Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)

דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 174 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8579
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:53 pm#263860
דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
דא קען מען שרייבן קאמענטארן אויף מיין ארטיקל "דינאזארס און אידישקייט", פה-סח תשע"ו.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:05 pm#263861
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן ליינען ראובנ'ס געטליכע ארטיקל אין פה סח, רעדט ער דארט ארום די קריסטליכע מהלך אז גאט האט אלעס באשאפן ווי עס איז, עס זאל אויסזעהן 'כאילו' עס איז שוין כך וכך יאהרן אלט, מיט א גאנצע היסטאריע אונטער זיך, וכו' (און איז מעגליך מרומז אין חז"ל, בקומתן ובצביונם נבראו, אדם הראשון איז געווען כבן עשרים, וכו').

אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס @אבטולמוס אראפ אין גאר א נייע ליכט.

ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.

גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.

ודפח"ח.
ברסלבער האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס @אבטולמוס אראפ אין גאר א נייע ליכט.
ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.
גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.
ודפח"ח.

דאס איז זייער גוט צו פארענטפערן די רינגען אין די ביימער און די וואסערן וכו'. אבער אויף ביינער וואס מען טרעפט איז עס זייער א שוואכע תירוץ.

עס איז לאו דוקא א תירוץ אויף ביינער וחביריו, עס זענען דא טייכן, ליכט שטראלן, וכו'.

אבער כ'בין בכלל נישט נחית צו די עצם נקודה, כ'פארצייל נאר לבאי העולם אז כ'האב קיינמאל ריכטיג פארשטאנען דעם ווארט.

ועוד, רעדט עס צו יאיר'ס אומוויליגקייט אנצונעמען א גאט וועלכער וויל איהם פארדרייען א קאפ פאר נא גוד ריעזאן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:10 pm#263864
און אז מען שרייבט הערות, מוז איך אויסדרוקן מיין התפעלות פון ראובנ'ס כח המעצור, ווען ער איז שיין מסביר אלע מהלכים, כ'האב געקענט שפירן ווי ער עסט זיך דאס געזונט...

(אויף איין פלאץ גיבט ער יא א פרעג 'פארוואס?').
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:31 pm#263874
קודם קומט זיך א גרויסן דאנק פאר ATUB @אבטולמוס ATUB פאר דעם הערליכן ארטיקל, זייער שיין צאמגענומען די נושא פון אלע זייטן און מיט א געוואלדיגע קלארקייט. דער ארטיקל האב איך שוין געליינט נעכטן ווען עס איז נאך געווען ווארים ארויס פון דרוק, און יעצט מיינע צוויי דריי צענט צום ארטיקל.

1. דער מהלך וואס דו ברענגסט אז די וועלט איז לכתחילה באשאפן געווארן ווי אן אלטער וועלט, איז זייער שטארק א מסתבר'דיגער מהלך, און דאס שטייט אין מדרש אז אלע מעשה בראשית "בקומתן נבראו". און די צוויי פירכות קעגן דעם זענען זייער שוואך. צו זאגן אז אפשר איז די וועלט באשאפן געווארן מיט פינף מינוט צוריק איז היבש ווייניגער מסתבר ווי צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן "עס-איז", עס איז זייער לאגיש צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן פאר א סיבה אז מען זאל קענען נארמאל לעבן דערין, און דעריבער האט עס געדארפט באשאפן ווערן רעדי צום נוצן.
די צווייטע פירכא פרעגט באמת נישט אפ דער גאנצער מהלך, עס באציעט זיך בעיקר נאר איבער די ביינער, און לגבי די ביינער איז טאקע נישט לאגיש צו זאגן אז עס באשאפן געווארן בלויז ביינער וועלכע האבן קיינמאל נישט געלעבט, און דעריבער וועט מען מוזן נוצן איינע פון די אנדערע תירוצים לגבי די ביינער.
נאך א הוספה צו די מהלך איז אז אויב די דינאזארן זענען באשאפן געווארן בקומתן, קען מען שוין נישט ברענגען א ראי' פון די ביינער ווי אלט זיי זענען. אזוי ווי דער מדרש זאגט אז אדם וחוה זענען באשאפן געווארן כבני עשרים, און ווען מען זאל אונטערזוכן זייער ביינער א מינוט נאכן באשאפן ווערן וועט עס אויסזען ווי צוואנציג יאר אלט.

2. דער צווייטער מהלך פון בונה עולמות ומחריבן, איז נישט זייער מסתבר, ווייל אויב איז עס חרוב געווארן איז דאך עס מער נישטא, עס זעט נישט אויס אז עס איז באשאפן געווארן בלויז א נייער דינער שיכט אויף דער ערד. און מען מוז נישט צוקומען צו הרב נויגרשל אז דאס זענען געווען רוחניות'דיגע וועלטן, אדער אז זיי האבן אויסגעזען אנדערש ווי אונזער וועלט.

3. דער דריטער מהלך אז די ששת ימי בראשית האבן זיך געצויגן פאר א לענגערע צייט, איז אויך זייער מסתבר, און אויף דעם וואס נויגרשל טענה'ט אז עס שטייט ויהי ערב ויהי בוקר וואס דאס מיינט א געווענליכער טאג, האסטו דאך שוין מקדים געווען פריער אז עס איז דאך נישט געווען קיין זון און לבנה די ערשטע דריי טאג, ממילא קען מען סיי ווי נישט זאגן אז דאס זענען געווען געהעריגע טעג, אזוי ווי די היינטיגע טעג.

4. דער מהלך אז די דינאזארן האבן נישט איבערגעלעבט די מבול איז אויך מסתבר, און עס קען זיך צאמשטעלן מיטן מהלך פון בקומתן נבראו אדער אז ששת ימי בראשית האבן גענומען לענגער ווי זעקס פשוטע טעג. און דו שרייבסט גראדע גארנישט קיין פירכות אויף דעם מהלך.

5. דער לעצטער מהלך אז בראשית האט גארנישט מיט די מציאות, איז שוין טאקע צו שטארק קאנטראווערשעל. עס איז שוין בעסער צו זאגן אז ששת ימי בראשית זענען געווען זעקס סארט תקופות, און די תורה זאל יא שטימען מיטן מציאות.

6. דער געדאנק אז די פאסילס זענען פארשטיינערט געווארן אין א קורצערע תקופה פון וואס די פארשער שאצן עס אפ, און דאס איז געשען צוליב די מבול אדער אנדערע סיבות, דארף מען ווען מער אויסברייטערן און אויסשמועסן. לויט ווי די וואס געבן זיך אפ צו פארענטפערן תורה ומדה זאגן, איז דא אזא מציאות אז געוויסע אומשטענדען, ווי למשל הייסע וואסער, קענען ברענגען דערצו אז ביינער זאלן פארהארטעוועט ווערן אין גאר קורצערע תקופות, אויף די זעלבע וועג ווי עס וואלט פארהארטעוועט געווארן אין נארמאלע אומשטענדען אין לויף פון טויזנטער יארן. איך ווייס אבער נישט וואס די וויסנשאפטלער זאגן איבער דעם, אויב זיי האלטן אויך אז עס איז דא אזא מציאות אדער נישט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:53 pm#263877
(אויף איין פלאץ גיבט ער יא א פרעג 'פארוואס?').


איך מיין אז דער ''פארוואס'' איז א המשך צום קומענדיגן שטיקל דוק ותשכח, (איך האב עס אויך איבערגעקוקט נאכאמאל בשעת'ן ליינען )

@אבטולמוס דער ארטיקל איז מורא'דיג איך האב עס געליינט בנשימה אחת, like!!
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:03 pm#263880
כונבנתה, ברסלבער, ועוד, א הארציגן ייש״כ ATUB @אבטולמוס ATUB פאר דעם נפלא׳דיגן ארטיקל, כ׳קען מיר נישט גענוג אנזעטיגן דערפון, תח״ח.

ברסלבער האט געשריבן:3. דער דריטער מהלך אז די ששת ימי בראשית האבן זיך געצויגן פאר א לענגערע צייט, איז אויך זייער מסתבר.

לגבי דער מהלך, איז כדאי אנצומערקן אז שיטת שראודער איז לכאורה געבויעט אויפ׳ן חשבון פון יצחק דמן עכו, וכך היא בויקיפדיה:
Isaac states that the universe is actually 15,340,500,000 years old. Isaac arrived at this conclusion by distinguishing between earthly "solar years" and "divine years," based on a verse from Psalms, which states that "A thousand years in Your sight are but as yesterday" (Psalm 90:4). If each day of a divine year is equal to a thousand earthly "solar years," then a divine year would be 365,250 years long. Isaac then makes some other calculations based on the Talmud and the Biblical sabbatical year, and arrives at the said number. The scientific estimation places the occurrence of the Big Bang at 13.798 ± 0.037 billion years ago.

ער איז זיך מתייחס בעיקר לגבי שיטת העוואלאציע וגיל העולם, אבער תנהו ענין גם לכאן (צו ס׳איז טאקע שראודער׳ס מקור צו נישט, ווייס כ׳נישט, אבער דער פשט גופא איז שוין פון פריער).
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:50 pm#263886
ביים סיכום צום סוף ווערט נישט געברענגט קורמן'ס מהלך. בכוונה?
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:31 pm#263892
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון
ונבנתה העיר האט געשריבן:אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס @אבטולמוס אראפ אין גאר א נייע ליכט.
ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.
גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.

איך קען נישט כאפן אויב דו מיינסט עס ערנסט אדער דו מאכסט חוזק. ווי אזוי ווערט דעפינירט ״נאטורליכע״, אויב נישט דורך נאטור????
ולגבי גוף המאמר פון הרב ראובן, נישטא קיין פאסיגע ווערטער, איך האב עס געלייענט בנשימה אחת מיט דארשט, און כ׳וועל מיר מערצאשעם מאכן צייט עס צו איבער לייענען.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:41 pm#263894
געטראכט די זעלבע, @פארוואס?, אין אנדערע ווערטער: איידער וועלט באשאף איז נאטור נאכנישט געווען בנמצא אז בריאות העולם האט געמוזט זיין איר מאדעל.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:59 pm#263899
כ'בין נישט יעצט אין די גוסטע צופיהל אריינצוקריכען אין דעם, אבער איך האב געמיינט צו זאגן כך: ער האט עס געמוזט אוועקשטעלן עס זאל שטומען מיט די מהלך/נאטור וואס ער האט געפלאנט מהיום והלאה.

ער האט נישט געוואלט אז היינט, בשנת תשע"ה, זאל מען קענען אנווייזן אויף עפעס: זעהסט, דאס איז א טייל פון די בריאה, אבער עס שטימט נישט מיט איהרע געזעצן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:04 pm#263900
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'בין נישט יעצט אין די גוסטע צופיהל אריינצוקריכען אין דעם, אבער איך האב געמיינט צו זאגן כך: ער האט עס געמוזט אוועקשטעלן עס זאל שטומען מיט די מהלך/נאטור וואס ער האט געפלאנט מהיום והלאה.

ער האט נישט געוואלט אז היינט, בשנת תשע"ה, זאל מען קענען אנווייזן אויף עפעס: זעהסט, דאס איז א טייל פון די בריאה, אבער עס שטימט נישט מיט איהרע געזעצן.

מהיכי תיתי, אז די וועלט פאר מיליאנען יאהרן צוריק שטימען נישט מיט די חוקי הטבע?
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:08 pm#263901
פארוואס? האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'בין נישט יעצט אין די גוסטע צופיהל אריינצוקריכען אין דעם, אבער איך האב געמיינט צו זאגן כך: ער האט עס געמוזט אוועקשטעלן עס זאל שטומען מיט די מהלך/נאטור וואס ער האט געפלאנט מהיום והלאה.

ער האט נישט געוואלט אז היינט, בשנת תשע"ה, זאל מען קענען אנווייזן אויף עפעס: זעהסט, דאס איז א טייל פון די בריאה, אבער עס שטימט נישט מיט איהרע געזעצן.

מהיכי תיתי, אז די וועלט פאר מיליאנען יאהרן צוריק שטימען נישט מיט די חוקי הטבע?


אבער א הוכחה איז עס נישט ווייל עס קען זיין לכתחילה אזוי באשאפן
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:23 pm#263903
דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
עס איז די זעלבע נישט הוכחה ווי קעגן זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט פינעף מינוט צוריק, און אלעס איז אריינגעפראגראמט אין אונזערע מוחות, געבנדיג אונז אן אילוזיע, אז מיר האלטן אינמיטן א וויכוח.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:40 pm#263905
אויב אבסערוואציע ווי עס איז, איז נישט מוכרח דאן ווערן אלע הנחות וואס מיר האבן, מוטל בספק, אינקלודינג די הנחה וואס מאכט אונז פארלאנגן צו פארענטפערן קריעציעניזם אין ערשטן פלאץ.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:06 pm#263911
קודם, ראובן כה לחי! :like

לעצם השמועס: די איינציגסטע מהלך וועלכע לאזט אויפעסן דעם קוכן און עס זאל בלייבן גאנץ איז דער מהלך אז עס איז באשאפן געווארן ווי כאילו עס איז דורך א נאטורליכע עוואלוציע וועלכע האט גענומען מיליאנע יארן (והיינו טעמא דגיל העולם והיינו טעמא דדינזאורען). טעאלאגיש קען מען פארענטפערן די סתירה צווישן גאט'ס בריאה זעלבסט און גאט'ס ווארט אז ער האט אן אנדערער שפראך מיט וויסנשאפטלער ווי מיט זיינע רעליגיעניסטן.
צו מאטי'ס טענה, אבזערוואציע איז מוכיח אז דאס זעט אויס ווי א נאטורליכער פראצעדור פון מיליאנע יארן. אנטאלאגיע (אדער לכל הפחות, טראדיציע) איז "מוכיח" אז דאס איז א בריאה יש מאין אין זעקס טעג. דער אמפעלאס הייפאטעזיע לאזט ביידע על כנם.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:19 pm#263913
מאטי האט געשריבן:אויב אבסערוואציע ווי עס איז, איז נישט מוכרח דאן ווערן אלע הנחות וואס מיר האבן, מוטל בספק, אינקלודינג די הנחה וואס מאכט אונז פארלאנגן צו פארענטפערן קריעציעניזם אין ערשטן פלאץ.

אריינגערעכנט אזעלכע סארטן קריטישע החלטות ווי למשל ווען צו מאכן א הארץ-אפעראציע, באשטעטיגן טויט, וכו׳.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:36 pm#263936
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
ס'קומט זיך גוטע פעטש פאר מיין מגיש אין ישיבה קטנה פאר'ן אוועקנעמען דער יכין ובועז משניות מיט'ן תירוץ אז די תפארת ישראל וואס מיר האבן אנטדעקט, יש אומרים אז ס'איז געווען פון זיין זוהן - א קאליקער; אדער ווי נויגרשל זאגט - רוחניות'דיגע וועלטן. קען גאר זיין מ'דארף מיין מגי"ש בודק זיין...כ'געדענק שוין נישט גענוי, אבער כ'מיין אז ער האט אונז אייגענטליך צוגעוויזן דעם תפארת ישראל מתחילה אן. אה, ס'פאלט מיר יעצט ביי א גוטע אופן וויאזוי צו פארשפרייטן די פה-סח קונטרס באמצעות כלי קודש.

כ'האב גאר הנאה געהאט פון ראובן'ס ווערטער, "אבער פאר בראשית זענען געווען אנדערע וועלטן, וואס די איבערבלייבענישן פון יענע וועלטן קענען מיר נאך געפונען אין די טיפענישן פון דער ערד." און נאכדעם, א צען מעטער אראפציר, נאך אן אומשולדיגע פאראגראפל, "די אלע וואס נעמען אן דעם מהלך פון בונה עולמות ומחריבן" נעמען דערמיט אן אז די דינאוזארס האבן געלעבט אין פריעדיגע וועלט, פאר אונזער בריאת העולם.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:52 pm#263941
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
יידל האט געשריבן:קודם, ראובן כה לחי! :like

לעצם השמועס: די איינציגסטע מהלך וועלכע לאזט אויפעסן דעם קוכן און עס זאל בלייבן גאנץ איז דער מהלך אז עס איז באשאפן געווארן ווי כאילו עס איז דורך א נאטורליכע עוואלוציע וועלכע האט גענומען מיליאנע יארן (והיינו טעמא דגיל העולם והיינו טעמא דדינזאורען). טעאלאגיש קען מען פארענטפערן די סתירה צווישן גאט'ס בריאה זעלבסט און גאט'ס ווארט אז ער האט אן אנדערער שפראך מיט וויסנשאפטלער ווי מיט זיינע רעליגיעניסטן.
צו מאטי'ס טענה, אבזערוואציע איז מוכיח אז דאס זעט אויס ווי א נאטורליכער פראצעדור פון מיליאנע יארן. אנטאלאגיע (אדער לכל הפחות, טראדיציע) איז "מוכיח" אז דאס איז א בריאה יש מאין אין זעקס טעג. דער אמפעלאס הייפאטעזיע לאזט ביידע על כנם.

אבער וואס איז מיט די אלע נשמות וואס זענען געבוירן געווארן פאר סייענס האט אנגעהויבן ווייזן אז נאטורליך זעט עס אויס ווי א אלטע וועלט, און האבן עכ"ז זיך געוואגט צו פרעגן?
און סיריעסלי, דו קענסט נישט שרייען מצד אחד אז סייענס וועט קיינמאל נישט האבן "אלע" תירוצים אבער מצד שני זאגן אז דאס איז הכול היה גלוי לפניו אבער ער האט געמוזט עס באשאפן ווי אן אלטע וועלט?! פארוואס רבש"ע קומט עס אן אזוי שווער צו לערנען איבער דעם? דעמאלטס האט ער געהאט א פראבלעם מיט חוה וואס וועט פרעגן וואו איז מיין מאנ'ס נאפל אדער פ"וו איז דער בוים אזוי אינג און היינט האט ער נישט קיין פראבלעם מיט צען חוה'ס וואס פרעגן פ"וו די שוואנץ דזשין און פ"וו ביימער אזוי אלט?

און זאל ער נישט באשאפן די קאנצעפט פון עוועלוציע וועט מען נישט האבן די געברויך איר צו זען אין פראקטיס.. ווער זאגט אז א ברענד נאו וועלט און מענטשן אנע נאפלעך זענען נישט גענוג גרויסע קונץ?
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:01 pm#263944
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
די נקודה איז נישט די פראבלעמען. די נקודה איז מיר האבן צוויי סטריעמס אף עווידענס און די בעסטע וועג צו רעקאנסיילען איז צו אננעמען אזא מהלך ווי ביידע פון זיי זענען אמת.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:10 pm#263946
אפשר האט גאט באשאפן א וועלט וואס קוקט נאר אויס ווי טראדיציע זאגט א אינגע יקום? פארוואס זאל מען אזוי זאגן פרעגסטו? וואס הייסט פארוואס?? מיר האבן צוויי סטריעמס און מ'דארף דאס פארענטפערן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:29 pm#263953
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
ריכטיג, און דער אמת איז, אויב וואלט זי א נייע וועלט געווען וואלט דאך נישט קיין נסיון געווען. אבער דאן איז שווער דער משחק בקוביא. מוז מען איר ווידער באלאנסירן מיט אינטעלידזשענט דיזיין און כדי ס'זאל נישט ווערן קיין לא הנחת מקום להכיר אותך מוז עס זיין א אז די מחקרים זאלן קיינמאל זיך נישט אפשטעלן און כדי אז דער מאמין זאל נישט ווערן אנטמוטיגט פון די פראגרעסיווע געפינסן און נישט די סקעפטיקער פון די נעווער ענדינג קשיות האט מען ארלעדיגט אז די נשמות זאלן זיך ריסייקלען. די שאלה איז, וועמען און לפי וועלכע קרייטיריע נעמט מען צו שפיהלן וועלכע ראלע און פון וואנעט האט מען זיי צוערשט גענומען? און גאט אין הימל, געדענק איך דען ווען די תקופה וואס כ'האב געמיינט אז די וועלט איז פלאך? אבער נאכדעם פרעגט זיך נאך א שאלה. קלערלי, מיר היינט האבן אויפגעוויזן וועי צו סאך לאנות מפניו - אזוי ווייט אז ס'לאזט מיך שוין באלד פרעגן ווער איז דער רוב, ווער די מועט? ווער די רודף, ווער די נרדף? אזוי ווייט אז ס'דוכט זיך מיר באלד ווי טאקע דאס איז וואס באשאפט די קאנטער באלאנס.
פרייטאג אפריל 03, 2015 1:13 am#264007
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
ישר כח ר' ראובן, די ארטיקל איז אמעיזנג אינטעליגענט און אינפארמאטיוו,
דוכט זי עס איז די ערשטע מאל וואס איך ליין א מאמר אויף די נושא אן שפירן ווי דער שרייבער וויל מיר אריינצווינגען אין זיין ענגע ווינקל,
פרייטאג אפריל 03, 2015 8:57 am#264034
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
מאטי האט געשריבן:אפשר האט גאט באשאפן א וועלט וואס קוקט נאר אויס ווי טראדיציע זאגט א אינגע יקום? פארוואס זאל מען אזוי זאגן פרעגסטו? וואס הייסט פארוואס?? מיר האבן צוויי סטריעמס און מ'דארף דאס פארענטפערן.

אבער דערפאר איז דאך די טעקסט דאס וואס ענדיגט אפ ליידן. יום מיט תנינים. מ'צעדריקט אים נעבעך פון אלע זייטן אזש א מענטש קען גאר אנהויבן טראכטן, וואו איז די ליניע? לאמיר זען וואס נאך מ'קען פארטייטשן? אפשר מיינט מחיית עמלק - תן לו לחיות?
פרייטאג אפריל 03, 2015 10:19 am#264057
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
בד"א, איך האב גארנישט געוואוסט ביז היינט אז די פאסילס זענען נישט די עכטע ביינער??
מאנטאג אפריל 06, 2015 1:10 am#264233
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'בין נישט יעצט אין די גוסטע צופיהל אריינצוקריכען אין דעם, אבער איך האב געמיינט צו זאגן כך: ער האט עס געמוזט אוועקשטעלן עס זאל שטומען מיט די מהלך/נאטור וואס ער האט געפלאנט מהיום והלאה.

ער האט נישט געוואלט אז היינט, בשנת תשע"ה, זאל מען קענען אנווייזן אויף עפעס: זעהסט, דאס איז א טייל פון די בריאה, אבער עס שטימט נישט מיט איהרע געזעצן.

איך פארשטיי נישט, ער האט נישט געוואלט מען זאל קענען אנווייזן אויף די בריאה אז ס'שטימט נישט, אבער ער האט יא געוואלט מען זאל קענען אנווייזן אויף זיין תורה (תכלית הבריאה) אז ס'שטימט נישט?
און פארגעס נישט חוץ גיל העולם און בריאת האדם איז דא נאך א גאנצע ליסט מיט זאכן וואס שטימען נישט, מים מעל לרקיע, תדשא הארץ איז פאר די זון, ובכלל אז די זון איז געקומען נאך בריאת העולם און נאך, אויב חוקי הטבע וואלט געווען אזוי וויכטיג וואלט לכה"פ די סדר געדארפט צו שטימען, נישט אזוי?

פאר מיר איז אלעגאריע די בעסטע אפציע, די קשיא איז אייביג אז דעמאלטס זאל שבת אויך הייסן אלעגאריע, אבער שבת איז נאר א רמז און זכרון צו בריאת העולם, פונקט ווי פסח מאכט מען יעדעס יאר און נישט נאך יעדע 40 יאר, בריאת האדם קען האבן געווען נאך 13 ביליאן יאר און שבת האט ער געוואלט זאל זיין יעדער זיבעטער טאג, אלעגאריע דארף נישט שטימען.
מאנטאג אפריל 20, 2015 12:07 am#267658
ביזט גערעכט אויב דא שטייט אן איגנאסטיג און סייענס מיט תורה טענען זיך אויס דאן איז דאס סורקולער ריעזענינג

להערה בעלמא, איינער וואס האלט אז מ'קען נישט מוכיח זיין די תורה איז נישט קיין אגנאסטיק, איידער ער קומט צו א מסקנה אז ס'איז בעצם א ספק.
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:54 pm#267843
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
מפוזרי האט געשריבן:@ביבער, קודם כל א ייש"כ פאר'ן צייגן אינטערעסע אין מיינע ווערטער, איך האב שוין מורא געהאט אז איך רעד צום וואנט.
לאמיר צום ערשט קלארשטעלן וואס איך וויל פארענטפערן. דו מישטס אויס צוויי נושאים וואס זענען נישט פארבונדן.
1)וויאזוי פארשטייען אונז דער ערשטער קאפיטל אין חומש בראשית און צו עס שטימט מיט סייענס?
2)דער וועלטס עלטער און ווי לאנג ס'האט גענומען איר באשאף.
בעת וואס דער ערשטער שאלה געהערט צו אין דער ראמען פון פרשנות המקרא ותו לא, איז דער צווייטער א פונדאמענטעלר טעאלאגעשר פראגע וואס רירט אן די יסודי הדת והאמונה.
ואסביר את דברי:
קאפיטל א' אין בראשית איז נישט קיין פולקאמער דאקומענט פונ'ם באשאף. די צווייטע רש''י אין בראשית שרייבט: '' לא בא המקרא להורות סדר הבריאה לומר שאלו קדמו '' , דער רמב''ן שרייבט גלייך אין אנהייב: ''.. מפני שמעשה בראשית סוד עמוק אינו מובן מן המקראות ולא יוודע על בוריו אלא מפי הקבלה... כי כל זה לא יובן בינה שלימה מן הכתובים''. הכלל, אז די תורה איז נישט געקומען געבן א פולע באריכט פון די ערשטע זעקס טעג, נאר מען דארף עס ענדערש אנקוקן ווי אן ענקריפטעד דאקומענט אין וואו מ'קען נאר זיין א מציץ מן החרכים אן פארשטיין גענוי וואס שפילט זיך אפ. אלץ וואס וערט דערמאנט קען זיין פיזיש, אלעגאריש, קבלה'יסטיש, גייסטיש, סימבאליש, אא''וו, אזוי ווי חז''ל זאגן טאקע אויף אסאך פון זיי כדוגמת מיעוט הירח ועוד. ממילא, קען סייענס נישט אפ-פרעגן מעשה בראשית גענוי אזוי ווי עס קען נישט אפ-פרעגן דעם להט החרב המתהפכת און דער נהר היוצא מגן, וויבאלד מיר פארשטייען נישט איר באדייט.
ווידער דער וועלטס עלטער און אז דער גאנצער באשאף - וויאזוי ס'זאל נאר האבן צוגעגאנגען - האט נישט גענומען סה''כ מער ווי זעקס טעג, ווייסן מיר נישט נאר פון בראשית. אין פרשת יתרו דערציילט אונז דער תורה ווי דער רבש''ע אליינס זאגט אונז, נישט ברמז און געהיימנוספול, נאר בפה מלא אז '' כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ את הים ואת כל אשר בם וינח ביום השביעי '', דאס קען מען שוין נישט זאגן אז ס'נאר א קבלה'שער מושג. און אז אדם הראשון איז שוין באשאפן געווארן פאר'ן ערשטן שבת, ווייסט מען שוין אז די וועלט איז נישט עלטער ווי זעקס טויזענט יאר, וויבאלד די שנות הדורות פון אדם און ווייטער איז קלאר דאקומענטירט אין די תורה.
און אויב ס'קומען היינט סייענטיסטן און זאגן אז דער וועלט איז שוין אלט פערצן ביליאן יאר, איז עס א פראגע מיט וואס דער מאמין מוז זיך ספראווען. און טאקע נאר אויף די צווייטע פראגע האט זיך ראובנ'ס הערליכער ארטיקל באצויגן און אויף דעם האב איך געצילט מיינע ווערטער.

און יעצט צו מיין ביאור.
ביסודו איז דא צוויי מהלכים, אדער זענען די זעקס טעג כפשוטו און די סייענטיסטן האבן א טעות מאיזה טעם שיהיה, אדער זענען זיי גערעכט און די זעקס טעג איז נישט כפשוטו. איך גיי בעצם מיט שראודער אז דער גאנצער בריאה פונ'ם ביג בענג ביז זעקס טויזענט יאר צוריק איז אלץ געשען דורך-אויס די ששת ימי בראשית און טאקע די פערצן ביליאן יאר רופט די תורה אן ששה ימים, איך לייג נאר צו אז ס'האט טאקע געקענט געשען בששה ימים כפשוטו וויבאלד דער רבש''ע האט געמאכט דער צייט זאל גיין שנעלער אבער כסדר הטבעי. ווי למשל , א ווידעאו פלעיבעק אויף fast forward. און איך האב געברענג ראיות אז ס'איז איינער פון די דרכי הנהגתו ית'.
יעצט אז דו וועסט פרעגן ווי אלט איז דער וועלט וועל איך ענטפערן פערצן ביליאן יאר, ווייל עלטער מעסט זיך נישט וויפיל צייט איז אריבער אויפ'ן זייגער נאר לויט וויפיל ס'האט זיך אפגענוצט. א בוים קריגט ראנגען נישט ווייל ס'איז אריבער צייט נאר ווייל ס'האט ערלעבט דאס וואס צייט ברענגט מיט זיך. אויב ס'וועט שנעלער איבערלעבן די זאכן וואס מאכט עס מעטשאור'ן וועט עס שנעלער עלטער ווערן, מ'וועט נישט זאגן אז דער בוים איז אליבא דאמת נישט אלט, נאר אז ס'איז שנעל אלט געווארן.
נאך א נקודה, לויט שראודער'ן אז ס'איז געגאנגען גענוי ווי די סייענטיסטן און מיט די גלייכע טעמפא, דארף מען פארשטיין פארוואס האלט מען שוין נאך די ששת ימי המעשה, עוועלוציע גייט דאך נאך היינט ווייטער אן אויך! אבער לפי דברי איז ניחא וויבאלד דער רבש''ע איז געווען דעמאלס מער אקטיוו אריינגעמישט אין דער בריאה, פירנדיג עס אויף א שנעלערער טעמפא ווי היינט. (כמובן, אז דער רבש''ע פירט די וועלט היינט אויך, אבער ווי נישט ווי שטייט '' וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו אשר עשה '' ד''ה אז דער וועלט איז געווען אמאל אין א מצב פון יצירה און היינט נישט מער).
דיסקלעימר: איך האב זיך באצויגן צו שראודער כפי שהביאו @ראובן, לפי @הקטן איז עס אביסל אנדערש.
ובזה יצאתי ואיני אומר קבלו דעתי, אבער אזוי לעגיטים ווי ר' יוסף שבתאי איז עס נאך, וראוי לדיון. כנלענ''ד

זייער שיין אראפגעלייגט, איך פארשטיי אבער נישט אויב זענען אלע כוחות פון נאטור געלאפן שנעל וויאזוי ביסטו געבליבן מיט נאר זעקס מאל ויהיו ערב ויהיו בוקר די זון האט זיך אויך געדרייט שנעלער,
מאנטאג אפריל 20, 2015 7:21 pm#267907
דאס איז קלאר אז די זעקס טעג מעסט זיך 6 מאל 24 שעה אויפ'ן זאמד זייגער, ס'דאך נישט געווען קיין זון ביז'ן יום רביעי.און דאס איז טאקע די קעטש, די 14 ביליאן יאר שאצט מען לויט די ערלעבענישן וואס ס'איז אריבער, אבער די ששה ימים ציילט מען לויט'ן זייגער.
זכר לדבר, שנת המבול וואס על אף שלא שמשו המאורות ציילט זיך עס אלס יאר מיט צוועלף חדשים.
מאנטאג אפריל 20, 2015 10:57 pm#268007
מאטי האט געשריבן:איה"נ אויב האסטו צוויי קראנטע פאראדאקסישע הוכחות וואס קומען זיך צוזאמען, דאן האסטו א רעכט אנצונעמן א טענת שמא אויף איטליכע באווייזן.

ס'קיקט נישט אויס אז דו האסט פארשטאנען וואס איך מיין צו זאגן מיט ברי ושמא.
ווען צוויי מענטשען טענה'ן ראובן זאגט איך האב דיר געבארגט און שמעון זאגט אפשר האב איך באצאלט האט ראובן די אויבער הענט.
דאס איז נישט ווייל ראובן איז מער באגלייבט נאר ווייל מען קען נישט אפרעגן קיין ברי מיט א טענה פין א שמא מיט א אין להדיין אלא מה שעיניו רואות

אויב סייענס און תורה האבן א ויכוח וויפיל איז 2 * 2 איינער זאגט 4 און איינער זאגט 6.8 דאן האסטו א ויכוח וואס ביידע שרייען ברי
לעת עתה איז די סייענס וואס געט זיך אפ מיט גיל העולם ווייט ווייט פין וואס געוויסע שרייבערס דא טרייען דאס צו קארקעטעזירן.

דא האסטו פין American Scientist modern-cosmology-science-or-folktale

modern cosmology has at best very flimsy observational support

Any theory with more free parameters than relevant observations has little to recommend it. Cosmology has always had such a negative significance, in the sense that it has always had fewer observations than free parameters (as is illustrated at left), though cosmologists are strangely reluctant to admit it. While it is true that we presently have no alternative to the Big Bang in sight, that is no reason to accept it.

פארשטייט זיך "בראשית ברא א'" איז נישט אן alternative דערנאך קימט מען מיט א סירקעלער ריזענינג אז סייענס שטימט נישט מיט תורה און תורה דארף מאכן פלאץ.
The three successful predictions of the concordance model (the apparent flatness of space, the abundances of the light elements and the maximum ages of the oldest star clusters) are overwhelmed by at least half a dozen unpredicted surprises, including dark matter and dark energy. Worse still, there is no sign of a systematic improvement in the net significance of cosmological theories over time.


דו יסודות זענען פארפאלט - און פין דא און אראפ איז אלעס טשוכעפאכעס!
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:06 pm#268015
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
איך פארשטיי אז איצט האלטסטו אז די יסודות זענען פארפוילט, אויב אבער סייענס, אדער וועלכע אנדערע הוכחה ווייזט דיר אויף מיט גענוג איבערצייגענדע הוכחות אז די וועלט איז עלטער ווי פשוט פשט אין בראשית, וואלסטו אנגענומען די תירוצים וואס די סייענס-גלייביגע גיבן אן, אדער די וואלסט געווארן אן אטעאיסט?
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:10 pm#268018
פארוואס אן אטעאיסט?
איך קען הערן אז דאס איז נישט פשט איך זעה נאר נישט קיין סיבה דאס צו זאגן, און איך האלט נישט אז דאס איז אמת.

ב.ד.וו. איך קום שוין פון וואו דו גייסט
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:19 pm#268023
איך ווייס נישט וואו איך גיי, און פון וואו דו קומסט. אבער דו מעגסט פערזענליך זיין סקעפטיש צו סייענטיפישער הוכחות, פארשטיי אבער אז ס'דא וואס האבן ערנסט דורכגעטון די נושא און פאר זיי זענען די תירוצים יא זייער איינציגער אלטערנאטיוו.
דינסטאג אפריל 21, 2015 10:22 pm#268391
טאמבל סאס האט געשריבן:היינט האט ער נישט קיין פראבלעם מיט צען חוה'ס וואס פרעגן פ"וו די שוואנץ דזשין???


כתיב {בראשית ב-כב} ויבן ה' אלהים את הצלע וגו' רב ושמואל חד אמר פרצוף וחד אמר זנב
דינסטאג אפריל 21, 2015 10:32 pm#268397
מאטי האט געשריבן: ס'דא וואס האבן ערנסט דורכגעטון די נושא און פאר זיי זענען די תירוצים יא זייער איינציגער אלטערנאטיוו.

ס'דא אלע סארט מיינונגען ביי דו וואס האבן ערנסט דורכגעטון די נושא וכשם שאין פרצופיהם דומים כך אין דעותיהם.

אויב האסטו ערנסט דורכגעטון די נושא און דו ווילסט מיר מסביר וואו אזוי דו ביסט געקימען צו דיין מסקנה ביזטי מער וואו וועלקאם
דינסטאג אפריל 21, 2015 10:44 pm#268402
די פאקט אז איבער 90% קרעציעניסטן זענען קריסטליכע, אידישע, איסלאמישע פונדאמענטאליסטן און די איבריגע זענען געמישט. משא"כ דער אנדערער צד איז נישט רוב אטעאיסטן. הגם ס'איז נישט קיין פיזישע הוכחה, גיט דאס א געוויסע וועלטליכע קלארקייט, אז רוב וואס טון דורך די נושא קומען צו די מסקנה.
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:07 pm#268759
איך גיי מער פאר איידיעס און די גייסט מער פאר א body count צו קימען צו החלטות.
כבודך במקומו מונח

נאכן איבער גיין די נאמבערס פון ווער האלט וואס, האב איך איין געזען אז דו ביסט גערעכט
אלע, ממש אלע, וואס האלטן אז "בראשית ברא" איז כפשוטו זענען רעליגעזע פונדאמענטאליסטן

נאך אזאך וואס איך האב באמערקט
אלע און איך מיין טאקע ממש אלע, קריסטליכע, אידישע, איסלאמישע פונדאמענטאליסטן האלטן אז "בראשית ברא" איז כפשוטו

די main זאך וואס האט מיך אבער ארויס גענימען פין די כלים איז געווען דאס אז ווען אן עטיאיסט וועט אנפאנגען צו גלייבן און תורת משה און אז "בראשית ברא" איז כפשוטו זאפראט גייט ער ארויס מגדר עטיאיסט און ווערט שוין פאררעכענט וואו א פונדאמענטאליסט

ווידער איינער וואס גלייבט נישט אז סבכלל דא א גאט אדער האט א ספק (דאס איז נישט קיין סייענטיפיק שאלה) האלט אויך נישט אז "בראשית ברא" איז כפשוטו
נאכדעם איז דא רעליגעזע וואס זעען נישט קיין שום פראבלעם פין האלטן אז "בראשית ברא" איז נישט כפשוטו איז פארוואס זאלן זיי בועט זיין אין סיי וועליכע scientific-dogma

און סתם פאר נייגעריקייט, אויב דו ווייסט, וויפיל פין דו סייענטיסטען טראכטן אינדרויסען פין די scientific-dogmas?
וואס איז די פרייז וואס א סייענטיסט קען באצאלען פאר ווערן א קרעציעניסט פונדאמענטאליסט? אדער ליפטערן אזא ספק?
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:34 pm#268771
כ'כאפ נישט וואס דו ווילסט, באמת.
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:07 pm#268780
כ'האב געזאגט אז רוב וואס ווייזן אויף "סייענטיפיש" א מעגליכע אינגע יקום קומט מיטן פארשטאנד אז בראשית איז כפשוטו. די באדי צאל איז געווען א נקודה אין קאנטעקסט נישט אריינגייענדיג בעובי הקורא, אזוי ווי כ'האב געשריבן "הגם ס'איז נישט קיין פיזישע הוכחה.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:24 am#268834
רוב וואס ווייזן אויף "סייענטיפיש" אן עלטערע יקום קומט מיטן פארשטאנד אז בראשית איז דארך עוועליציע.
עוועליציע האט נישט קיין קיום נאר מיט אן אלטע וועלט.
סייענס עס עי דיספלין קען נישט האבן גאט עס ען option
סייענס עס עי דיספלין האט ביז דערווייל נאר עוועליציע עס ע טערי.

איך בין מער אינטערעסירט צו הערן וואס דו אנדערע צד זאגט צו דיע וואס זאגן א אינגערע יקום. נישט אבי חוזק געמאכט.

on a side note קען איך אנמעמן אז דו האלסט פין man made climate change אלס א פאקט ווייל אזוי האלט רוב לעת עתה?
און וואס טוט זיך מיט פראטין vs קארבס - איין מעניט איך בין נישט זיכער וואס רוב האלטען היינט (דאס איז שוין אין עפלייד סייענס)
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:32 pm#269078
הקטן, איך וואונדער מיך פארוואס עס איז כמעט נישט דא מענטשן וואס קומען צו צו דיינע מסקנות אהן זיין אבליגעיטיד אהין מכח סאסייעטי. די זעלבע שכל'דיגע מסקנה צו וואס דו קומסט צו קען א צווייטער נישט פארשטיין?
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:49 pm#269117
זיי דיך בעסר מסביר וואס דו ריפסט "דיינע מסקנות".
לאמער רעדן מער ספעספיק, וועט זיין מיט וואס צי גיין צים טיש, וועל איך דיך קענן בעסער עקספלנען בעזר ה'

אין די מין טיים האף איך אז די קימסט נישט צי דיינע מסקנות נאר ווייל איעדער וועם די קענסט האלט אזוי - אדער ווייל דאס איז in צווישען דיינע קליקע
זייער אסך פין די שרייברס דא האב איך במערקט האבן די attitude פין איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב
ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס מיין כיתה ג' רבי געזאגט
און ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס (וואס איך מיין) סייענס זאגט.
און ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס איך מיין אז רוב וועם איך ריף קליג זאגט
אדער איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס איך גלייב א אויפגקלערטע גלייבט

טייל פין מיינע חברים וואס איך קען דא פין ק"ש זעה איך לעצטעטס וואו זיי זיצען אויף שפילקעס - מן הסתם זענען זיי זייער אימבאקוועם מיט די ר"ת
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:58 pm#269146
הקטן האט געשריבן:זיי דיך בעסר מסביר וואס דו ריפסט "דיינע מסקנות".
לאמער רעדן מער ספעספיק, וועט זיין מיט וואס צי גיין צים טיש, וועל איך דיך קענן בעסער עקספלנען בעזר ה'

אין די מין טיים האף איך אז די קימסט נישט צי דיינע מסקנות נאר ווייל איעדער וועם די קענסט האלט אזוי - אדער ווייל דאס איז in צווישען דיינע קליקע
זייער אסך פין די שרייברס דא האב איך במערקט האבן די attitude פין איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב
ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס מיין כיתה ג' רבי געזאגט
און ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס (וואס איך מיין) סייענס זאגט.
און ביי טייל איז דאס איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס איך מיין אז רוב וועם איך ריף קליג זאגט
אדער איך-בין-א-נער-און-איך-גלייב וואס איך גלייב א אויפגקלערטע גלייבט

טייל פין מיינע חברים וואס איך קען דא פין ק"ש זעה איך לעצטעטס וואו זיי זיצען אויף שפילקעס - מן הסתם זענען זיי זייער אימבאקוועם מיט די ר"ת

קוק דא וועסטו כאפן וואס איך מיין און אויף דעם פאל איז די קשיא פיל שווערער ווייל יעדער וואס האלט ווי דיר איז אבליגעיטיד
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:20 pm#269221
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט - אויב דו האלסט איך בין נישט גערעכט איבער א נקידה זאג פליז וועלעכע נקידה און זיי מסביר פארוואס.
וועגן Confirmation bias האב איך געשריבן דא

היינט ב"ה איז קיינער נישט אבליגעיטיד אידער קען האלטן וואס ער וויל.
אויב וויל ער עס נישט האלטן אפען קען ער אזוי האלטן אויף ק"ש

אויב ווילסטו זיין chilled ביסטו אבליגעיטיד צו טראכטען וואו אזוי דו מיינסט מען טראכט ווען מ'איז chilled
פרייטאג אפריל 24, 2015 2:53 pm#269428
מאטי האט געשריבן:אויב איז ער באשאפן געווארן ווי א פערפעקטע בן עשרים שנה, וואלט דאך גאט געדארפט אימפלימענטירן אין זיין קאנטשעס זכרונות פון די לעצטע צוואנציג יאר וואס איז "כמו" געווען,(פונקט ווי די אנדערע אויסזעענדע זאכן וואס גאט האט נישט פארפעלט אריינצולייגן אין די בריאה) .

דאס גייט מיר בכלל נישט אריין אין קאפ וואס דו ווילסט - קאנטשעס זכרונות איז נישט קיין שלימות אין דו חפצא פין "מענטש"
שטעל דיך פאר אז אדם איז געשלאפן
נאכן אויפשטעלן דעם שטרוי מענטש פרעגסטו מיט פאטאס
דאס מיינט, אז דער ערשטער מענטש האט באקומען פאלשע זכרונות וואס איז בעצם קיינמאל נישט געשען מיט אים.
Sounds pretty odd to accept.


איך בין נייגעריג, דאס נעמסטו פין איינעם (א לינק אויב מעגליך) אדער דאס איז דיר אליין בייגעפאלן
פרייטאג אפריל 24, 2015 4:20 pm#269459
נתן סליפקין. The challenge of creation
פרייטאג אפריל 24, 2015 5:45 pm#269490
דאנקע שיינעם
פרייטאג אפריל 24, 2015 6:18 pm#269496
מאטי האט געשריבן:אויב איז ער באשאפן געווארן ווי א פערפעקטע בן עשרים שנה, וואלט דאך גאט געדארפט אימפלימענטירן אין זיין קאנטשעס זכרונות פון די לעצטע צוואנציג יאר וואס איז "כמו" געווען,(פונקט ווי די אנדערע אויסזעענדע זאכן וואס גאט האט נישט פארפעלט אריינצולייגן אין די בריאה) .


ATUB @מאטי ATUB , קענסט מסביר זיין וואס האט איינס מיטן צווייטן? אויב גאט האט אים באשאפן מיט די גרויסקייט פון א בן עשרים, מהיכי תיתי אז גאט 'מוז' אריינלייגן זכרונות פון די לעצטע צוואנציג?

ATUB @ראובן ATUB , האט שוין אויך אויבן געבויט אויף דעם, אבער אדערווייל האט ער עס נאך נישט מסביר געווען

אפשר גאר איז עס אן הלכה למשה מסיני....
פרייטאג אפריל 24, 2015 6:24 pm#269498
נא, דו פארשטייסט נישט אזוי, נתן סליפקין פארשטייט אבער יא אזוי.
Would Adam have had memories of his non-existent childhood? Would he have possessed mementos from his non-existent childhood? Likewise, surely not.


דף 164

ואמר כל העם אמן ואמר כל העם אמן...

Would he have scars from non-existent childhood mishaps? Well, since he knew that he never experienced any such mishaps, then he surely would not have possessed scars either. But, by the same token, there is no reason why he should have had a scar from the umbilical cord not being removed ... Since it must necessarily have been incomplete, it is difficult to argue that God should have created any false history at all


wow דאס מאכט אן איינדריק וואו עפעס דברי כחמה
האט אדם באקימען סימילעקס פין שפיטאל?
האט ער באקימען א wrist band ?
דו זאגסט ניין?? איז ער דאך incomplete!!!

ואמר כל העם אמן ואמר כל העם אמן...
מוצ"ש אפריל 25, 2015 9:58 pm#269522
Re: דינאזארס און אידישקייט (פון "פה-סח" מאגאזין)
א גרויס חלק פון סליפקינס טענות טראגן אזא פנים, ווי אויך די טענה אז אויב אזוי קען מען גלייבן אין א 5 מינוט'גע וועלט, וואס האט נישט קיין שום לאגישע האפט,
זונטאג אפריל 26, 2015 8:51 pm#269862
מאטי האט געשריבן:די פאקט אז איבער 90% קרעציעניסטן זענען קריסטליכע, אידישע, איסלאמישע פונדאמענטאליסטן און די איבריגע זענען געמישט. משא"כ דער אנדערער צד איז נישט רוב אטעאיסטן. הגם ס'איז נישט קיין פיזישע הוכחה, גיט דאס א געוויסע וועלטליכע קלארקייט, אז רוב וואס טון דורך די נושא קומען צו די מסקנה.

דיין חשבון איז נישט ריכטיג.
איינער וואס נעמט נישט אן דעם חומש בראשית אלס אן ערנסטער דאקומענט, האט נישט קיין סיבה אנצונעמען אז די וועלט איז יונגער ווי איר סייענטיפישער אויסזען.
די פראגע דא איז נישט צו מ'קען מוכיח זיין אז ס'איז יא געווען א בריאה בששה ימים, נאר צו ס'דא ראיות מכריחות כנגד זה.
אויב איז נישט מוכח לכאן או לכאן איז שוין דער מאמין צופרידן. ער דארף נישט קיין ראיה אויפ'ן בריאה, ער גלייבט דאך! ביי אים אי זדער חומש א קראנטער מקור. ער דארף זיך נאר אן עצה געבן מיט די ראיות וואס פרעגן עס אפ.
די אלע וועגן וואס מ'האט דא געברענגט ליישב הבריאה עם המדע, איז נישט אז ס'מוז אזוי זיין נאר אז ס'קען אזוי זיין. איינמאל ער האט די מעגליכקייט וועט דער מאמין ממילא בלייבן מיט וואס ער גלייבט.
ממילא, כדי צו מאכן א סטאטיסטיק צו די ראיות שכנגד זענען טאקע מכריחות, באדארף מען קודם האבן צוויי קאמפאונענטס 1) לכתחילה גלייבן אין חומש בראשית, 2) זיין גרייט צו טוישן אויב ס'ווערט טאקע אפגעפרעגט. נאר פון צווישן אזא קבוצה קען מען נעמען א סטאטיסטיק, און דאס אהערצושטעלן איז אוממעגליך.