Under maintenance
הויפט זייט » הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע

הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8801
מאנטאג מאי 04, 2015 10:43 pm#272571
הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע
16 יעריגער חיים לאווען פון קענעדע האט געווינען די חינוך התנ"ך העולמי פון קענעדע, און וועט קומענדיגע יאר גיין גיין ארץ ישראל פאר דעם חידון התנ"ך אין יום העצמאות. דא ווערט געמאלדען די גרויסע געווינס פון חיים לאווען
m http://www.bjec.org/about/bible_contest.html m

חיים איז א זוהן פון יוחנן און שיפרה לאווען וואס פלעגען וואוינען אין קרית טאהש און האבן זיך אוועקגעצויגען און זענען היינט ריקאנסטראקשעניסט אידן.

דא אין קאווע שטיבעל האט מען שוין עטליכע מאהל ארומגערעט פון די אייגענארטיגע משפחה וואס האבן הצלחה'דיג געמאכט די וועג צו א אנדרע סארט אידישקייט.

דא איז די אשכול וועגן זייער טאכטער אסתר לאווען'ס בת מצוה
l viewtopic.php?f=24&t=4728 l

דא איז א אשכול וועגן א ניגון פון שפרה לאווען וואס יוסף משה כהנא פון לחיים האט אריינגעלייגט אין זיין עלבאם.
l viewtopic.php?f=24&t=4821 l
מאנטאג מאי 04, 2015 10:50 pm#272573
Wow
מאנטאג מאי 04, 2015 10:55 pm#272574
קאווע טרינקער האט געשריבן:Wow
מאנטאג מאי 04, 2015 10:57 pm#272575
ויסכר פי דוברי...
מאנטאג מאי 04, 2015 11:06 pm#272577
Re: הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע
אויב איך פארשטיי גוט איז דאס אלטע נייעס פון פאראיאר
מאנטאג מאי 04, 2015 11:09 pm#272578
Re: הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע
וואס מיינט ריקאנסטראקשעניסט אידן?
מאנטאג מאי 04, 2015 11:33 pm#272584
Re: הבחור חיים לאווען געווינט חידון התנ"ך העולמי פון קענעדע
נ"ך און השכלה גייט שוין לאנג אינאיינעם
מאנטאג מאי 04, 2015 11:39 pm#272585
חאצקעל שניידער האט געשריבן:וואס מיינט ריקאנסטראקשעניסט אידן?

m http://en.m.wikipedia.org/wiki/Reconstr ... st_Judaism m
מאנטאג מאי 04, 2015 11:43 pm#272586
chaims האט געשריבן:אויב איך פארשטיי גוט איז דאס אלטע נייעס פון פאראיאר

גערעכט טאקע אז די לינק וואס איך האב געברענגט איז פון לעצטעס יאר , זעהט אויס יענץ איז געוועהן א פריערדיגערע פארמעסט. יעצט האט ער געווינען די עיקר פארמעסט און באקומען פרייע טיקעט'ס צו א"י פאר די חידון התנ"ך נעקסטעס יאר.
מאנטאג מאי 04, 2015 11:50 pm#272588
יעצט כאפ איך שוין די חילוק צווישן ארטאדאקסן און רעקאנסטראקשעניסט. ביי די ערשטע קענען די קינדער משניות בעל פה, ביי די לעצטע קענען זיי תנך בעל פה.
וואס איז טאקע די סיבה? פשוט. די רעקאנסטראקשעניסטן האבן נישט מורא פון דעם איסור דברים שבכתב אי אתה רשאי לאומרו בעל פה.
מאנטאג מאי 04, 2015 11:57 pm#272592
יאיר האט געשריבן:יעצט כאפ איך שוין די חילוק צווישן ארטאדאקסן און רעקאנסטראקשעניסט. ביי די ערשטע קענען די קינדער משניות בעל פה, ביי די לעצטע קענען זיי תנך בעל פה.
וואס איז טאקע די סיבה? פשוט. די רעקאנסטראקשעניסטן האבן נישט מורא פון דעם איסור דברים שבכתב אי אתה רשאי לאומרו בעל פה.

:lol:
דינסטאג מאי 05, 2015 1:21 am#272605
וואס טוט זיך מיט די חרדישע איסור דברים שבכתב אי אתה רשאי לאומרו בכתב?
דינסטאג מאי 05, 2015 6:21 am#272626
ואף אתה הקהה את שיניו.
מיטוואך יוני 24, 2015 4:42 pm#284905
באשריבען אין א צייטונג
מאנטאג מאי 02, 2016 5:29 pm#331365
הב' חיים לאווען איז היינט ארויסגעפארען קיין א"י צו נעמען אנטייל אין די חידון התנ"ך העולמי.
פרייטאג מאי 06, 2016 1:20 pm#331979
אפדעיט :
חיים איז יעצט פון די "טאפ 16" ארויסגעקליבען פון די 70 קאנטעסטענט.
די 16 גייען האבן א ריזיגע חידון אין יום העצמאות
זונטאג מאי 29, 2016 12:32 am#334964
@המלוכה וואס איז געווארן מיט חיים'ס פארמעסט??
זונטאג מאי 29, 2016 1:14 am#334966
וואס מיינסטו איז געשעהן, אז א סאטמארע, וויזניצע, בעלזא, אדער א גור'ע אינגעל האט אים איבער געווינען?
זונטאג מאי 29, 2016 12:15 pm#335001
חאצקעל שניידער האט געשריבן:וואס מיינט ריקאנסטראקשעניסט אידן?

אז זיי ציען א ביסל צוריק פון אמעריקאנער רעפארם. זיי פרובירן צוריקברענגען א ביסל טראדיציע צו אידישקייט. אבער ס'הינקט נאכאלץ אונטער...!