Under maintenance
הויפט זייט » 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל

'דעת תורה' אין קאווע שטיבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8782
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm#271446
'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @דעת תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט אין דער פארגאנגענהייט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:28 pm#271449
על כן יאמרו המושלים כשזה קם זה נופל.
שוין. שוין צופיל געזאגט...



[נישט נעמען צו ערנסט ח"ו].
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:30 pm#271452
יאיר האט געשריבן:וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @דעת תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.

"ענות חן" וואלט איך ארויסגענומען עס איז מער געווען מיט א "גאוה דקדושה"
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:58 pm#271466
נו דעת תורה איז מכובד צו זאגן א פאר ווערטער, געב אהער די מייק.
אויב איר קענט אפשר רעדן אביסל וויאזוי דאס פארלאפענע יאר איז אריבער אן קאווע
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:28 pm#271498
מאך שוין אביסול העכער דארט ווייל איך הער נישט
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:18 pm#271521
איז דעת תורה לעיקוואד'ס צווייטע ניק?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:30 pm#271529
Re: 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
שאץ נישט אונטער לעיקוואוד...
פרייטאג מאי 01, 2015 10:16 am#271622
Re: 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
גוט דיך צו זעהן דא דעת תורה
פרייטאג מאי 01, 2015 3:23 pm#271733
פיינעלי קען איך זאגן אז דאס באקאנט-אומבאקאנטע שפריכווארט דא אין שטיבל פון "איך רייב מיך די אויגן" האט שוין געגרייכט מיין וועזן. כ'קוק, כ'רייב, ס'איז טאקע @דעת-תורה, טאקע אפריל 2015, טאקע קאווע שטיבל און נאך איין רייבעלע אין לינק אויג – קוים איז ער אויפגעשטאנען תחיית המתים און שוין איז ער וואויל באהאוואנט מיט דעם "Tapatalk".

איך בין א שטארקער חסיד פון @דעת-תורה, (לאו דוקא פון זיינע שיטות). זיין שכל הישר, ערוואקסענעם טאן און מענטשליכן צוגאנג האט תמיד געמאכט דעבאטעס ווערטפול, אינטערסאנט, און אויפגעהויבן דעם ניווא פון שטיבל. שכח פאר'ן צוריק קומען.

 
פרייטאג מאי 01, 2015 3:30 pm#271738
געפילטע פיש האט געשריבן:איז דעת תורה לעיקוואד'ס צווייטע ניק?

דעת תורה האט געשריבן:שאץ נישט אונטער לעיקוואוד...

האמת אגיד, ווען איך האב געזען דיינע ווערטער האב איך גלייך געוואלט מוחה זיין על כבודו של ' ATUB @דעת תורה ATUB ', ביז איך האב באמערקט אז 'דעת תורה' אליינס האט אפגעשריבן דעם תגובה...


[וא"ת פון וואו קען איך דעת תורה, וואס איז ניטאמאל דא געווען ווען איך בין אנגעקומען דא אין ק"ש, התי' הוא אז פון די אלטע אשכולות וואס כ'האב אפירגעגראבן זכיתי לעמוד בסוד קדושים, הוא ניהו מרן דעת תורה שליט"א].
פרייטאג מאי 01, 2015 6:11 pm#271795
ברוך הבא כבוד הרב ATUB @דעת תורה ATUB .
ווילאנג דו ביסט דעת טוירע וועל איך עס נאך קענען אראפשלונגען; ווער מיר נאר נישט קיין דעת טעירע.
פרייטאג מאי 01, 2015 6:12 pm#271796
אויך נישט דעת תורא
מאנטאג מאי 18, 2015 9:47 pm#276540
דאס הערצל כאפט א טענצל צו זען ATUB @דעת תורה ATUB צוריק.