זונטאג אפריל 26, 2015 2:41 pm#269713
פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
די סיקריקים באנדעס האבן אינאכט גענומען אז די אלגעמיינער מענטשהייט, נעמט נישט מער זייער טעראר ערענסט, מען לאכט זיך אויס פון זייערע אויסגעבלאזענע הפגנות יעדן שני וחמישי, זיי האבן שוין פראבירט צו ניצן דעם גאב''ד שליט''א אנצוהאלטן זייער טעראר, און עס האט זיין געהאלפן א מכה, עס האט נעמליך נאר גורם געווען אז דער כבוד פון גאב''ד שליט''א איז פארשוועכט געווארן בראש כל חיצות.
דעריבער האבן זיי באשלאסן אויסצופירן א געוואגטע אקציע, וואס דירך איר וועט די גאנצע וועלט מהודו ועד כוש אנערקענען זייער כוח, און עס וועט פאלען א ציטער אויפן גאנצען אידענטום, און יעדער וועט וויסען אז אויב לייגט מען נישט ארויף קאלמאנאוויטש וחביריו אויפן פעיראל, באצאלט מען א טייערער פרייז, נישט בלויז פאשקעווילן און השמצות און הפגנות, נאר עפעס פיל מער שרעקווערדיקער.... זיי האבן געוויזען אז זיי קענען אויף צושטעלן א פולסא דנורא צענע.....
זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אין די שטיבעלעך אין מאה שערים, און זיי האבן פארגעשלאגן פאר יעדן ווייס-בארדיגען איד 20 שקלים.... און זיי ארויסגעשלעפט קיין בית שמש צום שטח גולונציץ, וואס דארט האט זיי קאלמאנאוויטש מיט זיינע שותפים איינגעהילט אין זעק און טליתים, און זיי געהייסן פארליינען דעם חרם פון יושע בן נון, און דערנאך האבן די לייצים געבלאזען מיט לאנגע געדרייטע תימענע שופרות.... בקיצור עס איז געווען פורים אין מיטן חודש אייר....
קלאר צושטעלן: קיינער האט נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזען אז דער שטח איז א בית החיים, דירך שרייבען פאשקעווילן אין שרייען ווי וואנזיניגע מטורפים, קברים.. קברים...קברים... ווערט נאכנישט באשאפן קיין בית החיים..
נאכמער געוויסע עסקנים אין שפיטץ פון די ערליכע גדולי ישראל האבן למען השלום אויסגעארבייט עטליכע מהלכים, וואס אפילו דער שטח וואלט ווען יא געווען א בית החיים זאל דארט קענען בויען, נאר קאלמאנאוויטש וחביריו האבן די אלע פארהאנדלינגען סאבאטזשירט און צושטערט. מיטן בלויזן ציל אז זיי זאלן ווייטער קענן פירן מלחמות און זיך שטאפן די טאשען.... און זיך אויסגעבן זייערע פארדארבענע מידות....
ב''ה אז דער אלטוועלטליכע אידענטום איז שוין וואך, און לאזט זיך נישט פארפירן פון די פארשאלטענע סוקריקים, מען ווארט נאר אז דער פלאג און טמאה וואס ריפט זיך השחתת המידות, רשעות , און רציחה זאל ווערן א פארגאנגענהייט, און עס זאל מקיים ווערן תמרנה קרנות צדיק... און די ערליכע רבנים און אישי הציבור זאלן שטיין בראש מערכות ישראל......