Under maintenance
הויפט זייט » ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל

ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8757
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:58 am#270469
ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל
/
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:02 am#270471
וואס באדייט דאס??? ער'ז באמת א פיינער מוהל כ'האב איהם גענוצט ביי מיינע.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:10 am#270474
Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל
זיי טענ'ן אז ער טאר נישט מאכן מציצה צוליב א חשש ער איז אנגעשטעקט מיט עפעס, ער האט פאר עטליכע וואכן געניצט א צווייטער צו מאכן מציצה, אבער יעצט האט ער צוריק אנגעהויבן,
איך האב אים כמעט געניצט ביז כ'האב דאס געהערט, עס איז א רחמנות אויף זיין פרנסה, נאר כ'ווייס נישט פארוואס ער עקשנ'ט זיך נישט צו נעמען איינער זאל אים מאכן די מציצה, ושמעתי אז די צוויי סאטמאר'ס טיילן זיך אין דעם נושא זעט אויס עס איז תלי אין די שאלה פון אריזונה מצות,
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:12 am#270477
איך טוה גראטילירן דעם פאזעטיוון שריט !
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:18 am#270480
אינטערסאנט אז ס'איז נאך פון כסלו אבער ס'איז הערשט יעצט ארויס פאבליק.
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 am#270484
דער דאטום איז פ' ויצא, כ'האב שוין לאנג געהערט פון דעם צעטל. ווי איך האב געוויסט איז דאס קיינמאל נישט נתפרסם געווארן, ווייל ער האט זיך אינטער גענומען צו מאכן מציצה נאר דורך א צווייטן.
עס קען זיין אז דאס איז סתם א ליק, און גארנישט איז יעצט מחודש געווארן.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:27 am#270487
ראשעקאל האט געשריבן:
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:39 am#270491
היסטאריקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל


אפשר פעלט זיך עס אויס צו ווייזן פאר די אינסטאנצן מיר נעמען קעיר נישט זיי וכו' ווער ווייסט. עפעס שטימט נישט דער גאנצער זאך מיט די אלע סלאגאנען ביז יעצט שומר מצוה לא ידע דבר רע, כי עליך הורגנו זו מילה אא"וו.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:40 am#270492
כפי מה שביררתי איז דער צעטל נישט פאלש.

שמעתי אז ער געמאכט עפעס א טעסט אבער דער ועד משמרת האט פארלאנגט אן אנדערע טעסט ולא הסכים ועל זה יצא הקצף. עוד שמעתי אז די ועד זענען געגאנגען צו מהר''א מסאטמאר ולא הסכים לחתום.

שמעתי אז ער האט רבנים אויף זיין זייט, ביניהם ר"מ זילבער וי"א דהיינו טעמא דמהר"א, און ער טענה'ט אז ער איז א קרבן פונעם ועד וואס ווילן בלויז צייגן פאר די רעגירונג אז זיי זענען קאנסטראקטיוו.

כאמור שמועות פורחות, איך נעם נישט קיין אחריות.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:41 am#270493
Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל
חביבים יסורים. זיבעציג יאר וואוינט מען אין אמעריקא, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט פונ'ם אוועקפיהרען א מוהל פון זיין אמט. ער ווערט בלינד, זיין הענט ציטערען, ער פארגעסט? ה''ו קעיר''ס? איך האב אן אלטע מסורה און איך גיב נישט אויף.
אבער ווען די אנטיסעמיטען קומען מאכען סדר, הייבט מען שוין אן צו ערלעדיגען דער זאך.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:49 am#270498
Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל
נאר א שאד אז אזא וויכטיגע שריט דארף שמעקן פון פאליטיק
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:03 pm#270503
ווי קומט דא מהרז''ל אריין?
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:34 pm#270525
רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 pm#270529
פליקער האט געשריבן:רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:01 pm#270539
ער האט א צעטיל פין א דאקטער וואס באשטעטיגט אז ער האט נישט קיין הערפיס (מהר''א האט אים געשיקט צו וואלקאנער רב וואס האט אים געשיקט צו א דאקטער) ער ווייזט די צעטיל פאר יעדן, אין די טייל פין אינטערגעשריבענע פירן א מערכה מיט אלס קנאה ווייל ער איז דער שטערקסטער מוהל
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:04 pm#270541
Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל
Here we go
הרב פייוועל כהן וואוינט שוין נישט אין נ.י. און ער זוכט נישט קיין מוהלות פאסטע''ן.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:16 pm#270549
נו לייג ארויף די צעטיל פונעם דאקטער
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:17 pm#270550
ער אליין איז נעבך ארומגעגאנגן נאך געלט פאר'ן ועד משמרת הברית.

שמעתי אז ער איז טאקע מער אן ארוני (זיין טאטע איז דארט פון די ראה"ק) אבער ער זיכט זיך צו האלטן נוטראל און זיינע אינגלעך לערנען ביי ארונים און מיידלעך ביי זלונים.

ער איז א חשובער אינגערמאן אבער ער טראגט יעצט א גרויס אחריות אז די שטאט זאל נישט האבן קיין תירוץ זיך אריינמישן. פון די אנדערע זייט אבער, האט מען שוין געהערט אז רבנים קענען זיך אמאל פירן שלא ביושר, און דאס טאר מען אויך נישט צולאזן.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:33 pm#270557
ארורים הרשעים שאין טובתם שלמה, ווען זיי טוען שוין יא עפעס איבער דעם הערפיס פראבלעם טוען זיי עס אויך מיט קרומע חשבונות.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:39 pm#270561
שמערל האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין
אין מהר''א, בעלז, גור האבען נישט קיין 10 שוהלען אין וומסב''ג/ב''פ?
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm#270565
קודם כל וואינט ער אין וויליאמסבורג און דארט האט ער כמעט אלע בריתן, נישט אין ב"פ. צווייטענס, וויפול גורע און בעלזע נעמען אים פאר מוהל? און סאטמאר (ביידע) איז ער אויפגעכאפט.
דינסטאג אפריל 28, 2015 2:06 pm#270572
איינער קען אפשר פליז איבערטייטשן אין אידיש די ווערטער חסרון רציני און תיפקודו.

אויב איז די בריוו אמת איז עס א שרעקליכע דורכבראך אין אקאונטעביליטי ביים היימישן עולם. סאיז אויך א פרישע ווערים שאכטל ווייל פון יעצט אן גייט יעדער ראצערישע ארגאניזעישאן מיט אזעלעכע אטרעקטיוו לעדערהעדס ווי דער וועד משמרת הברית זיך נעמן שיקן בריוון צו גאווערמענט עידשענסיס אז זיי זענען די עכטע פארטרעטער ביז זיי וועלן שוין גוט צומישט ווערן. נאך אלעם איז דאך קיינער נישט בעה"ב און קיינער האט נישט ביי אונז קיין קאלעדש דעגרי. וואס סזאל עס מאכן מער אנעמבאר ווי דעם צווייטענס
דינסטאג אפריל 28, 2015 2:14 pm#270575
דוכט זיך דער אינגערמאן איז העכער פון די פאליטיקס ער איז נישט מער ארוני ווי זאלי. ער איז אזא ר' טודרוס חסיד טיפ.

וואס איך פרוביר פארשטיין דא, מען האט אונז מסביר געווען די אלע יארן, דר. ווערצבערגער אין ראדני סטריט אז בעצם האט כמעט יעדער מענטש די הערפיס אנטי באדי באצילן וואס קען טעכניש איבערגעבן הערפיס. ווילט איר מיר זאגן אז דער מוהל דא דרייט זיך ארום מיט אקטיווע הערפיס וואס ער קען נישט פטור ווערן דערפון? דאס מאכט נישט קיין סענס. אפשר קען איינער דא געבן פרטים? צו אפהאקן א אידס פרנסה איז נישט קיין קינדער שפיל און די נעמען אייכנשטיין מיט וויינבערגער אויפן שפיץ צעטל שרייט ארויס קארופציע און חשבונות.
דינסטאג אפריל 28, 2015 2:37 pm#270582
ב"ה אז ס'זעט אויס אז ס'ווערט מקוים וואס איך האב געשריבן תיכף נאכדעם וואס דעבלאזיא האט מבטל געווען דעם קאנסענט לעטטער.
שיטה מקובצת האט געשריבן:די נייע אפמאך איז ב"ה א שיינע דערגרייכונג א דאנק די צוזאמענארבייט פון די עסקנים מיט דעם מעיאר. יעצט אז די חרדישע עסקנים האבן צוגעזאגט צו נעמען ערענסט די געזונטהייט פון די מוהלים און צולאזן געהעריגע DNA טעסטס וועט דאס נאך אפילו מער אויפטוהן ווי בלומבערג'ס קאנסענט לעטטער.
עס ווייזט אויס אז דער מייער און שטעקן מהלך האט פיין געארבעט. מיט בלומבערג ווי דער שטעקן און דעבלאזיא דער מייער וועלן אידישע קינדערלעך זיין מער אפגעהיטן פון די קאנסעקווענצן פון די ביז יעצטיגע מנהג גרועה פון מציצה בפה בלי הפסק כלי און אן זיכערהייט מאסנאמען.


ווי בן תמליון האט געזאגט, טייל נעמען אויף די לעטטערהעד שטינקען פון קארופציע, און מ'דארף וויסן די פונקטליכע פרטים פון די פרשה, אבער די עצם נייעס אז מ'נעמט דעם ענין אין די האנט אריין איז שטארק באגריסנסווערד.
דינסטאג אפריל 28, 2015 3:24 pm#270593
ריכטיג האט געשריבן:כפי מה שביררתי איז דער צעטל נישט פאלש.

שמעתי אז ער געמאכט עפעס א טעסט אבער דער ועד משמרת האט פארלאנגט אן אנדערע טעסט ולא הסכים ועל זה יצא הקצף. עוד שמעתי אז די ועד זענען געגאנגען צו מהר''א מסאטמאר ולא הסכים לחתום.

שמעתי אז ער האט רבנים אויף זיין זייט, ביניהם ר"מ זילבער וי"א דהיינו טעמא דמהר"א, און ער טענה'ט אז ער איז א קרבן פונעם ועד וואס ווילן בלויז צייגן פאר די רעגירונג אז זיי זענען קאנסטראקטיוו.

כאמור שמועות פורחות, איך נעם נישט קיין אחריות.

אבער וואס איז שייך "צו ווייזן" פאר די ממשלה...?! צו מעדיצין פארשטייען זיי דאך יא. נו. אויב זיי (די וועד) פארלאנגען אז דער מוהל זאל אדורכגיין א מעדיקל טעסט און ער וויל נישט, קענמען איהם דאך נישט לאזן פראקטיצירן...! וואספארא פאליטיק איז שייך ביי דעם...?!