Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8723
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:56 pm#269144
יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
געווען איז דאס מיט יארן צוריק. די נאכט איז צוגעפאלן און די פייערונגען האבן זיך אנגעהויבן. איך האב אויף אן אופן מיטגעהאלטן פונדערווייטנס די אפיציעלע צערעמאניע וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, וואו כ'האב געהערט אויסזינגען פסוקים פונעם תהלים, טיפע ווערטער פון לויב און דאנק אויף דעם טאג, און צום סוף האט זיך די צערעמאניע געשלאסן מיטן שיר המעלות אויף דער מעלאדיע פון "התקוה". די וואס קענען דעם "התקוה" ווייסן אז דאס איז למעשה א טיף-אידישליך ליד, וואס ענדלט מיט גארנישט צו די וועלטליכע מעלאדיעס. אויב די דייטשן זינגען וועגן זייער סופעריאריטעט איבער אנדערע פעלקער, און די פראנצויזן זינגען וועגן דעם בלוט פון די שונאים וואס וועט זיך גיסן ווי וואסער, זינגט זיך אינעם "התקוה" נישט מער ווי דער דורות'דיגער אידישער וואונטש, נישט צו פארגעסן פון ציון.

דאס איז נישט געווען וואס איך האב ערווארטעט צו הערן און זען ביי מענטשן וואס האבן זיך אויסגעקליבן צו זיין "ככל הגוים בית ישראל". די אידישקייט וואס האט געשטארט פון יעדן ווארט, די צעגאסענע געפילן פון דאנקבארקייט, וואו שמחה און תפילה פאלן זיך צוזאם, האט מיך דערמאנט אינעם מוצאי יום-כיפור. נישט אנדערש, נאר דער יום הזיכרון איז געווען דער ערנסטער טאג, דער טאג פון טרערן און אנדענק, און באלד צונאכטס אזא שמחה, ווען דאס גאנצע פאלק זינגט אין עקסטאז "אשרי העם שככה לו". אדער אפשר האט עס מיך דערמאנט אין דער מגילת אסתר וואס אידן ליינען אויפדערנאכט פון תענית אסתר, ווען דער פאסט-טאג גייט אריבער דירעקט פון טרויער צו שמחה.

איז דאס נישט כאראקטעריסטיש צו דער אידישער היסטאריע, אריבערצוגיין פון טרויער צו פרייד דוקא פלוצלונג, אין איין נאכט? אסתר האט געראטעוועט די אידן אין פרס אין א צייט וואס אידן האבן נישט געזען קיין אויסוועג, המן איז געפאלן פון שפיץ לייטער צום תהום אין איין טאג, און מיט ארום זיבעציג יאר צוריק האט זיך דאס אידישע פאלק אויפגעהויבן פון דער שוידערליכסטער ערפארונג וואס סיי וועלכע פאלק האט נאר אמאל געזען, זיך אפגעשאקלט די קליידער, און זיך דערזען מיט אן אייגענעם לאנד אין בלויז דריי יאר שפעטער (!). וועלכע פאלק וואלט געווען בכח אריבערצוגיין אזוי דראסטיש פון חורבן צו אויפבוי?

אין דעם טאג זאגן מיר נישט קיין הלל, ווייל מיר האבן זיך אליין געבינדן אין שטריק. אונזערע רבנים זאגן כסדר אז "מיר זענען מער נישט בכח איינצופירן תקנות היינטיגע צייטן". דערפאר קענען מיר נישט אריינשטעלן תשעה-באב קינות אויפ'ן לעצטן חורבן אין אייראפע, און דערפאר קענען מיר אויך נישט איינפירן הלל אין יום עצמאות. אבער דארף דען נישט שיבת ציון זיין די ענדע צו אונזער רעליגיעזן אומפאטענץ? דארף דען נישט שיבת ציון צוריקברענגען אונזער רעליגיעזע שעפערישקייט, ווי ס'איז געווען אין די צייטן פון די נביאים? קען דאס זיין אז אונזער כח איז אזוי שטארק אויסגעלאפן אין גלות אז מיר זענען שוין נישט ביכולת צו טון אפילו אזא קלייניגקייט, ווי אנערקענען אז עפעס א טויש האט זיך געשאפן אין דער היסטאריע פונעם אידישן פאלק?

א פיזישע גאולה איז טאקע נישט ווערד כל זמן ס'איז נישטא קיין רוחניות'דיגע גאולה, אבער מיר אליין זענען די וואס האלטן אפ די רוחניות'דיגע גאולה, מיט'ן עקשנ'ען זיך אז ס'איז נאכנישט געקומען די צייט. איך מיין נישט דערמיט די גאולה שלימה, ניטאמאל מיין איך די אתחלתא דגאולה, נאר איך מיין פשוט און גראד דאס וואס אונזערע אויגן זעען – דער אומקער פון אידן קיין ארץ-ישראל. דאס אליין איז גענוג א גרויסער טויש אין אונזער פיזישן מציאות וואס וואלט געמוזט נאכשלעפן א רוחניות'דיגע טראנספארמאציע.

אזעלכע אויסדרוקן ווי "אין אנו בקיאים", אדער "מיר האבן נישט די כוחות", און דאס גלייכן, מעגן שוין ווערן אוועקגעלייגט אין מיסט-קאסטן. דער אומקער פונעם אידישן פאלק צום לאנד פון די אבות מוז נאכברענגען מיט זיך אן אומקער פון דער אמת'ער שפרודלדיגער אידישקייט. טעארעטיש וואלט מען געקענט מחדש זיין דעם סנהדרין, אבער אפילו ווען מ'האט עס נאכנישט געטון מוז מען אנערקנען אז די רעליגיעזע מוסקלען האבן זיך ווידער געשטארקט, מ'קען ווידער איינפירן תקנות, מ'קען ווידער אויפלעבן די עבודת השם וואס איז געגאנגען א גאנג אין גלות און האט פארלוירן יעדן ברעקל חיות. מער מוז עס נישט זיין א מעכאנישער מאשין וואס קען זיך נישט צופאסן צו דער רעאליטעט פון דער צייט, ווייל אינאיינעם מיט שיבת ציון קערט זיך אום דער רוח הקודש צום אידישן פאלק.

שאי עיניך מרחוק, זע ווי אידן זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט, צעשפרייטע מינאריטעטן פון אלע ווינקלען, און האבן געשאפן א פאראייניגטע מערהייט אין דעם לאנד וואו זיי זענען געווען די מערהייט מיט צוויי טויזנט יאר צוריק. כולם נקבצו באו לך, אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געזען אפילו בזמן בית שני. ווען מיר זעען ווי קליינע קינדער לויפן ארום אויף די גאסן פון ירושלים, ווי די בערג פון יהודה זענען ווידער אנגעפילט מיט אידישע פעלדער און וויינגערטנער, איז דא א אידיש אויג וואס קען בלייבן טרוקן? דאס הארץ פלאצט פון פרייד, און מיר זאלן נישט זינגען שירה?

קומט מיט מיר, ווער ס'קען, און לאמיר אינאיינעם זאגן הלל. מיט א הייליגן ציטער, מיט ברענענדיגע ליפן, לאמיר אנהייבן די ברכה, און דאנקען דעם באשעפער אויף דער אומגלויבליכער אנטוויקלונג וואס מיר האבן דערלעבט. מיט דעם וועלן מיר אויסדרוקן אונזער דאנק נישט בלויז אויף דעם שטיקל ערד, אויף דער טיילווייזער נחמה פון ציון, נאר אויך אויף דעם וואס מיר וואקסן אריין אין א דור וואו אידישקייט באקומט צוריק אירע אמאליגע פליגלעך, איר אמאליגע נשמה, און מיר קענען ווידעראמאל שפינען אונזער שנור פון די ימי התנ"ך.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:06 pm#269149
אפשר איז ליבערשט אז מיר זאל אויסווארטען אויף משיח צדקינו? איך רעדט נישט פון קיין רוחניותדיגע גאולה נאר דייקא פון א גשמיותדיגע, דער באשעפער האט אונז צוגעזאגט צו שיקן משיח, און לויט ווי דער רמב''ם שרייבט אין הלכות מלכים, גייט זיך דאן באנייען דער אידישער מלוכה, אזוי עס איז געווען בימי התנ''ך, דער אידישער מלך וועט באהערשען דער גאנצער וועלט, און די גוים נישט דער מערב וועלט און נישט די אראבער, וועלן קענען זאגון א פיפס קעגן די רעכטן פון אידישע קינדער אין ארץ ישראל, מען וועט נישט דארפן ציטערן אז איראן קען יעדע ליאדע רגע אפווישען אינזער הייליג באליבט לאנד פון די מאפע, אדער אז א פארשאלטענער אראבער זאל זיך אויפרייסן אין שיק מחנה יהודה... און חרדים וועלן נישט דארפן דינען אינעם ציוניסטישען מיליטער, נאר אינעם מיליטער פינעם מלך ישראל. איז דען נישט בעסער אזוי? ביטע... לאמיר נאך א ביסל צוווארטען דער אייבישטער איז גוט פאר זיין ווארט, אז ער האט געזאגט אז ער וועט שיקן משיח, לאמיר אים געבן א טשענס... לאמיר נאך א קליין ביסל צוווארטען, בסדר?
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:11 pm#269152
m http://jpupdates.com/2015/04/21/israel- ... countries/ m

אנצוקומען צו די ריכטיגע ציפער דארפסטו אראפרעכענען די חרדים און די אראבער (קריסטן און מוסלעמענער).


איין אינטערעסאנטע פאקט, נישט דווקא נוגע אהער.
The data shows that young people (aged 34 or less) tend to be more religious than the older age groups;
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:18 pm#269154
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
ישראל צו וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צו די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:26 pm#269159
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ישראל צי וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צי די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,

ריכטיג, אבער פון פלאוויוס' ראזע טאן קען זיך דאכטן אז מען רעדט פון א לאנד וואו רעליגיע איז אויפן אויבנאן.
ווען מען מאכט יא א פונקטליכע חשבון דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז רוב רעליגיעזע מזרח אייראפעאישע אידן זענען געגאנגען קיין ארץ ישראל 1945-1950, און אז די אראבישע אידן זענען געווען פיל פיל מער רעליגיעז ווי זייער אייראפעאישע ברודער.

רעליגיעזע אידן זענען געגאנגען קיין ארץ ישראל, און די פרייערע זענען געגאנגען מאכן א לעבן אין אמעריקע (די וואס זענען שוין געווען אין אמעריקע פאר 1945 האבן אינוועסטירט זייער גאנצע אידישקייט און חינוך אין ציוניזם), שפעטער מיט די צפון אפריקאנער אידן ס'זעלבע מעשה, די רעליגיעזע זענען געפארן קיין ארץ ישראל און די שוואכערע קיין פראנקרייך, אמעריקע און קאנאדע.

די פראגע איז, מיט א רעליעזערע אימיגראנט געמיינדע וויאזוי האט מדנ"י אפגעשניטן.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:36 pm#269162
דברים יקרים דברים מתוקים מדבש.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:38 pm#269163
איך האב פארשטאנען פון פלאוויוס, אז ער האט געזעהן א בילד, קען טאקע זיין אז עס איז נישט געווען דארט צו סאך רעליגיעזע אידן, אבער דער געדאנק אז אידן קומען זיך צוזאם לויבן דעם באשעפער פאר א גאולה (עכ''פ אין זייערע אויגן) מיט אזא אויסטעלישע שמחה, האט אים בארירט.
דעריבער האט ער געשריבען זיין געפיל אז ווען גאנץ כלל ישראל נעמט זיך צוזאם און מען גייט ארויף אויף ארץ ישראל, און דאס אידישע מליכה און דער אידישער קולטור אין א רעליגיעזער שטאנפוקט ווערן באנייט ווי עס איז געווען בזמן שבית המקדש היה קיים, ווי הערליך אין עמאציאנאל וואלט ווען געווען דער בילד? בלויז דער דמיון ווי גאנץ כללישראל נעמט זיך צוזאם פראווען א חג הגאולה מאכט דאס הארטץ אויסגיין פאר בענקעניש...
אזוי האב איך פון אים פארשטאנען, אבער ער וויל שוין ממש איצט... זיין בענקעניש איז אזוי אויסטערליש אז ער קען זיך קוים ערווארטען אויף משיח'ס אנקום.... האב אים אים געזאגט: אז כדי זיין דמיון זאל צושטאנד קומען בשלימות, וואס איז נישט שייך בעפארס משיח'ס אנקום, דעריבער לאמיר ווארטן אויף משיח, און דאן און בלויז דאן, ווען זיין דמיון צושטאנד קומען ביתר שאת ויתר עוז......
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:44 pm#269165
ישראל קאפקע, די פראגע איז וואס מ'באטראכט אלס רעליגיע. אפילו אויב הלכה אין פראקטיק דאמינירט נישט דעם אויבנאן, קען מען זאגן אז אין טעאריע יא. דער טראדיציאנאליזם אין ארץ ישראל (אויפ'ן ארטאדאקסישן שטייגער) נעמט צוביסלעך איבער די אלגעמיינע ארענע, אויף אן אופן וואס איז אינגאנצן פרעמד אין דער מערב וועלט (נישט בלויז צווישן אידן). ס'איז אמת אז דאס איז א השפעה פון די עדות המזרח, אבער יעדנפאלס איז דאס דער מציאות.

דערנאך איז וויכטיג צו באמערקן אז אפילו די הלכה'דיגע אידישקייט גייט אריבער שטארקע שינויים אין ארץ ישראל (נישט נאר אין פארעם פון דער תשובה באוועגונג, נאר אויך אין פארעם פונעם רעליגיעז-נאציאנאלן לאגער - איך מיין נישט זייער פאליטישן בליק, נאר זייער רעליגיעזן כאראקטער). ס'איז א מין אידישקייט וואס איז פיל מער פארבינדן צו דער רעאליטעט און איז אינטים אריינגעוואקסן אין דער תורה. כ'מיין אז מ'וואלט זיך נישט געקענט חלומ'ען אזוינס אין אייראפע.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:05 pm#269175
איך ליין און וויין.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:08 pm#269176
מאטי, איך האב געפילט דאס זעלבע בשעת'ן שרייבן.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:12 pm#269180
טייערער פלאויוס; פון דיינע הייליגע ווערטער זעהט מען אז ס'איז יא דא אן אויפוואכונג פון די אידישע גייסט, פון דער אור-אלטער קוואל פליסט ווידער, רוח הקודש קערט זיך אום! מכנף הארץ זמירות שמענו.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:25 pm#269192
פלאוויוס שפתים ישק!!
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:40 pm#269203
@פלאוויוס, האסט מיר געברענגט טרערען אין די אויגען, אזא מין בענקשאפט קיין ציון וערי יהודה, גיסט זיך פון דיין הארץ, אז מיינע יידישע געפילען זענען וידער ערשיטערט געווארען, די האסט אראפגעמאלען מיינע מחשבות אין זיי אויסגעקרוצט מיט גאלדענע אותיות, אין הלואי זאלען מיר שוין בקרוב האבן דעם שכל צו ארויסגיין בכוחות עצמינו פון דעם גלות הארורה אין זיך זעהן בקרוב בערי יהודה ובירושלים הבנוייה.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:50 pm#269210
איך האב אמאל געהערט פון געראלד שראודער בשם א אטעאיסט א גרויסע פיזיקער, אז אלע ווינדער פון די חכמת הטבע האט אים נישט בארירט, 'but there is something spooky about the return of the people of isreal to the land of isreal'
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:51 pm#269212
א הארץ וואס בענקט
א מח וואס געדענקט
די שיינקייט פון אונזער הייליג לאנד.

א בילד טוט זיך שפינען
און טרערן טוען רינען
ווען וועט אפגעטון ווערן אונזער שאנד.

פון שפאניע ביז וויניציע
גירושים און אינקוויזיציע
און א אידישע לאטע אויפן ארעמבאנד.

די אויגן ווערן נאסער
א קוואל פון וואסער
ווען וועט זיך טוישן אונזער צושטאנד.

מיט ATUB @פלאוויוס ATUB 'ן מיטגעפילט
די סצענע אזוי שיין אפגעשפילט
מיר קענען קוים דערגיין מיט אונזער פארשטאנד.

א פייגל שעפשעט שטיל
מיר קומען אן צום ציל
מיט אזעלכע סצענעס וועלן מיר גיין העכער נאכאנאנד.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:03 pm#269215
פרייטאג אפריל 24, 2015 12:17 am#269257
פלאוויוס דראפסט זיך נישט שעמען צו זאגן אז דו האסט געהעריג מיט געהאלטן, עס דערמאנט מיר פון די וואס הערן ראדיו אויפן באס..., און עס איז טאקע א מחזה הוד צו זעהן ווי די תינוקות שנשבו, די צווייגן וואס זענען נאך קוים עפעס באהאפטן צום בוים, זענען פארט נישט אינגאנצן אפגעריסן און ווען זיי זוכן צו לויבן איינעם איז עס פארט קוב"ה, און דורך די קאפיטלעך תהילים וואס אונזער קעניג און פאעט דוד האט פארפאסט קלאמערנדיג זיך צו גאט אין זיינע שווערסטע מינוטן, און השי"ת זאל טאקע העלפן אז משיח זאל שוין שנעל קומען נאך פאר אונז וועלן אליין ארויס פון די גלות הארורה און ער זאל אונז צוזאמענעמען אזוי אז אונז זאלן אלע אינאיינעם קומען און קיינער זאל נישט פעלן בב"א.

נ.ב. נישט זאגן הלל איז נישט ווייל אין אנו בקיאים און מיר האבן נישט די כוחות, נאר פשוט ווייל עס איז געווען עפעס א ישועה ארום גענומען מיט פיל טראגעדיעס רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגלייך.
פרייטאג אפריל 24, 2015 12:46 am#269268
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
הערליך, פלאוויוס, הערליך. שיבת ציון איז שוין געשען, אפילו אויב נאר דער רוב און נאכנישט אלע אידן האבן זיך אומגעקערט. דער עיקר איז אז די נבואות ווערן פארווירקליכט אין אונזערע צייטן. דאס איבעריגע וועט נאכקומען.
פרייטאג אפריל 24, 2015 3:03 am#269295
ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ישראל צי וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צי די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,

ריכטיג, אבער פון פלאוויוס' ראזע טאן קען זיך דאכטן אז מען רעדט פון א לאנד וואו רעליגיע איז אויפן אויבנאן.

יא, וואספארא שאד טאקע אז די מערסט רעליגיעזע פראקציעס פון כלל ישראל האבן זיך אנטזאגט פון אנטיילצונעמען אין שיבת ציון אין דער ריכטיגער צייט, און האט אנשטאט דעם בלויז זיך משתתף געווען ווען עס איז שוין געווען לאחר המעשה, ווען מען האט שוין ווייניג געקענט אויפטון און האבן א השפעה אויף דער אידישקייט פון דער אידישער מדינה. דער אומרעליגיעזיטעט פון מדינת ישראל, אויף ווי ווייט ס'איז שייך, איז צום פארדאנקען דער פאקט וואס דער רעליגיעזער עלעמענט אין כלל ישראל האט פארלוירן דער קוואל פון זייער רעליגיע, און האבן זיך צוגעשטאפט די אויערן און די אויגן צו דעם וויי געשריי פון דאס אידישער פאלק אין אייראפע, ווארטנדיג ביז מען האט זיי פארגאזט צום טויט כדי ארויפצוגיין פון דעם בלוט דורכגעווייקטן אייראפעער ערד צום ארץ אשר נחלו אבותינו.
אויב וועט נאך דאס אידישע פאלק זיך פולקאם צוריקקערן צו איר אפשטאם, ווי עס האט שוין טיילווייז געטון, וועט דאס בלויז זיין א דאנק אזעלכע וויזיאנערן ווי הרב קוק וועלכע האבן פאראויסגעזען:
גם מתוך החול יגלה הקדש, וגם מתוך החופש הפרוץ יבא העול האהוב. עבותות זהב ישתרגו ויעלו גם מתוך השירה החפשנית. ותשובה מזהירה תצא גם מתוך הספרות החיצונית. זאת תהיה הפליאה העליונה של חזון הגאולה. יגמל זה הציץ, יפרח הפרח, יבושל הפרי, וידע העולם כולו, כי רוח הקדש מדבר בכנסת ישראל בכל תנועות רוחה, וסוף הכל הוא לתשובה המביאה רפואה וגאולה לעולם.
פרייטאג אפריל 24, 2015 11:13 am#269352
גוט געזאגט יאיר. די ווערטער פון הרב קוק זענען אפט מאל אזוי חידוש'דיג און אינטערעסאנט, אז זיי צווינגען אונז צו טראכטן טיפער פונעם אויבערפלאך און טאקע דערקענען נייע וועלטן אין אידישקייט. ס'גייט מיר נאכנישט אריין אין קאפ וויאזוי ס'איז ארויסגעוואקסן פון דער געווענליכער בורזשואזער אידישקייט אזא ריז. (ווייזט אויס, דאס איז דער כח פון ארץ ישראל!)

ATUB @שש משזר ATUB , בארייכער אונז מער פון דיין פאעזיע. זייער שיין.
פרייטאג אפריל 24, 2015 11:18 am#269353
האט איר שוין געזאגט הלל מיט א ברכה? אדער אן א ברכה
הרב קוק איז צוריק ביי אידיש רעדנדע מענטשן
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:10 pm#269392
פלאוויוס האט געשריבן:שש משזר, בארייכער אונז מער פון דיין פאעזיע. זייער שיין.

ר' ATUB @פלאוויוס ATUB ,

איך קען שרייבן און שרייבן
און ס'וועט כסדר איבערבלייבן
נאך נושאים אויסצורייבן
איך ווייס נישט וואס אויסצוקלייבן
און וואס וועלן אנדערע פארטרייבן
איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן
טו מיר בנאמנות גלייבן...
זונטאג אפריל 26, 2015 9:10 pm#269869
איש את רעהו האט געשריבן:האט איר שוין געזאגט הלל מיט א ברכה? אדער אן א ברכה
הרב קוק איז צוריק ביי אידיש רעדנדע מענטשן

יא יא, מ'האט שוין פאר אסאך יאר געלאכט אז ווער קוק'ט נאך היינט, ס'איז גארנישט געבליבן פון אים.
אבער דער אידישער היסטאריע איז א לאנגער. מ'קען נישט מעסטן אין אפאר יאר. הרב קוק זצ''ל פלעגט זיך אויסדרוקן '' אלוקי ההיסטוריה ''.
אין דע לאנג ראן וועט ער נאך האבן א שענערע פנים ווי זיינע מתנגדים, נישט נאר אין די אלגעמיינע חרדי'שע וועלט, נאר אפילו ביי די וואס רעדן אידיש.
זונטאג אפריל 26, 2015 11:47 pm#269918
@מפוזרי עס איז זייער אינטערעסאנט וואס איר מערקט אן, איך פרוביר זיך צו דערמאנען צו עס איז שוין געווען אין די היסטוריה א גענצליך פארגעסענע גדול און שיטה וואס זאל צוריק אויפלעבן, אדרבה אפשר צייגט איר אן,
אין דע לאנג ראן וועט ער נאך האבן א שענערע פנים ווי זיינע מתנגדים,
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:22 am#269931
עמעזאן האט געשריבן:@מפוזרי עס איז זייער אינטערעסאנט וואס איר מערקט אן, איך פרוביר זיך צו דערמאנען צו עס איז שוין געווען אין די היסטוריה א גענצליך פארגעסענע גדול און שיטה וואס זאל צוריק אויפלעבן, אדרבה אפשר צייגט איר אן,
אין דע לאנג ראן וועט ער נאך האבן א שענערע פנים ווי זיינע מתנגדים,

אויף א קלענער פארמאט, איז לעצטנס צוריק מקודש געווארן דער גאון ומקובל, הוזה והזוי, משיח שקר ונביא ה', ר' אברהם אבולעפיה הנקרא הרוא"ה, וואס איז געווען זייער א קאנטראווערסיעלע פיגור אין די צייטן פונעם רשב"א, וואס איז ארויס אנטקעגן אים בחרב ובחנית, און איז געווארן ללעג ולקלס ונפקד מבין גדולי הדורות.

אבער לעצטענס זענען פארהאנען מענטשן וואס מאכן א ריקאווערי אויף אים, און ס'איז שוין אפילו דא א מכון וואס געבט זיך אפ איבערצודריקן זיינע ספרים און מצדיק זיין את הצדיק לשיטתם. אויב ס'וועט זיין א נאכפראגע, עמיר אפשר מרחיב זיין את הדיבור אויף אים.

---------------
אזוי אויך איז מיטן ספר חמדת הימים, וואס לעצטנס איז ער שוין נתקבל געווארן כמעט בכל תפוצות ישראל, נאכן הייסן א שבתי צבי'ניק פאר אפאר הונדערט יאר.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:29 am#269936
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
ר״א אבולעפיא איז דאך שוין רח״ו מעתיק פון עם , און די שם הגדולים ברענגט דאך פון עפעס א גדול א׳ וואס האט עלערנט זיינע ספרים ,און חמדת הימים איז דאך אויך נישט עפעס אזא דבר מוסכם.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:44 am#269946
@שש משזר איך רעדט נישט פון דעם אז עס קען זיין ער וועט צוריק כשר ווערן כדוגמת דוגמתך דאס קאן זיין, איך רעדט פון דעם וואס ער זאגט
אין דע לאנג ראן וועט ער נאך האבן א שענערע פנים ווי זיינע מתנגדים,

דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל און בפרט שיטתו,
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:01 am#269952
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ר״א אבולעפיא איז דאך שוין רח״ו מעתיק פון עם , און די שם הגדולים ברענגט דאך פון עפעס א גדול א׳ וואס האט עלערנט זיינע ספרים ,און חמדת הימים איז דאך אויך נישט עפעס אזא דבר מוסכם.

ידעתי בני ידעתי, אבער ער איז פארט געווען אן אויסגעשפיגענער, און לעצטנס ווערט ער א העלד.
דאס זעלביגע איז מיטן חמדת הימים, וואס די לעצטע פאר יאר זענען אפירגעקומען חוקרים מיט מכונים וואס האבן זיך גענומען מכשיר זיין דעם ספר, און היינט צוטאגס קען מען דאס טרעפן אין אסאך אסאך פלעצער וואו ס'איז געווען א לא יזכר ולא יפקד פאר 20 יאר צוריק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:04 am#269955
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
דאס אז עס איז דא א מכון מיט אקאדעמיקער וואס זענען עוסק בספריו לשם חכמה מאכט אים נאכנישט אקצעפטירט, למעשה ביים ציבור ווייסט קיינער נישט פון אים,
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:11 am#269960
יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
שש משזר האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ר״א אבולעפיא איז דאך שוין רח״ו מעתיק פון עם , און די שם הגדולים ברענגט דאך פון עפעס א גדול א׳ וואס האט עלערנט זיינע ספרים ,און חמדת הימים איז דאך אויך נישט עפעס אזא דבר מוסכם.

ידעתי בני ידעתי, אבער ער איז פארט געווען אן אויסגעשפיגענער, און לעצטנס ווערט ער א העלד.
דאס זעלביגע איז מיטן חמדת הימים, וואס די לעצטע פאר יאר זענען אפירגעקומען חוקרים מיט מכונים וואס האבן זיך גענומען מכשיר זיין דעם ספר, און היינט צוטאגס קען מען דאס טרעפן אין אסאך אסאך פלעצער וואו ס'איז געווען א לא יזכר ולא יפקד פאר 20 יאר צוריק.

ר׳ משה חיים לצאטו זי״ע איז אויך בשעתו געווען אן אויסגעשפיגנע , און כשטעל זיך פאר נישט דורך קטלא קניא באגמא׳ס , צריכים לחתור להאמת.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:31 am#269968
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
כהאב יעצט געליינט פון אנהייב כהא נישט געכאפט אז די נושא איז צרוקברענגען א פארגעסענע גדול איימסארי, אגב דער פותח האשכול קען מיר איינער זאגן וואס פונקלעך ער וויל ,כנראה שהשיאהו כנפי דמיונו אל עולם שאינו ,ווער פונקליך דארף מאכן תקנות , ווער פונקליך דארף זיין די נייע סנהדרין? ר׳ י״ט ווייס , די אייבישטער זאל אונז שומר ומציל זיין פון א סנהדרין חדשה אדער פון יעדע ערנסטע שנויים וואס זאל ווערן געמאכט דורך די היינטיגע קליינע מוחות , אבער אין פרינציפ איז מיין הרגשה אויך אזוי אז עפעס א עלי׳ איז געווען פאר כנסת ישראל ברוחניות , נישט בחינם האט בעלזער רב ז״ל געזאגט אז פאר די האנט איז עס א שטיק ישועה פאר יודן וואס כגלייב נישט ער האט געמיינט די טעכנישע חלק , אבער פון דארט ביז מסקנות למעשה הדרך רחוק , און למעשה דארפן מיר לעבן מיטן מציעס אז נחלש שכלנו ומוחנו מאד מטרדת הזמן , און מיר קענען נאר נאכגיין בעקבי הצאן, עד שירחם ה׳ על שאריתו וישלח לנו משיחו ויגאלנו בב״א
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:41 am#269972
גראדעמעכעלע האט געשריבן:דאס אז עס איז דא א מכון מיט אקאדעמיקער וואס זענען עוסק בספריו לשם חכמה מאכט אים נאכנישט אקצעפטירט, למעשה ביים ציבור ווייסט קיינער נישט פון אים,

ניין, סארי, מ'רעדט פון יראים ושלימים, נישט קיין אקאדעמיקער. נאר די יראים האבן חוקר געווען די נושא און דערפאר קענען זיי מאכן א ריקאווערי פארן גדול.
עי' בהקדמה, ובהסכמות, לספר חמדת הימים הנדפס מחדש, ותיווכח.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:51 am#269979
ברענג צו, ביטע.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:32 am#270055
יא, ר' אברהם אבולעפיה איז דער בעסטער דוגמא פון איינער וואס איז שוין טאקע געווען אויסגעמעקט און דאך האט ער געהאט א קאמבעק.
ס'טאקע היינט אויך נישט קיין נחלת הכלל, אבער ס'נישטא קיין שום פלאץ ווי מ'וועט נישט לייגן זיינע ספרים ביותרת הכבוד צוזאמען מיט אלע הייליגע ספרים.
דער רשב''א איז ארויס קעגן אים אויף א פרעצעדענטלאזער אופן, ווי מ'קען נאך היינט זען בתשובותיו בארוכה, און ער האט אים טאקע אינגאנצן אויסגעמעקט. אפילו זיינע ביז דעמאלסדיגער תלמידים האבן זיך נישט געוואגט צו אידענדיציפירן מיט אים, און אז זיי האבן דערמאנט זיינע שיטות בספריהם איז עס געווען בהסתרה שבתוך ההבלעה.
אבער דער וואס האט אים צוריק מכשיר געווען לבא בקהל איז נישט געווען עפעס א היינטיגער, נאר דער סאמע גרעסטע אויטאריטעט אין קבלה. דאס וואס מהרח''ו ברענגט אים, צייגט נישט אז ס'איז נישט געווען אפגעפרעגט, נאר פארקערט, דאס איז שוין דער קאמבעק. ס'געקומען נאך הונדערטער יארן פון זיין אויסגעשפיגן און מוקצה מחמת מיאוס. עד כדי כך אז מ'האט מורא געהאט צו דרוקן דעם חלק פון שערי קדושה מתוך פחד אז ס'וועט שלעכט אפשפיגלען אויף מהרח''ו.
דער ערשטער וואס דערמאנט אים בדפוס איז טאקע דער חיד''א און דאס אויך אביסל ברמיזה, אין שם הגדולים מערכת ספרים (נישט מערכת גדולים) ברענגט ער זיין ספר שערי גן עדן און ער לייגט צו: '' ודע שהרשב''א מגנהו כאחד הריקים ויותר מזה, אך ראיתי אחד קדוש מדבר שאחר דבריו לא ישנו ותושע לו ימינו ''.
אבער ס'דא נאך דוגמאות, מ'האט שוין דערמאנט רמח''ל, ברסלב וואס איז פאר איבער הונדערט יאר געווען א קליינע אויסגעשפיגענער סעקטע אין זייער אייגן היימארט, ללעג ולקלס ביים גאנצן רוסישען עולם החסידי, ביז ס'האט זיך אויסגעשפרייט אין אנדערע לענדער. און היינט נעמט עס שוין באלד איבער די וועלט.
איך וויל נאך דערמאנען א גדול אחד בדורנו, דער בעל משנת שכיר וואס איז געווען פון די שענסטע רבנים אין אונגארן און נאכ'ן קריג איז ער געווען בבל יראה ובבל ימצא ביים היימישען ציבור, זיינע אייגענע איינעקלעך האבן זיך געשעמט, און זיך נאר געגרויסט מיט אים בחדר לפנים מחדר. און היינט האלט מען אין איין איבערדרוקן זיינע ספרים און ס'איז מיבדרא בבי מדרשא, ושבחייהו לא פסיק מפומיה דגדולי הדור.
מאנטאג אפריל 27, 2015 7:39 pm#270191
מפוזרי האט געשריבן:איך וויל נאך דערמאנען א גדול אחד בדורנו, דער בעל משנת שכיר וואס איז געווען פון די שענסטע רבנים אין אונגארן און נאכ'ן קריג איז ער געווען בבל יראה ובבל ימצא ביים היימישען ציבור, זיינע אייגענע איינעקלעך האבן זיך געשעמט, און זיך נאר געגרויסט מיט אים בחדר לפנים מחדר. און היינט האלט מען אין איין איבערדרוקן זיינע ספרים און ס'איז מיבדרא בבי מדרשא, ושבחייהו לא פסיק מפומיה דגדולי הדור.

ווען דו דערמאנסט דעם משנת שכיר, קומסטו שוין צוריק צום אנהייב פון דעם ענין. אז הרב קוק וואס איז געווען פסול, הייבט אן צוריק אנגענומען צו ווערן במחנינו. און כאטש לא הרי הרב קוק כהמשנה שכיר, נישט אין די טענות קעגן זיי, און נישט בנוגע זייערע כשרונות, אבער שניהם ממקור אחד יצאו, אז מ'האט זיי פאר'טרפה'ט וועגן זייערע שיטות איבער'ן רעיון הציוני.
דינסטאג אפריל 28, 2015 7:58 pm#270683
איה''נ, און טאקע דערפאר האב איך עס צוגעברענגט.
מערקווירדיק איז עס מיט צוויי פונקטן, 1) אז ער איז שוין צוריק כשר אפילו אין קנאישע קרייזן, זיינע בראנדסדארפער איינעקלעך שטאלצירן שוין היינט מיט אים אין גרויסן. 2) אז ער איז שוין אנגעקומען צו דער מאקסימאלער פלאץ וואס ס'קומט זיך אים טאקע, אזוי ווי א מנחת יצחק פאררעכנט מען אים שוין און קיין אגרות משה איז ער טאקע נישט.
לגבי הרב קוק האלט מען נאך נישט דארט.
וואס מ'דארף באטאנען ביי הרב קוק איז, אז קיין געווענליכער גדול איז ער נישט געווען. אויב ווארפט מען אוועק די לעז פון מינות בלייבט ער ממילא א חד בדרא.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:15 pm#270692
מפוזרי האט געשריבן: וואס מ'דארף באטאנען ביי הרב קוק איז, אז קיין געווענליכער גדול איז ער נישט געווען. אויב ווארפט מען אוועק די לעז פון מינות בלייבט ער ממילא א חד בדרא.

ואני אומר, אז אפילו מען ווארפט נישט אוועק די לעז פון מינות, בלייבט ער נאך אלס א חד בדרא...
ער איז בין כך ובין כך א חד בדרא מיט זיין גאנצער פארשטעלונג.

אגב, א חד בדרא אין וואס? ס'געווען גרעסערע בעלי השפעה ווי אים, גרעסערע בעלי מקובלים ווי אים, און גרעסערע תלמידי חכמים ווי אים. ער איז אפשר געווען א חד בדרא אין... זיינע געדאנקען וואס אויף דעם איז דא דער אזויגערופענער 'לעז פון מינות'.
אפשר איז זיין 'חד בדרא'דיגע כח געווען אין שלימות, אין כח מאחד צו זיין אזויפיל נקודות אין זיך. דאס איז ענדערש ראוי צום טיטל 'איש האשכולות', טאקע וויאזוי דער אמרי אמת האט זיך אויסגעדריקט אויף אים כנודע ממכתבו.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:56 pm#270708
אוודאי, אין די געדאנקען, פון דאס רעדט מען דאך. פון דער טיפער בליק און דער ברייטער פערספעקטיוו און בעיקר די הייליגע הרגשים וואס זענען געווען מחובר צום שורש כללות נפש האומה.
מיט אוועקווארפן דעם לעז מינות האב איך טאקע דאס געמיינט, אז מ'וועט אויפהערן אנצורופן די מים חיים הנובעים מגן עדן; מים המאררים.
דאנערשטאג מאי 12, 2016 11:12 pm#332861
Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק
גוט יום טוב אלע אידן.
מאנטאג יוני 03, 2019 4:34 pm#431529
יום ירושלים אין ירושלים עיר הקודש
א גוט יום טוב טייערע אידן, יעצט אז די מנגל איז שוין פארלאשן, און מען האט זיך שוין אויסגעניכטערט פון די יין הרקח, וועל איך זיך נעמן די מיה צו ביישרייבן מיינע געפילען פון דעם הייליגן טאג יום ירושלים וואס איז נארוואס אריבער אויף כלל ישראל.

מעריב ליל יום טוב האט מען געדאווענט אין די חורבה שול, צווישן קבלת יום טוב און מעריב האט גערעדט הרב שלמה אבינר שליט"א בענינא דיומא, ער האט משלב געווען אלע אירועים וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל דעם טאג.

אין די טאג איז הרב קוק זצ"ל ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. עס איז אויך די יארצייט פון שמואל הנביא, וואס ער האט אויפגעשטעלט מלכות ישראל, מיטען זאלבן די ערשטע צוויי קעניגען ביי כלל ישראל. (הערת המעתיק; די נבואה אז ירושלים איז די מקום אשר בחר ה` איז אויך פון שמואל) און נאכדעם האט ער געזאגט אז מלחמת עמלק איז אויך געווען כח אייר, וואס דאס איז די ענין פון מלחמה לה` בעמלק מדור דור, אז די שונאי ישראל זוכען כסדר אונטערצוברענגען דאס אידישע פאלק עס גייט זיי אבער נישט.
המשך יבוא אי"ה
מאנטאג יוני 03, 2019 4:48 pm#431530
אגרות צפון האט געשריבן:א גוט יום טוב טייערע אידן, יעצט אז די מנגל איז שוין פארלאשן, און מען האט זיך שוין אויסגעניכטערט פון די יין הרקח, וועל איך זיך נעמן די מיה צו ביישרייבן מיינע געפילען פון דעם הייליגן טאג יום ירושלים וואס איז נארוואס אריבער אויף כלל ישראל.

מעריב ליל יום טוב האט מען געדאווענט אין די חורבה שול, צווישן קבלת יום טוב און מעריב האט גערעדט הרב שלמה אבינר שליט"א בענינא דיומא, ער האט משלב געווען אלע אירועים וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל דעם טאג.

אין די טאג איז הרב קוק זצ"ל ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. עס איז אויך די יארצייט פון שמואל הנביא, וואס ער האט אויפגעשטעלט מלכות ישראל, מיטען זאלבן די ערשטע צוויי קעניגען ביי כלל ישראל. (הערת המעתיק; די נבואה אז ירושלים איז די מקום אשר בחר ה` איז אויך פון שמואל) און נאכדעם האט ער געזאגט אז מלחמת עמלק איז אויך געווען כח אייר, וואס דאס איז די ענין פון מלחמה לה` בעמלק מדור דור, אז די שונאי ישראל זוכען כסדר אונטערצוברענגען דאס אידישע פאלק עס גייט זיי אבער נישט.
המשך יבוא אי"ה


כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג איבער אייערע הייליגע געפולן איבערן גרויסן טאג - דער טאג וואס די מסרחי צייכנט אפ די געשענענישן פון יאר תשכ''ז - ווען דער קאמאנדיר פון די צה''ל קרעפטן גענעראל משה שתום העין דיין ז''ל מיט זיינע טרופן האבן געשטורעמט דעם הר הבית און צוריק איינגענומען דעם כותל פון די טמא'נע אראבער. הכותל בידינו... דער ערהארבן בילד ווי דער האלב-בלינדער דיין אין די באגלייטנג פונעם כהן משיח מלחמה הרב שלמה גאראנטשיק ע''ה מיט א ספר תורה אין די רעכטע האנט און א לאנגע געדרייטע שויפר אין די לינקע האנט ברענגט ארויף נאסטארלאגיע... צפון בריוועלע ברענגט אונז עפעס מער פון די נאסטאלאגיע.....
דינסטאג יוני 04, 2019 12:17 am#431555
אגרות צפון האט געשריבן:א גוט יום טוב טייערע אידן, יעצט אז די מנגל איז שוין פארלאשן, און מען האט זיך שוין אויסגעניכטערט פון די יין הרקח, וועל איך זיך נעמן די מיה צו ביישרייבן מיינע געפילען פון דעם הייליגן טאג יום ירושלים וואס איז נארוואס אריבער אויף כלל ישראל.

מעריב ליל יום טוב האט מען געדאווענט אין די חורבה שול, צווישן קבלת יום טוב און מעריב האט גערעדט הרב שלמה אבינר שליט"א בענינא דיומא, ער האט משלב געווען אלע אירועים וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל דעם טאג.

אין די טאג איז הרב קוק זצ"ל ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. עס איז אויך די יארצייט פון שמואל הנביא, וואס ער האט אויפגעשטעלט מלכות ישראל, מיטען זאלבן די ערשטע צוויי קעניגען ביי כלל ישראל. (הערת המעתיק; די נבואה אז ירושלים איז די מקום אשר בחר ה` איז אויך פון שמואל) און נאכדעם האט ער געזאגט אז מלחמת עמלק איז אויך געווען כח אייר, וואס דאס איז די ענין פון מלחמה לה` בעמלק מדור דור, אז די שונאי ישראל זוכען כסדר אונטערצוברענגען דאס אידישע פאלק עס גייט זיי אבער נישט.
המשך יבוא אי"ה

נאך אזא גרויסע טאג גייסטי נאך שרייבן א באריכט אויף די אלטמאדישע שפראך? וואס טיט זיך מיט דיר?
עברית, בבקשה
דינסטאג יוני 04, 2019 4:42 am#431570
מאוד רציתי להגיב בשפת האם של עמינו, אבל נראה לי שהפורום הזה מיוחד לדוברי גרמנית יהודית, אז אני צריך להגיב בשפה הזו כדי שכולם יבינו.
דינסטאג יוני 04, 2019 10:13 am#431578
לאמיר עטוואס פראבירן ארויסצוהעלפן הער צפון בריוועלע - מיטן ארויסגעבן זיינע געהויבענע געפילן, וואס ער האט אנגעבליך דורכגעלעבט דעם פארגאנגענעם מסרחי חאגע.

אט האט איר א געזאנג וועלכע איז פארפאסט געווארן דורך די בארימטע דיכטערן נעמי שמר - אין וועלכע זי גיסט אויס אירע שטורעמישע געפילן - אין יענע טעג ווען ס'איז געלונגען פאר די ציונים צו דעראבערן אלט שטאט ירושלים...
דער דיכט אינהאלט אין זיך געקליבענע ווערטער פונעם לעגאנדארן געטליכער דיכטער רבינו יהודה הלוי, פון זיין הייליגע פאזיע ציון הלא תשאלו, ווי ער גיסט אויס מיט א געזאנג פון געוויין זיין פארקלעמט הארץ צום הייליגען באשעפער, איבער דאס פארניכטונג פון ירושלים אינעם בית המקדש, און איבער דעם וואס די שכינה הק' איז פארטריבן געווארן פון איר הייליג ארט צווישן די פייגלעך אויפן היילגען קאסטן אין גלות אריין, צוליב אונזערע זינד.

דער דיכט איז באזירט אויף די געשיכטע פון די תנא רבי עקיבא, וואס איז צוליב זיין ארעמקייט געווען געצווינגן צו שלאפן אויף פאלנע שטרוי, אינאיינעם מיט זיין ווייב - די געפעשעוועטע טאכטער פונעם דעם לעגענדארן ירושלימער פילאנטראפ הער כלבא שבוע ז''ל. יעדען טאג באזונדער האט דער הייליגער רבי עקיבא זיך אפגעגעבן מיטן ארויסקלויבן די שטרוי פון די האר פון זיין געטרייער ווייב. רבי עקיבא האט איר נאכאנאנד פארשפראכן אז אויב ער וועט אמאל ווערן פארמעגליך וועט ער איר קויפן א גאלדענעם קרוין אריינגעקריצט די הייליגע שטאט ירושלים...


ירושלים פון גאלד, פון קופער און פון פייער, אוי... פאר אלע דיינע דיכטער, בין איך א פידל...

בערג-לופט לויטער ווי וויין, און די גרוך פון סאָסנע ביימער טראגט זיך מיט די אווענט ווינטן, מיט די קויל פון גלאָקן.
אין די דרימל פון בוים און שטיין, א געפאנגענע אין איר טרוים, די שטאט וואס זיצט עלענד אליין, מיט א ברויזענדע הארץ.

ירושלים פון גאלד...

ווי אזוי זענען אויסגעטריקנט געווארן די גרובער וואסער? דער מארק-קוואדראט איז פוסט און לעהר, און קיינער באזוכט נישט דעם הר הבית, אינעם אלט שטאט.
אין די היילן וואס זענען אין די פעלזן שטיינער, בלאזן בייזע ווינטן, און קיינער נידערט נישט אראפ צום ים המלח, אויפן יריחו שאסיי.

ירושלים פון גאלד...

היינט ווען איך קום פאר דיר זינגן, און פאר דיר אנצוקניפן קרוינען, איך בין קלענער פון די יונגסטע פון דיינע זון, און פון דיינע לעצטע דיכטער.
ווייל דיין נאמען בריעט די לעפצען, ווי די קוש פון סמאָלע, אויב כ'וועל פארגעסן ירושלים, וואס איז אינגאנצן גאלד.

ירושלים פון גאלד...

נאר ווען איך קום היינט זינגן פאר דיר, מיר האבן זיך צוריקגעקערט צו די וואסער גרובער, צום מארק און קוואדראט.
א שופר רופט אויפן הר הבית, אינעם אלט שטאט, אין די היילן וועלכע זענען אין די פעלזן, טויזענט זונען שיינען, מיר נידערן ווידעראמאל צום ים ים המלח, דורך די יריחו שאסיי.

ירושלים פון גאלד...