערן אפגעשאפט. זיי האבען דאס נישט געטוהן, נאר אנשטאט האבען זיי געשריבען, אז עס לאזט זיך זאגן מען זאל שטימען דערפאר וכו'. דאס איז א פערדישקייט פון זייער זייט.

אבער דער אמת איז איז די גאנצע זאך א זעלכע שטותים גערעדאכטס, קלערט דען איינער אז די קאנטרי'ס וועלן ווערן אפגעשאפט, נעווער עווער, מ'וועט פארן אין קאנטרי ביז משיח'ס טאג, אויב אזוי קומט אויס אז דער בלאט אינדארסירט קאסינא'ס וואס וועט גאר פארשווערן די קאנטרי פראבלעם, און במקום וואס א עוורידש יונגערמאן וואלט געצאלט 15 אלפים א זומער וועט ער דארפ'ן באצלען 20 אלפים. אפגערעדט די פראבלעמן ברוחניות.
און איך פארשטיי אז די אלע חשבונות האבען זיי אויך געוואסט, אבער וואס זאל'ן זיי טהון ווען די הופער שול שטעלט נישט צופרידען דעם ציבור, און מ'קען אפשר רוכש זיין די ארמארי, איי ס'איז אויפ'ן חשבון פון יודישע קינדער ברוחניות ובגשמיות. הא קערס. נישט דאס ערשטע עוולה אנטקעגן די תורה און מענטשליכקייט להגדיל הפארטיי.

דעריבער איז אין מיינע אויגען זייער קאמיש צו גראטלורין די בלאט פאר זייער דרייסטקייט לטובת הציבור, און דער צייט וואס אין כאן לא דרייסטקייט ולא טובת הציבור, אבל יש כאן השחתה והעלמת עין מטובת הכלל.
כל זה נראה לענ"ד ואם קבל נקבל, ואם לאו איז אויך גארנישט געשען.
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:35 pm#160528
כתר מלכות האט געשריבן:כבוד הרב שמעקעדיג, פאריז, וכל החברים החשובים כל אחד בשמו הטוב יבורך..... דאס אלעס איז געווען א ווארט אויף א ווארט אן נעמן א שטעלונג צו דאס איז בארעכטיגט אדער נישט.

אבל אם לדון, איז די עדיטאריעל זייער נאריש און האלט נישט אויס אידישליך..... דאס איז א פערדישקייט פון זייער זייט.

אבער דער אמת איז איז די גאנצע זאך א זעלכע שטותים גערעדאכטס.. און איך פארשטיי אז די אלע חשבונות האבען זיי אויך געוואסט, אבער וואס זאל'ן זיי טהון ווען די הופער שול שטעלט נישט צופרידען דעם ציבור, און מ'קען אפשר רוכש זיין די ארמארי, איי ס'איז אויפ'ן חשבון פון יודישע קינדער ברוחניות ובגשמיות. הא קערס. נישט דאס ערשטע עוולה אנטקעגן די תורה און מענטשליכקייט להגדיל הפארטיי. דעריבער איז אין מיינע אויגען זייער קאמיש צו גראטלורין די בלאט פאר זייער דרייסטקייט לטובת הציבור, און דער צייט וואס אין כאן לא דרייסטקייט ולא טובת הציבור, אבל יש כאן השחתה והעלמת עין מטובת הכלל.
כל זה נראה לענ"ד ואם קבל נקבל, ואם לאו איז אויך גארנישט געשען.

איך לייען נישט די בלאט, איך האב נאר געזען זייער עדיטאריעל די ערשטע מאל ווען ATUB @שמעקעדיג ATUB האט עס אהער געברענגט,

איך פארשטיי זיי זייער גוט, און איך וואלט אראפ גענימען צייט עס מסביר צו זיין, איך וויל נאר איין זאך קלאר מאכען. ווען איז עס געווארען פערדיש און נישט אידישליך? איז עס אלעס צילוב די עדיטאריעל? אדער עס איז נאך א אלטע פאליטישע חשבון און האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט די יעצטיגע נושא? אויב איז עס א אלטע חשבון - לויט ווי עס זעט אויס - דאן וועט קיין שום הסבר נישט העלפן אז די זאלסט עס פארשטיין.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:35 pm#160958
גאלד האט געשריבן:וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,

פונקט די זעלבע האב איך געטראכט היינט אינדערפרי ווען איך בין געווען ביים שטים באט און איך האב טאקע נישט געשטימט דערפאר און נישט אקענן אונז זען מיר אין גלות און מיר קענען נישט איינטיילן פאר די גוים ווי זיי זאלן אויספילן זייערע ליידיגע טעג איך קוק עס אן ווי די סאטמערע באקאנטע סלאגאן התגרות אויב דעס גייט דורך פאלן וועגן אונז גייען זיי קריצן מיט די ציין און דעס הייסט נישט גלות אידן

ווער ס'וויל פאלגן די רבנים בתמימות זאל אזוי טון ואשרי חלקו איך וויל חלילה נישט קיינעם אפשוואכן
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:20 pm#161112
Authorize Casino Gambling?

16% of precincts as of 10:18 pm
Yes 228,007 54.5%
No 190,592 45.5%
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:49 pm#161123
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Authorize Casino Gambling?

16% of precincts as of 10:18 pm
Yes 228,007 54.5%
No 190,592 45.5%

גאנצל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,

פונקט די זעלבע האב איך געטראכט היינט אינדערפרי ווען איך בין געווען ביים שטים באט און איך האב טאקע נישט געשטימט דערפאר און נישט אקענן אונז זען מיר אין גלות און מיר קענען נישט איינטיילן פאר די גוים ווי זיי זאלן אויספילן זייערע ליידיגע טעג איך קוק עס אן ווי די סאטמערע באקאנטע סלאגאן התגרות אויב דעס גייט דורך פאלן וועגן אונז גייען זיי קריצן מיט די ציין און דעס הייסט נישט גלות אידן

ווער ס'וויל פאלגן די רבנים בתמימות זאל אזוי טון ואשרי חלקו איך וויל חלילה נישט קיינעם אפשוואכן

ליידער אזעלכע גאנצליך וואס לערנען אפ אליינס פשט זיך אריינפייפענדיג אין אזעלכע לייבען ווי הגה''צ רבי בן ציון לאוב און הגה''צ בארא פארקער דיין וואס ווייסען אויך אז מיר זענען אין גלות לשיטת סאטמאר און האבען יא מחייב געווען זיך צו מישען

אזעלכע כמותו האבען געברענגט צום נידערלאגע זאל מיר ווען האבען נאך א דרייסיג טויזענט שטים בארעכטיגטע זאלען אויספאלגען דעת הרבנים הגאונים העט מיר ניש געהאלטען ביי אזא מצב
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 12:31 am#161132
New York voters have authorized seven Las Vegas-style casinos to be built to boost the economy
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:01 am#161161
יעצט הייבן די סאטמארע אן צו שפירן וואס אחב"י מאכן נעבאך מיט אין מדינת ישראל ווען מ'גיבט צוריק שטחים פאר די רוצחים ומזיקים.
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:31 am#161182
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Authorize Casino Gambling?

16% of precincts as of 10:18 pm
Yes 228,007 54.5%
No 190,592 45.5%

גאנצל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,

פונקט די זעלבע האב איך געטראכט היינט אינדערפרי ווען איך בין געווען ביים שטים באט און איך האב טאקע נישט געשטימט דערפאר און נישט אקענן אונז זען מיר אין גלות און מיר קענען נישט איינטיילן פאר די גוים ווי זיי זאלן אויספילן זייערע ליידיגע טעג איך קוק עס אן ווי די סאטמערע באקאנטע סלאגאן התגרות אויב דעס גייט דורך פאלן וועגן אונז גייען זיי קריצן מיט די ציין און דעס הייסט נישט גלות אידן

ווער ס'וויל פאלגן די רבנים בתמימות זאל אזוי טון ואשרי חלקו איך וויל חלילה נישט קיינעם אפשוואכן

ליידער אזעלכע גאנצליך וואס לערנען אפ אליינס פשט זיך אריינפייפענדיג אין אזעלכע לייבען ווי הגה''צ רבי בן ציון לאוב און הגה''צ בארא פארקער דיין וואס ווייסען אויך אז מיר זענען אין גלות לשיטת סאטמאר און האבען יא מחייב געווען זיך צו מישען

אזעלכע כמותו האבען געברענגט צום נידערלאגע זאל מיר ווען האבען נאך א דרייסיג טויזענט שטים בארעכטיגטע זאלען אויספאלגען דעת הרבנים הגאונים העט מיר ניש געהאלטען ביי אזא מצב

ענטשולדיגט'ס מיר באט איך האב געזוכט אינעם און אינעם בלאט די דעת הרבנים און איך האב זיי נישט געפונען....

און ביי די וועי ס'איז געווען נעכטן רבנים וואס זיי האבן געזאגט אז מ'טאר נישט וואויטן פאר דיבלאזיא וועגן חוקי תועבה דארט האסוט זיי אויך געפאלגט אדער דארטן וועגן דיינע פאליפישנס האבן געהייסן וואויטן האסטו זיי געפאלגט אפגעזען די תוצאות דערפון און אזוי זויך נעמען אלע רבנים איין א שטילאווייגעניש צוליב זייערע סיבות און תירוצים

סאו טאטע לעבן דערצייל מיר וועם און ווען מוז מען יא פאלגן און וועם און ווען נישט

ווען דארף מען יא קוקן אויף תוצאות און ווען נישט

וואס איז אנדערש חוקים און קאסינאס

just ווייל ס'איז גרינגער פאר רבנים צו מאכן דא א געשריי
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:48 am#161186
גאנצל איך ווייס נישט וואס די האקסט דא א טשייניק
ס'דאס ערשטע מאל וואס מ'שטעלט אראפ פאר מיר און דיר בוחר צו זיין צו מ'זאל אהערברענגען לאוס וועגעס און אטלענטיק סיטי דא אינטער דיין נאז ווי דיינע קינדערליך חלילה קענען גיין לטמיון

נו די נאטורליכער יודישער געפיל וואס האט ארויסגעשריגען פון די הארצשרייענדע בריווען פון די רבנים האט געבעטן דעם ציבור עס אפצושטעלן און לייגען א פוס נישט אריינצולאזען אזא הרס וחורבן קימסטו מיט עטליכע ליצים אפ'חוזק'ן דערפון בזמן וואס קיין איין ערנסטער דעת תורה האט נישט געשריבען אדער געזאגט אז מיר זענען בארעכטיגט צו שטיצען אזא געזעץ

פון וועמען ווילסטו דא אויסבאהאלטען וואס גאווערנאר קאומא האט געסטראשעט???

כ'מיין דא ביידע אחים התמרים איר דארפט נישט שפירען ווי איר זענט דא אליינס אויפען באשילדיגונג'ס באנק
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 12:20 pm#161195
פאר א גוי איז מותר צו געמבלן,
פאר א גוי איז מותר צו עסן טשיס-בורגערס
פאר א גוי איז מותר צו מחלל שבת זיין
דער שטאט ניו יארק געהער פארן גוי
מיר זענען דא אין גלות תחת עול הגוים ועול הגליות,
אונז זעמיר ממילא ארומגענומען מיט כל מיני תועבת שבעולם דא אין ניו יארק, טויזנט מאל געמיינער ווי קאסינאס,
קיינער גייט נישט און צווינגט נישט צו אויפשטעלן קאסינאס ממש אין די אידישע געגענט,
מיר זענען נישט מצווה און נישט ערלויבט צו ארויפצווינגען די חוקי התורה אויף ניו יארק,
נישט דורך ארויפצווינגען פרומקייט אויפן גוי גיימיר אפראטעווען אונזערע דורות,
ס'קיינמאל נישט אזוי געווען און ס'האט קיין שום לאגישקייט נישט ע"פ שכל און נישט ע"פ מסורה,
טראכט אריין וואס דער גוי טראכט פונעם פרומען איד,
ער לאזט מיך נישט האבן מיין שוואוילטאג, צוליב זיינע גלויבונגען? אמין העזה??
לאמיר זאגן מ'לאזט דיר נישט עסן בשר בקר ווייל הינדויזם פארבאט עס,
וואס פונקטליך וואלסטו געקלערט,
ווילסט לשעצמך שטימען קעגן, געזונטערהייט,
אבער צו פארארבעטן עס צו צישטערן איז נגד התורה והנימוס,
כן נלפע"ד נכון
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 1:06 pm#161205
נאר,,פרייליך האט געשריבן:גאנצל איך ווייס נישט וואס די האקסט דא א טשייניק
ס'דאס ערשטע מאל וואס מ'שטעלט אראפ פאר מיר און דיר בוחר צו זיין צו מ'זאל אהערברענגען לאוס וועגעס און אטלענטיק סיטי דא אינטער דיין נאז ווי דיינע קינדערליך חלילה קענען גיין לטמיון

נו די נאטורליכער יודישער געפיל וואס האט ארויסגעשריגען פון די הארצשרייענדע בריווען פון די רבנים האט געבעטן דעם ציבור עס אפצושטעלן און לייגען א פוס נישט אריינצולאזען אזא הרס וחורבן קימסטו מיט עטליכע ליצים אפ'חוזק'ן דערפון בזמן וואס קיין איין ערנסטער דעת תורה האט נישט געשריבען אדער געזאגט אז מיר זענען בארעכטיגט צו שטיצען אזא געזעץ

פון וועמען ווילסטו דא אויסבאהאלטען וואס גאווערנאר קאומא האט געסטראשעט???

כ'מיין דא ביידע אחים התמרים איר דארפט נישט שפירען ווי איר זענט דא אליינס אויפען באשילדיגונג'ס באנק

לגבי דיין טענה אז איך האב געדארפט פאלגן דעת הרבנים בלינדערהייט לאמיר זאגן ביסטו גערעכט
און אזוי דארף מען זאגן אין בית המדרש צו פאלגן און שוין

אבער דא אין שטיבל וויל איך פארשטיין און איך וויל ארויסזאגן הויעך ווי אזוי איך קוק אן די זאך

יעצט ליין איבער די תגובה פון גאלד און זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ

ווי דיינע קינדערליך חלילה קענען גיין לטמיון נו די נאטורליכער יודישער געפיל

לגבי מיין אידישע געפיל וויל איך דיר זאגן מיין געפיל איך בין א גלות איד און איך גיי שוין פון איין גלות צום צווייטן און איך מקבל עול הגוי מיינע קינדער האבן זיך ביז יעצט געדרייט דארטן אבער פון היינט און ווייטער גייען זיך נישט דרייען דארט אי"ה פונקט אזוי ווי זיי דרייען זיך נישט אין אנטלאנטיק את"ל אז אנדערע אידן האבן דארט קאלני'ס וכדו' טא בעד פאר דעם די ביסט אין גלות און די קענסט נישט אוועקטרייבן די גוים פון דארט

פון וועמען ווילסטו דא אויסבאהאלטען וואס גאווערנאר קאומא האט געסטראשעט???

לגבי קאומאו איז דאך דאס מיין ווייטאג ווייל ער סטראשעט לייגסטו אראפ דיין געווער דו האלטסט דאך אז דעס גייט אונטערברענגען אידישקייט ? פארוואס האסטו נישט אראפגעלייגט דיין חנית ביי מציצה ווען בלומבערג האט געסטראשעט ? און די זעלבע מיט חוקי תועבה ס'איז דאך קלאר אז נארמאלערהייט וואלטן די רבנים געדארפט צו פייטן קעגן דעם די זעלבע אויסרעדעניש וואס ס'איז דא ביי חוקי נעם אריבער קיין קאסינא טאון

כל זה כתבתי לדעתי קען זיין איך בין נישט גערעכט
פרייטאג מערץ 28, 2014 1:03 pm#193251
נעכטן געווען א ערענסטע מיטינג ביי הרב יחזקאל ראטה בנוגע די געמבלינג אין די קעטסקילס.
כ'ווינדער וואס די קארבן קעפ זענען אויף געקומען מיט.
אפשר זיך אונטער לייגן די טרעקטער אזוי ווי בית שמש?
איינער ווייסט מער פרטים וואס איז ארויס געקומען פון דער מיטינג מיט די רבני כלל ישראל?
פרייטאג יוני 21, 2019 2:30 am#432162
ס'ווערט באריכטעט אז די סטעיט גייט באשטעטיגן א פלאץ פאר געמבלינג אין טאון אוו וואדבערי, הארט נעבן קרית יואל.

פאר ווער ס'געדענק האט מען אויסגערימט די בית השחיטה אין ק"י אז שוחטים קענען זיין ביינאכט מיט די אייגענע ווייב אין די אייגענע געלעגער. איצט איז געקומען די צייט פאר קרית יואל'ע געמבלער אויך צו קענען בלייבן אין די אייגענע געלעגער