Under maintenance
הויפט זייט » חתונה פון ליפא דייטש

חתונה פון ליפא דייטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8841
מאנטאג מאי 11, 2015 9:58 am#273984
חתונה פון ליפא דייטש
נעכטען איז פארגעקימען א גרויסע חתונה אין ארץ ישראל פאר החתן ליפא דייטש. ס'איז זייער אינטערסאנט ווייל ליפא איז פון א סאטמארע משפחה און האט אויסגעקליבן צו טוישן זיין לעבן צו ברעסלב-קאלבאך סטייל, און אנשטאטס וויינען און רודף'ן האבן זיינע עלטערן זיך מיטגעפרייט מיט זיין שמחה.

זעהט אויס אז מ'פאנגט שוין אהן צו קימען צום שכל אז נישט יעדע וועג ארבייט פאר יעדעם, און מ'טאר נישט זיין סעלפיש ארויסצוצווינגען אויף א קינד וואס איז געשמאק פאר מיר אבער ס'ארבייט נישט פאר אים.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:01 am#273985
Re: חתונה פון ליפא דייטש
/
מאנטאג מאי 11, 2015 10:05 am#273986
Re: חתונה פון ליפא דייטש
מאנטאג מאי 11, 2015 10:06 am#273988
Re: חתונה פון ליפא דייטש
מאנטאג מאי 11, 2015 1:37 pm#274035
ווי וואינען די חתנ'ס עלטערן? און ווער איז דאס "אדמו"ר מבוקארעסט - ווי איז חצר הקודש בוקארעסט?
מאנטאג מאי 11, 2015 1:45 pm#274037
זי איז א משפחה מיט רב שטיינמאן?
מאנטאג מאי 11, 2015 1:48 pm#274039
אן אייניקעל זיכער נישט ווייל מ'קען דאך נישט האבן די זעלבע נאמען ווי א זיידע
מאנטאג מאי 11, 2015 1:50 pm#274040
בוקארעסט חצר געפונט זיך אין בארא פארק אויף דער 9'טע עוו קארנער 51
דאס לעצטע מאל מ'האט געהערט פון איהם איז געוועהן ביי דער היסטורישע משא הספדים אויף הקדוש ר' אלי' וואלד ע"ה
מאנטאג מאי 11, 2015 2:02 pm#274045
אין די הזמנה
החתן עב"ל הכלה.
וואס מיינט עב"ל
מאנטאג מאי 11, 2015 2:03 pm#274046
עם בחירת לבו

ביי אונז קען מען דאס נישט שרייבן... ווייל ס'איז רוב מאל ליגענט. אבער איין מינוט, מ'שרייבט דאך סיי ווי שקר ווי המופלג בתורה וירא"ש
מאנטאג מאי 11, 2015 2:26 pm#274051
איי לאוו איט. התנערי מעפר.. איי ווען איך וואלט ווען זוכה געווען, אפשר דארף איך שטארבן נאכאמאל געבוירן צו ווערן.
מאנטאג מאי 11, 2015 2:41 pm#274056
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איי לאוו איט. התנערי מעפר.. איי ווען איך וואלט ווען זוכה געווען, אפשר דארף איך שטארבן נאכאמאל געבוירן צו ווערן.

וואס גייט פאר מיט דיר? מען גיט דיר א סעמפל אז מען דארף נישט שטארבן און נישט נאכאמאל געבוירן ווערן, קומסטו צוריק צו די א'
דינסטאג מאי 12, 2015 9:16 am#274346
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איי לאוו איט. התנערי מעפר.. איי ווען איך וואלט ווען זוכה געווען, אפשר דארף איך שטארבן נאכאמאל געבוירן צו ווערן.

אויב זעסטו נאר די חיצוניות פארשטיי איך פארוואס דו מיינסט דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן. אויב אבער קענסטו קאנעקטן מיט וואס איז וואס דו לאווסט דארפסטו נישט ווערן פאני דאס צו האבן.
בכלל איז זייער מעגליך אז די סיבה פארוואס דו לאווסט דאס איז ווייל ביזט נישט אזוי געבוירן געווארן
דינסטאג מאי 12, 2015 9:27 am#274348
הקטן האט געשריבן:

ער רעדט נישט דוקא פון די חיצוניות. עס איז עסענטשעלי די פנימיות, וואס איז שיטלאז צו די Zoom פון די געזעלשאפטליכער גלעזער.
דינסטאג מאי 12, 2015 5:04 pm#274502
שמעון וואלף האט געשריבן:ווי וואינען די חתנ'ס עלטערן? און ווער איז דאס "אדמו"ר מבוקארעסט - ווי איז חצר הקודש בוקארעסט?

זיין מאמע אויפן בילד איז מיין מאמעס שוועסטער. האדמו''ר מבוקארעסט איז דעם אבי החתן'ס טאטע, ער איז אויך 'יונתן שווארץ'ס שווער היינט.
אויך 'ר' אלתר יחיאל מאליק' איז א איידעם דארט.
די מאמע פון ליפא, איז א טאכטער פון ר' דוד גאלדשטיין ע''ה [פון וואו עס שטאמט אונזער חוש הומאר]
דינסטאג מאי 12, 2015 5:07 pm#274503
מנשה לוסטיג האט געשריבן:[פון וואו עס שטאמט אונזער חוש הומאר]

יעצט פארשטיי איך שוין אלעס
דינסטאג מאי 12, 2015 5:08 pm#274504
עזריאל האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:[פון וואו עס שטאמט אונזער חוש הומאר]

און פון וועלכע זייט שטאמט דיין קאנפידענץ... ;)
דינסטאג מאי 12, 2015 5:13 pm#274506
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:[פון וואו עס שטאמט אונזער חוש הומאר]

און פון וועלכע זייט שטאמט דיין קאנפידענץ... ;)

לכאורה פון מיין טאטעס זייט. אבער איך מיין כ'קען זאגן איך האב אסאך עבודה אריינגעלייגט אויסצוניצן מיינע אינסטיקטן אויף תכלית.
דינסטאג מאי 12, 2015 5:37 pm#274519
ישמעאל הכהן האט געשריבן:עם בחירת לבו

ביי אונז קען מען דאס נישט שרייבן... ווייל ס'איז רוב מאל ליגענט. אבער איין מינוט, מ'שרייבט דאך סיי ווי שקר ווי המופלג בתורה וירא"ש

און אויך אנדערע שקרים וועלכע זענען נישט אמת... :lol: :roll: :o
דינסטאג מאי 12, 2015 5:52 pm#274523
לטובת הציבור התמימים, החסידים והישרים. די אלטע, צוריקגעשטאנענע מענטשן אזוי ווי איך וועלכע ווייסן נישט ווער ליפא דייטש איז און וואס זיין יחוס איז ביים היימישן עוילעם, וואלט גוט געווען ווען איינער קען דא אראפגעבן די פרטים בקיצור נמרץ.
איך שעם מיך זייער שטארק. אבער אין פרקי אבות שטייט ..."ולא הביישן למד".... :lol:
דינסטאג מאי 12, 2015 6:18 pm#274536
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:עם בחירת לבו

ביי אונז קען מען דאס נישט שרייבן... ווייל ס'איז רוב מאל ליגענט. אבער איין מינוט, מ'שרייבט דאך סיי ווי שקר ווי המופלג בתורה וירא"ש

און אויך אנדערע שקרים וועלכע זענען נישט אמת... :lol: :roll: :o

וואו למשל די חופה וועט זיין אזייגער 7:00 ?
דינסטאג מאי 12, 2015 6:26 pm#274538
פרייוויליג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איי לאוו איט. התנערי מעפר.. איי ווען איך וואלט ווען זוכה געווען, אפשר דארף איך שטארבן נאכאמאל געבוירן צו ווערן.

אויב זעסטו נאר די חיצוניות פארשטיי איך פארוואס דו מיינסט דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן. אויב אבער קענסטו קאנעקטן מיט וואס איז וואס דו לאווסט דארפסטו נישט ווערן פאני דאס צו האבן.
בכלל איז זייער מעגליך אז די סיבה פארוואס דו לאווסט דאס איז ווייל ביזט נישט אזוי געבוירן געווארן

ער רעדט נישט דוקא פון די חיצוניות. עס איז עסענטשעלי די פנימיות, וואס איז שיטלאז צו די Zoom פון די געזעלשאפטליכער גלעזער.

דער וואס רעכענט זיך נישט באמת מיט די Zoom פון די געזעלשאפטליכער גלעזער דארף געווענדליך דאס נישט איבערווייזען פאר זיך אדער פאר אנדערע
דער האט געווענדליך אויך נישט קיין פראבלעם זיך ציצישטעלן צום zoom פין געזעלשאפטליכער גלעזער, פינקט וואו ער ווערט נישט געשטערט אז ער דארף פיצען די שיך פארן געזעלשאפט
מיטוואך מאי 13, 2015 12:32 pm#274719

שיך פיץ יא ווייל א נארמאלע מענטש וויל גיין מיט ריינע שיך, און אגב וועט די סאסייעטי אויך נהנה זיין. אבער די סטייל פון זיין טראגע/געלאפ פון זיין געדאנקענגאנג, דאס וויל זיך נארמאל א מענטש צושטעלן מער פאר מענטשן ווי דאס וואס ער האט אליין ליב - עכ"פ ביי חסידים - און אויף דעם גייט ארויף די פסוק: שיטלאז צו די Zoom פון די געזעלשאפטליכער גלעזער!! פירוש רשי': די שיטאלאז פון תוכו איז פונקט אזוי שטארק ווי די שיטאלז פון כברו.
מיטוואך מאי 13, 2015 12:56 pm#274725
ישמעאל הכהן האט געשריבן:עם בחירת לבו

ביי אונז קען מען דאס נישט שרייבן... ווייל ס'איז רוב מאל ליגענט. אבער איין מינוט, מ'שרייבט דאך סיי ווי שקר ווי המופלג בתורה וירא"ש

אשפ"ג! :lol: :lol: :lol:
מיטוואך מאי 13, 2015 3:20 pm#274762
פרייוויליג האט געשריבן:שיך פיץ יא ווייל א נארמאלע מענטש וויל גיין מיט ריינע שיך, און אגב וועט די סאסייעטי אויך נהנה זיין. אבער די סטייל פון זיין טראגע/געלאפ פון זיין געדאנקענגאנג, דאס וויל זיך נארמאל א מענטש צושטעלן מער פאר מענטשן ווי דאס וואס ער האט אליין ליב - עכ"פ ביי חסידים - און אויף דעם גייט ארויף די פסוק: שיטלאז צו די Zoom פון די געזעלשאפטליכער גלעזער!! פירוש רשי': די שיטאלאז פון תוכו איז פונקט אזוי שטארק ווי די שיטאלז פון כברו.

אויף תוכו האט די געזעלשאפט נישט קיין גלעזער

דו ווילסט זאגן אז שטיין אינטערען שפיגעל און זיכער מאכן אז די נעק-טיי איז just גיט און די קאליר שטימט מאכט מען פשוט פארזוך ? קען זיין.
און ווען קיינער זעט נישט גייט מען אויך מיט געפאלישטע שיך? קען זיין.