דינסטאג אפריל 28, 2015 2:50 pm#270584
ווען אידישקייט איז א פאליטישע געים
זאגט מיר איינער דעם יו"ט אז אויב ער וואלט געווען אין א וואלד אויף פסח און ס'קומט צום סדר און ער האט נאר מאשין מצות, וואלט ער ענדערש נישט געגעסן די כזיתים ווי איידער געגעסן דאס וואס צאנזער רב האט אויף דעם געזאגט אז ס'איז חמץ גמור.
דאס איז א גוטע ביישפיל ווי אידישקייט - די אמת'ע רצון ה' - ווערט אוועקגעשטופט אין א זייט, ווען עס זענען דא אידיש-פאליטישע חשבונות. אידיש גערעדט איז נישט קיין ספק אז אפילו איינער וואס איז געווענליך מחמיר אויף די שיטה פון הרה"ק מצאנז זצ"ל וואלט אין אזא פאל געדארפט עסן מאשין מצות. אונזער אמונה איז אין דעם אויבערשטן, און לויט דעם אויבערשטן קענען מיר רואיג אננעמען אז מאשין מצות זענען לכאורה כשר לפסח - עכ"פ בשעת הדחק. אבער אויב אונזער אמונה איז אין זייטיגע זאכן - למשל צדיקים, קען מען זיין גרייט עובר צו זיין אויף דעם ציווי ה' צו עסן א כזית מצה אין פסח כדי נישט עובר צו זיין אויף עפעס וואס צאנזער רב האט געזאגט.
נאך אזא ביישפיל האב איך געזען פון אן ארטיקל וואס איז לעצטענס געדרוקט געווארן אין "דער איד":