Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער

אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8699
דינסטאג אפריל 21, 2015 2:51 pm#268200
אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער
לעצטנס האב איך זיך גענומען ליינען די אלטע יידישע ביכלעך (די ישיבה - חיים גראדע איז מיין לעצט געליינטע), איך האב דאס מערסטע הנאה געהאט פון די זאפטיגע יידיש, נאכמער ווי די עצם נערעטיוו, האב איך געטראכט צו מאכן א ספעציעלע אשכול צאמצוקלייבן די אלע אלטע פארגעסענע ווערטער און זייער באדיי.

טריף פסול'ס = יידישע משכילישע ביכלעך

פלאקן שיסער = איינער וואס קען נישט גארנישט נאר פארדארבן.

תאוה קרעץ = עקני, טינעיזש פימפלס

עלעהיי =כאילו

וועלע = ?

ווער עס קען ( ATUB @berlbalaguleh ATUB ) זאל צולייגן נאך, און מגיה זיין אויב כ'האב עפעס נישט גוט אפגעטייטשט.
דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:46 pm#273295
לאגבוימער שיסער - פייל און בויגען
דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:09 pm#273359
אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער
פראמענדארין - טאמאטע געוואר געווארן פון די ווידעאו פון די אשכולhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8547#p273171
דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:11 pm#273361
Re: אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער
כווייס נישט פארוואס די לינק איז נישט קליקבאר ,דאס איז אין די פסכעלאגן אשכול די ערשטע ווידעאו פון מושב זקנים
דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:22 pm#273364
שמערל האט געשריבן:לעצטנס האב איך זיך גענומען ליינען די אלטע יידישע ביכלעך (די ישיבה - חיים גראדע איז מיין לעצט געליינטע), איך האב דאס מערסטע הנאה געהאט פון די זאפטיגע יידיש, נאכמער ווי די עצם נערעטיוו, האב איך געטראכט צו מאכן א ספעציעלע אשכול צאמצוקלייבן די אלע אלטע פארגעסענע ווערטער און זייער באדיי.

טריף פסול'ס = יידישע משכילישע ביכלעך

פלאקן שיסער = איינער וואס קען נישט גארנישט נאר פארדארבן.

תאוה קרעץ = עקני, טינעיזש פימפלס

עלעהיי =כאילו

וועלע = ?

ווער עס קען (@berlbalaguleh) זאל צולייגן נאך, און מגיה זיין אויב כ'האב עפעס נישט גוט אפגעטייטשט.

שמערל: חיים גראדע נוצט זייער א סאך דעם אויסדרוק..."עלעהיי"..ס'הערט זיך שטארק ענליך צו "אלא מאי"...דאס ווארט מיין איך וויל באדייטן כאילו, ווי גלייך. למשל אין דעם ביכל "לייבע לייזער'ס הויף" נוצט חיים גראדע א סאך מאל דעם פאלגנדן סענטענס..."עלעהיי פארוויאנעטע קוסטעס"...וואס לויט ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן ..."אזוי ווי אויסגעטרוקנטע צווייגן"...
דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:27 pm#273366
חאצקעל שניידער האט געשריבן:פראמענדארין - טאמאטע געוואר געווארן פון די ווידעאו פון די אשכולhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8547#p273171

חאצקל דער שניידער: טאמעיטא'ס האט מען אמאל אין פוילן גערופן ..."פאמידארן"...דאס נעמט זיך פון פראנצויזיש וואו א טאמעיטא הייסט א גאלדענע עפל...Pomme d'Or.
מאנטאג מאי 18, 2015 3:07 pm#276315
איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף
מאנטאג מאי 18, 2015 5:42 pm#276396
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף

דיין רבי פלעגט שטאטערן? פארוואס מער ווי איינמאל? www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=276321#p276321
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:48 am#277613
לית דין בר נש האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף

דיין רבי פלעגט שטאטערן? פארוואס מער ווי איינמאל? www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=276321#p276321

יא, דאס איז וואס ער האט געטוהן. שרייען, שטראשען, האקען מכות אכזרוית.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:50 pm#296546
ראובן בריינין (א חוטא ומחטיא - זעט אין זיין ספר ווי ער פאסמאקעוועט זיך פון כאפן אידישע קינדער אין זיין נעץ) איז מתאר דער אידישער שפראך ווי מ'האט אים גערעדט אין די רוסישע שטעטלעך https://archive.org/stream/nybc200228#page/n69/mode/1up
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:54 pm#296548
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף

איך האב געהערט א ביסל אן ענליכן אויסדרוק..."דו וועסט דיך מעגן באקלאגן אפילו צו דעם ונתנה תוקף"...ס'וועט דיר גארנישט העלפן...!
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 3:47 pm#319534
עטליכע אויסדריקן וואס כ'האב געהערט פון אלטע אידן און אידענעס:

רעד צו אים - רעד צו די וואנט (ער פאלגט נישט)
כאטש רעד טאטעריש און טערקיש (...אז מה הארכט מיר נישט)
איינמאל אין א נאווינע (זעלטן וואס עס פאסירט)
ס'קאצל קומט! (א חשוב'ער גאסט)
גרויסארטיג (זייער בכבוד'יג)
חי געלעבט (לעבן א טאג און טראכט נישט איבער וואס ער טוט)
זאל ער גיין אין אל(ד)ע גוטע יארן (אן איידעלע קללה)
כאפט אים דער גוטער יאר (כנ"ל)
א קנאקער אן א נו"ן (האלט זיך גרויס)
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 4:10 pm#319535
נאך אלטע אידישע אוסדריקן:

פון מלך אבעצקע'ס צייטן (א אלטע זאך פון גאר אמאליגע יארן)
דער איז א גראף פאטאצקע [פאטאצקי] (= מיינט אז ער איז א חשוב'ער מענטש)
אויף סאנע ציען [שונאי ציון] (אזעלכע זאכן זאלן פאסירן אונזערע שונאים)
נידא גידאכט [נישט דא געדאכט] (ס'זאל אונז נישט פאסירן אזעלכעס)
נישט פאר קיינעם געדאכט (כנ"ל)
קאקער מאך זיך הארץ (מאכן א אנשטעל פון פרייד כאטש אינווייניג ווייטיגט)
ערגעץ אין אצע פלאץ [מיט קמץ'ן אונטער די אל"ף'ן] (גאר ווייט פון דא)
ער שמעקט שוין ווארצלען (ער איז געשטארבן)
לעבט א משוגע'נעם טאג (לעבט א ברייטן רייכן לעבן)
פאטש מיט געלט (כנ"ל)
ווי א האן אין "בני אדם" (א עם הארץ וואס קוקט אין א ספר און פארשטייט גארנישט)
א קאץ איז זאק (געקויפט א פאלשע מציאה)
אויבן דער פוץ - פון אונטן דער שמוץ (א אויבערפלעכער גלאנץ פון א אומריינע שטוב אדער קערפער)
ער האט געגעסן צו פיל אפיקומן'ס (א קראנקער אלטער איד)
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:33 am#319713
זע אויך דער אוצר פון דער אידישער שפראך (איך וואונדער זיך אויף אסאך פון די אויסשפראכן און צירופי מילים אויב איינער האט טאקע אזוי גערעדט אדער די שרייבערס האבן דאס פאבריקירט).
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:45 am#330245
דאלאר/טאלער
קען איינער מיר מסביר זיין וואס איז דער חילוק פון א "דאלאר" ביז א "טאלער"/"טולער"? איך שפיר עפעס א ניואנס צווישן זיי... אבער וואס גענוי?

דאס בוך קאסט 25 דאלאר.
דער שווינדלער האט זיי אפגענארט און איז אוועק פון דארט מיט א שיינע דריי טויזנט טאלער.
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:46 am#330251
Re: אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער
כמיין סאיז אמאל געווען אזא וואלוטע אין דייטשלאנד.
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:47 am#330252
Re: אלטע יידישע אויסדריקן און ווערטער
איך בין נישט קיין לינגוויסט אבער עס קוקט מיר אויס אז דאלאר איז מער דער אנגענומענע וועג צו רעדן אדער שרייבען טולער נוצט מען מער אויף א סארקאסטישע וועג
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:59 am#330254
פארקויפט אויף תולה ארץ - שטארק איבערגעצייגט אין א זאך
א חסרון! די כלה איז צו שיין! - אז מ'מאכט פראבלעמען ווען אלס איז גוט
ער פלוידערט ווי א שיכור'ן טערק - א שיכור ווייסט ניט וואס ער רעדט, נאר איך ווייס. א טערק ווייס איך ניט וואס ער זאגט, נאר ער ווייסט. דער פלוידערט און נישט איך און נישט ער ווייסען וואס ער רעדט.
ווי א יון אין סוכה - א זאך וואס פאסט בכלל נישט

און פון היינט:
ווי א פארמאכטע'ן קאוועשטיבעל - א זאך וואס מ'עט בכל אופן נישט צולאזען!