Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין לאוו אטאקע

מיין לאוו אטאקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8738
זונטאג אפריל 26, 2015 2:54 pm#269723
מיין לאוו אטאקע
אויפ'ן פרופיל א בליק
איך האב זיך געוואונדערט
תגובות פון מיין ניק
שוין גאנצע פינף הונדערט

זאכליך אדער נישט
דאס לאז איך פאר ענק
איך וואלט יעצט צאמגעקושט
אלץ וועם איך געדענק

ראשעקאל פאר די נייעס
נריהו - פאר - די קונסט
שמעקעדיג פאר די חיות
מאטי אלס דו געוואונסט

ונבנתה פאר די בילדער
און די ווערטער צוגלייך
קופערניקוס פאר די העדר
געפילטע צו די זאך

בערל פאר די שיטה
אבי גארנישט אבי
עזריאל פאר ברענגן טוויטער
כעלעם'ר, א מגיד נאך ווי

טאמבל פאר די ווייטאג
טרינקער קורץ און שארף
שש געפעלט האט נייטיג
האלטן אים מ'דארף

כוכב פאר דיר אן אשכול
א אויג פארכאפנד קונטרס
עשרת אלפים אשקול
געכאפט די וועלט'ס אינטערעס

הקטן פאר די חקירה
מיט ראובן בענאנזאם
אפהאלטן אידן פון כפירה
ידיעות דארט א ים

איחוד פעלד לעילא
אוטספאוקען כשמו כן
א געבענטשטע כלי
דער רויטע מלא חן

חאצקל פאר די מוסר
יאיר פאר זיין קעפל
אויף אתא באלד אן איסור
נישט פארגעסן טעפל

יואב אויף צו לאכן
גנדי פאר סקאנדאלן
אויף אפטע א ברכה מאכן
זייגער פון די וואנדאלן

מנשה אוי מנשה
פון סקווערע שטעטל העיליג
אויף דיר א גאנצע פרשה
טשערנאבל אוי ווי זעהליג

זר איז זיס ווי צוקער
פליקער גאר א רייסער
לעיקוואד האקט שטיקער
בגלוי ובסתר

שלום מיט זיינע דיכטער
חסידישע פעאזיע
אויף אונז מבינות
און פארווערטס נאכטראגן

פלעינע מיט די קליפס
ר' שלמה גאר טיף
מורינו מיט די ריפס
מעכעלע גראד צו שיף

איך אויך ווען ער'ז רואיג
מה הוא פאר די ארט
קאפקע גאר טיפזיניג
אויף יידל נאך איך ווארט

סאשי מלא תוכן
קינד_אן_קייט פארטרעטער
אפאר נייע בתוכן
אינקלודינג עקספערימענטער

הוגה אזוי גלייך
ווי אויך ישמעאל הכהן
יין שרף צו דער זאך
צוזאמען דא מיר וואוינען

און פארשטייט זיך קעלנער
נעמט פון אונז קעיר
אסף ווי א זעלנער
און אלע מנהלים מיט סארווירער

און אלע אנדערע חשובע חברים שכנים וידידים וועם כ'האב פארגעסן. כולם אהובים כולם ברורים, איי לאוו יו אלל אהבת נפש.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:13 pm#269729
שיין!
מנתח זיין אנשי ק"ק ק"ש און א שורה'לע צוויי, איז מער קונץ ווי די עצם גראם.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:16 pm#269732
קע"ה ביוטיפול.. און א דאנק פארן קאמפלימענט.
נופת צופים האט געשריבן:זאכליך אדער נישט
דאס לאז איך פאר ענק

יא יא, לאז עס נאר פאר אונז, מען קען צעקושן דיינע תגובות איינס נאך איינס, וביותר דיינע וואונדערליכע פאעזיעס.
דו ביסט זיסער ווי.... יא, מתוקים מדבש ונופת צופים.
מזל טוב פארן ווערן א שר חמש מאות (oops..)
זונטאג אפריל 26, 2015 5:27 pm#269790
Re: מיין לאוו אטאקע
שבת אחים
ברעסלעבער
שלום דין
יואליש
געוואלדיג
בן תמליון
בעל מדות
עמעזאן
וועטערבאריכט
שמערל
פיטער גריפפין
געוואגטע
פידלער
לית דין
שם טוב
שמעון וואלף
פלאוויוס
קאצקע
פינטעלע

חלק ב' איז יעט טו קאם.
זונטאג אפריל 26, 2015 7:47 pm#269855
איך בין פירסט אין ליין פאר דאבלס.
זונטאג אפריל 26, 2015 10:40 pm#269893
נופת צופים, כשמו כן הוא. א ליבע-אטאקע אויף דיין קעפעלע.
זונטאג אפריל 26, 2015 11:52 pm#269921
נופת צופים האט אריינגעשטורעמט אין שטיבל מיט א 18 רעדלדיגער טרעילער פון האניג. ס'גיסט זיך פון אלע זייטן, און דער עולם באלעקט זיך פון די גוטע סחורה. א פאיעט, א הומאריסט און בר דעת צו קנאקן. נופת'ל ווי לאוו יו טו!
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:41 am#269942
Re: מיין לאוו אטאקע
אקעי איך ריף אים
קים אהער נופת צופים
צו 500 א מזל טוב
מיט א אטאקע פון לאוו
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:50 am#269948
איך בין נתפעל
פון דיין גראמען, ראשעקאל
זונטאג יוני 07, 2015 12:48 am#281024
מיין לאוו אטאקע, איז צו @יידל'ן.

שוין לאנג נישט געווען א מאמר וואס זאל זיין אזוי מפורש ומפורט און הערליך באשריבן, ווי יידל'ס פרישער אשכול:

למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:54 pm#430057
מיין לאוו אטאקע אז פאר @מי אני

ער האט זיך אזוי שטילערהייט אריינגעשלייכט אין קאווע שטיבל און אומבאמערקטערהייט האט ער זיך אראפגעלאזט אין קעלער אריין און ער גייט פון איין פארשטויבטע אשכול צום צווייטע און ער ליינט זיי אדורך. דא לאזט ער פאלן אפאר גוטע ווערטער, דארט גיבט ער א לייק אדער צוויי. פאר וואכן לאנג זיצט ער אזוי אפ אומגעשטערטערהייט אינעם ווינקל פון קעלער און ער ליינט און לערנט. עס דערקענט זיך אז ער איז א ידען וחכים וצמא לדבר אמת.

רבותי ספעציעל די נייגעקומענע, קאווע שטיבל פארמאגט געוואלדיג אוצרות אינעם קעלער. זייטס נישט קיין נארנים און טוט וואס מי אני טוט. ממנו ילמדו.

א מזל טוב צום הונדערטסטע תגובה כן ירבו.

.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 7:23 pm#430058
יאפ, כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול צו באגריסן דעם אם אין ATUB @מי אני ATUB מי לי אבער הוגה'ס אטאקע האט מיך געפעדערט.
מ'זאגט דאך נאך פון צדיקים אז אין געוויסע תקופות האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט נשמות וואס געהערן בעצם צו פריערדיגע תקופות ווי בעל שם און אר"י, אזוי אויך ATUB @מי אני ATUB , דו געהערסט צו דעם דור דעה ווען ATUB @יידל ATUB ATUB @יאיר ATUB ATUB @לעיקוואד ATUB ATUB @יאנקל ATUB ATUB @משה געציל ATUB ATUB @בן תמליון ATUB ATUB @מאראנצןזאפט ATUB ATUB @יואב ATUB ATUB @קאווע טרינקער ATUB ATUB @מאטי ATUB ATUB @זר זהב ATUB (סארי... כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן) ATUB @איש עברי ATUB ATUB @רב החובל ATUB (וואווי באמבלבי די ליסטע איז לאנג) ווער רעדט נאך פון געטליכן חכם וחסרהו מעט מאלוקים מרן ATUB @שליח ATUB ATUB @פשוט קאמפליצירט ATUB ATUB @פלאוויוס ATUB ATUB @קופערניקוס ATUB ATUB @דבילה ATUB ATUB @שרגא ATUB ATUB @קארל ATUB ATUB @געפילטע פיש ATUB ATUB @כעלעמ'ער מגיד ATUB (וועמען מ'קען נאך עד היום נישט טעגן) ATUB @יואליש ATUB ATUB @מורינו הרב ATUB (בחורים ארויס) ATUB @פידלער ATUB ATUB @הציץ ונפגע ATUB ATUB @סופר ומונה ATUB ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB ATUB @ברסלבער ATUB ATUB @גראדעמעכעלע ATUB ATUB @געוואלדיג ATUB ATUB @ישראל קאפקע ATUB וכו' האבן רעגירט מיט א שטארקייט אזש די מלאכים פלעגן זיך קומען אונטערהערן און זיך פלאגן צו פארשטיין און משיג זיין לעומקו פון זייערע רייד, עד שבא ATUB @שש ATUB וכוכב וכו' ונטלה עטרה לעצמם וכו' ונעשה מה שנעשה וכבוד אלוקים הסתר דבר (סארי שש כ'מיין נישט גארנישט) און מ'זעמיר געבליבן בבחינת די טשיז (יש גורסים די טשיעף, או די שיעפ, עי' חילופי גירסאות מהדורת ר' שבתי פרענקל) סטעיז עלאון מיט ATUB @קוקי ATUB און ATUB @שקד ATUB ואין לנו על מי להשען.
אשריך ר' מי אני אז איר זענט מחזיר עטרה ליושנה.

(העמיר זען וויפיל לייקס כ'על באקומען פון טעגן א האלבן בית החיים.)
דאנערשטאג מאי 09, 2019 7:23 pm#430059
.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 7:53 pm#430061
Re: מיין לאוו אטאקע
ייש״כ ייש״כ! איך בין truly flattered און ווערטערלאז צו ווערן באגריסט פון אזעלכע ריזן (איך מיין באמת נישט קיין חניפה. ווער עס ליינט דורך, אפילו נאר אביסל, פון די אבנארמאלע אינהאלטסרייכע חומר וואס די האבן צוגעגעבן צום שטיבל, ׳עט גראד מסכים זיין מיט מיר).

ייש״כ נאכאמאל.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:26 pm#430064
כוכב האט געשריבן:יאפ, כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול צו באגריסן דעם אם אין @מי אני מי לי אבער הוגה'ס אטאקע האט מיך געפעדערט.
מ'זאגט דאך נאך פון צדיקים אז אין געוויסע תקופות האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט נשמות וואס געהערן בעצם צו פריערדיגע תקופות ווי בעל שם און אר"י, אזוי אויך @מי אני, דו געהערסט צו דעם דור דעה ווען @יידל @יאיר @לעיקוואד @יאנקל @משה געציל @בן תמליון @מאראנצןזאפט @יואב @קאווע טרינקער @מאטי @זר זהב (סארי... כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן) @איש עברי @רב החובל (וואווי באמבלבי די ליסטע איז לאנג) ווער רעדט נאך פון געטליכן חכם וחסרהו מעט מאלוקים מרן @שליח @פשוט קאמפליצירט @פלאוויוס @קופערניקוס @דבילה @שרגא @קארל @געפילטע פיש @כעלעמ'ער מגיד (וועמען מ'קען נאך עד היום נישט טעגן) @יואליש @מורינו הרב (בחורים ארויס) @פידלער @הציץ ונפגע @סופר ומונה @בענדזשאמין פרענקלין @ברסלבער @גראדעמעכעלע @געוואלדיג @ישראל קאפקע וכו' האבן רעגירט מיט א שטארקייט אזש די מלאכים פלעגן זיך קומען אונטערהערן און זיך פלאגן צו פארשטיין און משיג זיין לעומקו פון זייערע רייד, עד שבא @שש וכוכב וכו' ונטלה עטרה לעצמם וכו' ונעשה מה שנעשה וכבוד אלוקים הסתר דבר (סארי שש כ'מיין נישט גארנישט) און מ'זעמיר געבליבן בבחינת די טשיז (יש גורסים די טשיעף, או די שיעפ, עי' חילופי גירסאות מהדורת ר' שבתי פרענקל) סטעיז עלאון מיט @קוקי און @שקד ואין לנו על מי להשען.
אשריך ר' מי אני אז איר זענט מחזיר עטרה ליושנה.

(העמיר זען וויפיל לייקס כ'על באקומען פון טעגן א האלבן בית החיים.)

כ'וויל גלייבן אז אויב וואלט איך שוין נישט דא געווען וואלט מיין נאמען אויך ערשינען דא אויף דער ליסטע. הממ... אפשר איז טאקע כדאי צו מאכן א ויברח. :בארד:
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:29 pm#430066
ראובן האט געשריבן:

שוין. ס'הייבט זיך אן.
ATUB @ראובן ATUB כ'בין זיכער אז איר פארלאזט אונז נישט. שוין אריבער דא שווערערע צייטן און איר זענט געבליבן פעסט קעגן די שטורעמישע כוואליעס...
פרייטאג מאי 10, 2019 10:14 am#430099
כוכב האט געשריבן:(העמיר זען וויפיל לייקס כ'על באקומען פון טעגן א האלבן בית החיים.)

איין זיכער.
פרייטאג מאי 10, 2019 10:45 am#430106
איך שמעק טל של תחייה פון דעם אמאליגן גלאנץ, כ'האף זיך משתתף זיין מיט די שמחה דורך אן ארטיקל בקרוב
פרייטאג מאי 10, 2019 4:39 pm#430140
wow wow

ס'דא געווארן א גלגול מחילות אזא...
זונטאג מאי 12, 2019 7:17 pm#430255
מיין לאוו אטאקע איז פאר ATUB @שליח ATUB פארן ציריקברענגען דא א פרישקייט ממש ווי אין די אלטע צייטן איך האב געדארפט צוויי מאל קיקן און מאכן זיכער די דעיט איז טאקע פון יעצט!!
דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:48 am#430594
קאצקע ציקער האט געשריבן:מיין לאוו אטאקע איז פאר @שליח פארן ציריקברענגען דא א פרישקייט ממש ווי אין די אלטע צייטן איך האב געדארפט צוויי מאל קיקן און מאכן זיכער די דעיט איז טאקע פון יעצט!!

עקזעקטלי. דער ווארפט צאם ידועות מיט עמקות, צי באלקען.