מאנטאג מאי 11, 2015 1:18 am#273953
איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
ניין, איך באצי זיך נישט דא צו די אויסגעדראשענע דיסקאסיע, צו דער בעלזער רב איז קאמפאטענט צו זיצן אויפן בעלזער שטיל, צוליב זיין אזוי גערופענע מאדערנע אנשאואונגען. אויך נישט צו ס'געהערט אים דער פולער זכות אויף בעלז אדער איז עס כדי יחלוקו מיטן בעלז מאכניבקע רבי. הגם סיז נישט קיין נושא אוועקצומאכן, איז עס אבער נישט מיין כונה מיט דעם אשכול צו דיסקוסירן דא.צו וואס איך וויל זיך באציען דא איז, נעמליך, צו איז נישט דעם בעלזער רב'ס רעביסטעווע געשטעלט אויף די בלוט פון א שטילע וואוילע אידענע, און דאס איז הרבנות מרים רוקח די מאמע פון בעלזער רב, וועלעכע האט כידוע נישט געוואלט זען איר זון אלס רבי, און אודאי נישט אזוי יונגערהייט, און זי האט זיך זייער באקלאגט אז מהאט פון איר אוועק גענומען איר איינציגסטער זון. אין אנדערע ווערטער איז די היינטיגער רבס רביסטעווע נישט געבויט אויף א קינדנעפונג?
דער אמת איז אז איך בין נישט אזוי אינפארמירט מיט די בעלזער היסטאריע, און דאס אלעס וואס איך ווייז בלויז מפי השמועה דא און דארט, און צווישן די זאכן וואס איך האב געהערט איז אז מהאט געקינדנעפט איר קינד בתחבולות כדי בעלז זאל האבן א המשכה. און אדרבא טאמער ווייסט איינער מער קראנטע אינפארמאציע אויסצוקלארן דעם ענין זאל עס דא ביטע איבערגעבן.
וועט איר פרעגן, נו, מה כל הרעש, אז דער זון קלויבט זיך אויס זיין וועג אלס ערוואקסענער קען מען דען עס רופן קינדנעפונג? דאס איז דאך מעשה בכל יום בכל משפחה ומשפחה וואו עס מאכט זיך אז א זון אדער טאכטער קלויבט אויס א אנדער וועג ווי די עלטערן האבן זיך געראכטן.
זאת ועוד. זי האט דאך לכתחילה חתונה געהאט צו א רבישע שטוב טא וואס האט זי געוואלט אז איר זון זאל זיין א פראפעסאר?
בפרט אז זי האט געוואוסט אז דער רב ז"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער?
על זאת אשוב על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון