Under maintenance
הויפט זייט » רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???

רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8805
דינסטאג מאי 05, 2015 10:26 pm#272805
רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
וואס איז פשט פון די געפארעכץ ל"ג בעומר צום ציון פון מהרנ"צ מבאבוב ז"ל?
ווער האט דאס איינגעפירט?
כ'שטעל זיך פאר באבוב 45 חסידים, אבער וועם פאלט איין אזא זאך? כ'מיין א וואוילע איד געווען, אבער קאם אן,
היי יאר הענגען זיי נאך צעטלעך פון די אפענע מופתים וואס מ'זעט דארט,
קען ווער אויפקלערן דעם ענין?
מיטוואך מאי 06, 2015 12:22 am#272853
צו מאגלעניץ פארשטייסטו יא?
מיטוואך מאי 06, 2015 12:25 am#272855
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל״ג בעומר???
וואס איז דאס?
מיטוואך מאי 06, 2015 12:58 am#272865
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל״ג בעומר???
דאכציך ס'האט זיך אנגעהויבען מיט א חלום. ער איז געקומען אין חלום צו א חסיד אז ער זאל קומען לג בעומר און ער וועט האבן א ישועה*. פון דעמאלטס איז געווארן א זאך אז מ'גייט, מ'האט צוגעשטעלט באסעס אויף ארויסצופארן. און פון דארט ביז מ'זעט אפענע מופתים/ פייערס/ חי ראטל וכדומה איז גאר א קורצע שאורטקאט.

*איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם, אזוי ליגט מיר אין זכרון
מיטוואך מאי 06, 2015 1:03 am#272866
יא, איינער האט געהאט א חלום אז ער האט געהאט א חלום ווי רנ״צ קומט צו עיהם אין חלום, אין פון דארט אין ווייטער איז אלץ א לאנגע קייט, מענטשן וואס זוכן צופרידענקייט אין סימפעטי איז עס גארנישט אזוי רחוק מן השכל, אבער זאל שוין זיין
מיטוואך מאי 06, 2015 1:07 am#272867
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל״ג בעומר???
העי ווייל דו ביסט עכט פלעין באבוב ברויכסטו נישט ווערן עקסייטעד. איינער פרעגט א קשיא און א צווייטער ענטפערט nothing more than that
מיטוואך מאי 06, 2015 10:14 am#272889
.
מיטוואך מאי 06, 2015 10:50 am#272894
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
יושב בסתר האט געשריבן:.

פשי יא ממאכט שוין געלט דעראף אויך.
מיטוואך מאי 06, 2015 2:07 pm#272933
קאווע טרינקער האט געשריבן:צו מאגלעניץ פארשטייסטו יא?


כאפ אריין ווי לאנג דו קענסט נאך אין עטליכע יאר פון יעצט וועט מען שוין נישט טארן שרייבן אזא תגובה אויפ'ן מאגליניצער (ליין ת"צ ספינקא פראפעגאנדע לפאר את הקהלה למעלה מקראלי שירש ראדישיץ ואצ"ל)נאר אין תורה ומחשבה
מיטוואך מאי 06, 2015 2:08 pm#272934
יושב בסתר האט געשריבן:.


די ערשטע ישועה איז אז מ'קען שרייבן פלעין מבאבוב און מ'דארף נישט צו לייגן די היכר ............
מיטוואך מאי 06, 2015 2:13 pm#272936
מופת הדור האט נישט א פשט, דור מיינט די דור ער האט געלעבט אין, זייער נקודה איז אז יעצט איז ער אויך א בעל מופת, וואלט געדארפט שטיין מופת הדורות.
מאנטאג מאי 18, 2015 10:59 am#276239
קומט אלע, צייגט אייך איבער!!
מאנטאג מאי 18, 2015 12:18 pm#276264
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
ביים ציון מהר״ש קען מען אויך געהאלפן ווערן?
מאנטאג מאי 18, 2015 2:34 pm#276302
ביי יעדע ציון קען מען געהאלפן ווערן, ווילאנג מ'רעדט צום אייבערשטען, נישט צו שוכני עפר.
דינסטאג מאי 19, 2015 8:35 am#276612
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
נישט קיין חלום נישט גארנישט.

די מעשה גייט אז א איד וואס האט איז אריין מיט א קוויטל צו באבובער רב ז"ל פאר דרייצן יאר צוריק - תשס"ב אינמיטן ווינטער, און מהרנ"צ ליינט אפ דעם קוויטל זאגנדיג ר' שמעון וועט ביי מיר זיין ל"ג בעומר, דער יוד האט זיך זייער געוואונדערט אבער ער האט נישט געפרעגט קיין קשיות און כעבור ימים האט ער פארגעסן פון די מעשה.

דער איד האט געהאט 3 חתונה געהאטע קינדער וואס האבן געווארט עטליכע יאר נאך די חתונה און זענען נאכנישט געהאלפן געווארן, און געווען איז דאס ל"ג בעומר תשע"א ווען דער איד האט זיך פלוצלינג דערמאנט וואס דער רב האט אים געזאגט ביים קוויטל צען יאר פריער, און ער האט געטראכט אז מסתם איז דאס א רמז געווען פון רב אז טאמער וועט ער קומען צו אים ל"ג בעומר וועט ער האבן א ישועה, וכך הוה, ביז א יאר שפעטער האבן שוין אלע דריי פון זיי געהאט א קינד אין שטוב.

נאך פילע וואס האבן זיך אנגעשלאסן לעצטערע יארן האבן אנגעלייגט זייערע ישועות אויף ל"ג בעומר ניו דזשערסי, איז עס דאס יאר געווארן פאפולער צווישן דעם אלגעמיינעם המון עם און די ווארט איז ארויס.. יו קען טעיק איט אר ליוו איט.
דינסטאג מאי 19, 2015 9:19 am#276619
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
איי טשוז טא ליוו איט.
דינסטאג מאי 19, 2015 9:32 am#276624
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
מ'וועט נאך גייען אין ב''ד/קאורט/פאליציי אויפ'ן טיטל מופת הדור! איינער וועט מוזען עפעס צולייגען - מופת הדור צאנז צו ראפשיץ צו איינער פון די נומער'ן פון איינס ביז אינפיניט''י.
דינסטאג מאי 19, 2015 9:34 am#276626
שוין דא באלד מער ישועות ווי פראבלעמען.
דינסטאג מאי 19, 2015 11:05 am#276675
די איידיע איז מער אז מענטשן זענען גענוג פאר'צרה'ט צו אויסטרייען נייע סגולות און הכל ריווח.. אבער באבובער רב ז"ל איז אמאל זיכער געווען באקאנט פאר א ערליכער איד.
דינסטאג מאי 19, 2015 11:15 am#276679
Re: רבי שמעון אין ניו דזשערסי ל"ג בעומר???
די פוינט איז תפלה !!!!!
ליידער היינטיגע צייטן האט די עולם ליב עקשען אין נאר אזוי איז מען מתפלל
דינסטאג מאי 19, 2015 11:34 am#276698
•
דינסטאג מאי 19, 2015 3:27 pm#276824
מאטי האט געשריבן:שוין דא באלד מער ישועות ווי פראבלעמען.

א בחינה ווי די רפואה פאר די מכה