Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש

קאווע שטיבל • באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8605
מאנטאג אפריל 06, 2015 7:27 pm#264398
באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
זעה דא די קארט דאקימענטס
m https://files.acrobat.com/a/preview/487 ... 0fea3d1b58 m

uploadfromtaptalk1428362838837.jpg
uploadfromtaptalk1428362838837.jpg (83.9 KiB) געזען געווארן 5243 מאל
מאנטאג אפריל 06, 2015 8:45 pm#264414
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
איך האב נישט קיין נערוון צו ליינען די גאנצע מאנסע. וואס קומט דא פאר בקיצור?
מאנטאג אפריל 06, 2015 8:59 pm#264419
אייזיק דייטש שטעלט זיך אהער ווי דער בעל הבית פון דריי באבוב-45 בנינים, דער באבוב-45 קהלה זאגט אין די קאורט פאפירען להד"ם. באבוב האט געגעבען 5-6 מיליון דוללער פאר דאונפעימענטס, דייטש האט בלויז קעיר גענומען צו שאפען די נויטיגע מארגעטשעס. ביז היינט האט דער קהלה געצאלט ערליך זייער חודש'ליכע מארגעטשעס און טעקסעס. אמת געוועהן צייטען וואס דייטש האט צו שטייער געגעבען פאר דער מארגעדש אבער דאס איז געוועהן געלט נישט מדנדבת לבו נאר ער האט דאס גע'בארגט פאר די קהלה פון וואס ער האט געפאדערט דער קהלה זאל דאס אפצאלן און נישט סתם צוריק צאלן נאר אויך געבעטן אינטרעסט. אבער דאס מאכט איהפ נאך נישט קיין בעל הבית, עפעס א ענדליכע טענה וואס באבוב (לפנים 48) האט געהאט בשעתו אויף די הנהלה פון קעמפ גילה.

על כן בעטן זיי אין די קאורט פאפירען אז דייטש זאל אויף הערען פרובירען צו אדווערטייזן אין דער 'מוודיע' אז ער פארקויפט א בנין וואס געהערט צו קהל באבוב 45, און פשוט כפשוטו אז צו איהם געהערט בכלל נישט קיין איינע פון די פראפערטי'ס וואס געהערען צו באבוב 45.
דינסטאג אפריל 07, 2015 12:13 am#264475
אויב באבוב45 האט געצאלט פארוואס איז עס אויף אייזיק דייטש׳ס נאמען?

און פארוואס טאקע פרובירט ער עס צו פארקויפן? צוקריגט? (מעשי ניקלשבורג #2?)
דינסטאג אפריל 07, 2015 3:15 pm#264570
Issec Deutch Signed Contract With LIJ Hospital To Sell Them The Bobov45 Misivta Building
דינסטאג אפריל 07, 2015 4:15 pm#264584
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
קען איינער קאנפירמען די נייעס פונעם קאנטראקט מיט א מקור
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:51 pm#264836
איך האב געהערט אז סנישט פשוט באבוב- 45 איז שולדוג פאר אייזיק דייטש 18 מיליון דולער פאר צוויי יאר צוריק האט ער געגעבן קאלאטערעל אויף זיין פריוואטע בילדונג נאך 10 מיליאן דולער פאר די 62 בילדינג פאר פרישוואסער מחמת א סיכסוך. פאר צוויי חדשים צוריק האט ער פארקופט יענע בילדינג פאר 13 מיליאן און די באנק האט ארפגעציפט 10 פאר פרישוואסער.
באבוב 45 איז עם שולדיג סך הכל 28 מיליאן.
ער וויל פארקויפען וועגן די לעצטע 10....
מיטוואך אפריל 08, 2015 1:35 pm#264844
מיט זעלעכע גרויסע סכומים אין חובות , וואס גייט אויסמאכען די 6.2 וואס באבוב דארף געבן צו באבוב45 שלא ביושר??
מיטוואך אפריל 08, 2015 1:44 pm#264845
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
שלא ביושר?? אויב איז די 6.2 נישט ביושר איז מעגליך אז די גאנצע פסק נישט ביושר.
מיטוואך אפריל 08, 2015 1:47 pm#264847
אינטערעסאנט צו זעהן וואס פאר א diverse mixture מיר האבן דא. ק"ש פארמאגט באבובער חסידים, באבוב 45 חסידים און אפילו אייזיק דייטש חסידים.
מיטוואך אפריל 08, 2015 2:33 pm#264863
מאדנע ביז גאר, אין דער קאורט פאפירען מאנט גאר באבוב-45 15 + 3 מיליון דאללער פון אייזיק דייטש.
מיטוואך אפריל 08, 2015 7:17 pm#264921
דאס איז אויך אמת ווייל זיי האבן געלייגט דאון פעימענט און געצאלט מארטגעטש
מיטוואך אפריל 08, 2015 7:32 pm#264924
/
מיטוואך אפריל 08, 2015 8:22 pm#264951
ליידער איז דאס א בחינה פון למכה מצרים בבכוריהם ..
זונטאג אפריל 12, 2015 10:44 pm#265512
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ביידע צדדים זאלן מצליח זיין און 'געווינען' ווי ביז היינט מיט גרויסע הצלחות עד בלי די!
איך פערזענליך וועל אלץ 'אני שלום' זיך נישט מישן, נאר שטיין אין די זייט און מיטהאלטן און זיך האלטן ביי די זייטן
מאנטאג אפריל 13, 2015 12:28 am#265546
זייער גוט אז די האלטסט מיט ווייל אין אפאר יאר ארום ווען דיין רב'ס קינדער וועלן אינטערוואקסן און קומען צום טעם, וועסטי כאטש האבן עקספיריענס.
מאנטאג אפריל 13, 2015 3:25 pm#265661
איך הער די גאס שמועסט אז די גאנצע מעשה איז א שפיל. הלואי!
מאנטאג אפריל 13, 2015 4:17 pm#265676
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
זאגט מיר איינער אז אין בנין המתיבתא אויף א סטיקער נמכר לנכרי האט איינער אויסגעקראסט לנכרי און געשריבען "לאייזיק דייטש"
מיטוואך אפריל 15, 2015 10:03 am#266221
רומערס גייען ארום אז דער ארמין טעריס בילדינג איז ר' אייזיק אין פארהאנדלונגען מיט די סטעטן איילענד האספיטאל וועלכע האנדלט אפצוקויפן מיינמאנעדיס, אבער כ'ווייס דערויף נישט קיין קראנטע אינפארמאציע אדער צו דער קאורט וועט אים ערלויבן עס צו פארקויפן אלץ "נכס פרטי" (און ר' אייזיק לשיטתו ביים באבוב'ער דין תורה אז נכסי הקהלה זענען באמת נכס פרטי! )
מיטוואך אפריל 15, 2015 11:49 am#266242
אזא אשכול וועפט גאנץ שנעל, ווייל כמבואר בכמה דוכתי, רוב אויף ק''ש זענען חסידי הרב''צ/ענגלאנדער/באבוב 48, און די אנדערע צד אין באבוב מוז אדער האבען אן אייגענעם פלאץ, אדער זענען זיי בכלל נישט אויפ'ן אינטערנעט.
מיטוואך אפריל 15, 2015 2:15 pm#266284
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
מוז מען איינזעצן אז זיי זענען פרומער. ביי זיי אי נישט דא די טריפה'נע כלים מכלים שונים.
מיטוואך אפריל 15, 2015 2:21 pm#266286
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
C/P Fwd:
Breaking news Chaseedishe politics:
A top meeting is being held today (undisclosed location) that was called by the Bobov-45 Rebbe Shl"t & Rabbi Shlomo Freshwater from London regarding the current crises with the Mosdos buildings.
R' Yonason Strasser
R' Moshe Piller
Rabbi Moshe (Gabei) Friedman
R' Shmiel Z Scharf
R' Yiddel Mandel
R' Volv Zicherman
R' Shlomo Goldstein
A big Kiddish Hashem is the outcome expected of this negotiations.
מיטוואך אפריל 15, 2015 2:30 pm#266290
Rabbi Moshe (Gabei) Friedman is sitting shiva, so he cant be there
מיטוואך אפריל 15, 2015 4:14 pm#266348
היסטאריקער האט געשריבן:Rabbi Moshe (Gabei) Friedman is sitting shiva, so he cant be there

ווילסט הערען א מעשה צו די ווילסט זיך מתווכח זיין?
מיטוואך אפריל 15, 2015 5:14 pm#266373
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזא אשכול וועפט גאנץ שנעל, ווייל כמבואר בכמה דוכתי, רוב אויף ק''ש זענען חסידי הרב''צ/ענגלאנדער/באבוב 48, און די אנדערע צד אין באבוב מוז אדער האבען אן אייגענעם פלאץ, אדער זענען זיי בכלל נישט אויפ'ן אינטערנעט.


כמבואר בכמה דוכתי קען איך דיך ציווייזען דא אויף ק"ש מער חסידים פון באבוב 45, ווי באבובער חסידים, נאר כמבואר בכמה דוכתי שעמן זיי זיך זייער שטארק מיט זייער צד און איך פארשטיי זיי זייער גוט. ווי למשל דיר אליין וואס האט נישט געהאט קיין שכל צו פארדעקן דיין פארטיי יעצט און שרייבען אויף באבוב א צונאמען און אויף דער אנדערע זייט אן א צונאמען.

אלא מאי ווען ס'קומט אזא אשכול לויפט די אנדערע צד אוועק ווי מייז און דער לעכער, און איך פארשטיי זיי זייער גוט.
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:01 pm#266432
באבוב האט זיך צוטיילט אין צוויי, און איין צד פון באבוב רופט זיך באבוב 45 און דער אנדערע האט נאך נישט געטראפען א פאסיגע נאמען. הצד השווה שבהם הוא אז ביידע זענען בערך ווערט אהאלבען גענעץ. צוזאמען.
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:11 pm#266434
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איין צד פון באבוב רופט זיך באבוב 45 און דער אנדערע האט נאך נישט געטראפען א פאסיגע נאמען.


גוט :lol: :lol:
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:13 pm#266436
וואוו 12 אשכולות וועגן באבוב'ס אויף די ערשטע עמוד פון צימעס, כה לחי.
מיטוואך יוני 24, 2015 1:16 pm#284881
שטר הלואה
:?
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:58 pm#285253
מאדנע שטר דאס ס'קלעבט נישט קיין ווארט מיטן צווייטן.

הויבט אן בלשון רבים אנו החתומים בשם וכו' בראשות חתני מהרנ''צ, צום סוף חתמ'ט איינער אליין, און דער רבי אליין גאר.

וואס מיינט דאס אין סעיף א' איך גלייב איהם ביז ער איז זיך מודה?
מודעה בנפקא וכו' ובלא כאסמכתא ובלא וכו' דשטרי' אמעראציש און גרייזיג, איך גלייב נישט אז דער רבי האט גע'חתמ'ט אזא צעטל.
פרייטאג יוני 26, 2015 7:56 am#285265
ס'איז דאך נישט דא אזא מענטש וואס איז הקטן מרדכי דוד. ער איז דאך א גדול מרבן שמו, און ממילא זאל ער גיין אויפזוכען דער קטן און איהם איינמאנען!
פרייטאג יוני 26, 2015 1:55 pm#285372
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז דאך נישט דא אזא מענטש וואס איז הקטן מרדכי דוד. ער איז דאך א גדול מרבן שמו, און ממילא זאל ער גיין אויפזוכען דער קטן און איהם איינמאנען!

טאקע אינטרעסאנט וויאזוי אזא צדיק יסוד עולם שרייבט זיך אינטער הקטן, ווי איז דער כבוד התורה?
פרייטאג יוני 26, 2015 1:57 pm#285374
Re: באבוב 45 גייט אין קארט קעגן אייזיק דייטש
ס'איז אן אלטע זאך אז אין באבוב האט מען נישט קיין כבוד התורה. זעסט דאך אז באלד האלב באבוב האט בועט געווען אין זיין רעביסטיווע!
פרייטאג יוני 26, 2015 2:06 pm#285379
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז אן אלטע זאך אז אין באבוב האט מען נישט קיין כבוד התורה. זעסט דאך אז באלד האלב באבוב האט בועט געווען אין זיין רעביסטיווע!

מילא דער עולם גולם, וואס פארשטייען זיי, סתם באבוב'ער חסידים אן קיין פארשטאנד אויף כבוד התורה.
אבער דער כבוד קדושת מבאבוב-45 אליין, וואלט דאך געדארפט וויסן בעסער, ער איז דאך נישט אויפגעוואקסן אין באבוב, הלמאי, אתמהה!
מיטוואך יולי 01, 2015 4:16 pm#286525
יושב בסתר האט געשריבן::?



וואס איך פארשטיי נישט ווי קען זיין אז אין חודש אב תשס"ה האבן זיי זיך געשריבן א שטר בשם מוסדות באבוב '45'? אדער האט איינער זיך ארום געשפילט מיט דעם ארגינעלן צעטיל אדער איז עס בכלל נישט אמת. עס איז שווער צו גלייבן אז רבי מרדכי דוד (די רבי) און ר' אייזיק האבן געמאכט מאכן אזא נוסח. והוא מופלא