Under maintenance
הויפט זייט » רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!

רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8867
דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:54 pm#275100
רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!
עס קומט אריין די נייעס אז דער באוואוסטער מגיד משרים, נועם בחסד עליון, הרה"ג רי"ד שלעזינגער שליט"א ארבעט איצט אויף א נייעם סידי!!!

דער נייער סידי וועט לויטן פלאן ערשיינען לכ' יו"ט קבלת התורה און וועט פארשטייט זיך זיין אין א יו"ט שבועות'דיגן גייסט.

לויט ווי איך הער איז דער סידי ווי רוב פריערדיגע סידיס אראנדזשירט געווארן דורך די באוויסטע מייסטערן פון ובלכתך בדרך, און עס ווערט ערווארטעט צו ווערן צוכאפט פון די שעלפן.

צוליב וואס די רעקארדירונגען אוון מיקסן איז אלעס פארגעקומען אין א פשוט'ן ביהמ"ד וועט די פרייז פונעם סידי (אויב מיינע קוועלער זענען אקוראט) זיין א שפאטישן צוויי טאלער!!!!!

העמיר זען צו ובלכתך וועט דאס מאל אויך דעליווערן!

ATUB @סאשי פיש ATUB און ATUB @לאליפאפ ATUB ווערן געבעטן צו לאזן הערן זייערע אינסייט'ס.
דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:30 pm#275115
וויכי האט גארנישט באריכטעט..
מאנטאג מאי 18, 2015 9:02 am#276205
Re: רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!
איך האב שוין געהערט צוויי טרעקס שטייטסעך ביי נאפטאלע מוישע אין סטודיו, דער עולם גלייבט מיך שוין נישט אבער איך האב מיך געטראפן אינטערטאנצן הערענדיג די געוואלדיגע ענין פון קרעפלעך.

בעק טו יו מיכאאל
מאנטאג מאי 18, 2015 9:10 am#276206
יעצט געהערט, ס'איז א מייסטערווערק. אן א שיעור חידושים מחדש געווען אינען קאסעטע. דא איז נאר עטליכע וואס כ'האב דערווייל אויפגעכאפט:

מ'הערט ווי די בענקלעך און טישן זינגען מיט.

די שטענדער ווערט גענוצט אלטס די בעיס.

מ'הערט טישא בלאזערייען דורכאויס.

איין זאך וואס באדערט מיר נאר, איז די חוצפה אז הצלה האט גענוצט די סידי פאר עדווערטייזמענט. כ'מיין, איך צאל פאר דעם אז ס'זאל נישט זיין קיין אדווערטייזמענס. אפשר לכה"פ נעקסט טיים זאל די הצלה סייערענס זיין אביסל שטילער.
מאנטאג מאי 18, 2015 9:53 am#276217
פארוואס האט ער געטוישט צו ובלכתך בדרך? איך פערסאנעלי האב מער געגליכן די אררענזשמענטס פון קרן שמואל ישעי . שוין די היינטיגע יונגווארג
מאנטאג מאי 18, 2015 2:52 pm#276308
ישמעאל הכהן האט געשריבן:רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!


פשייייי
א גליק!
מאנטאג מאי 18, 2015 8:12 pm#276495
מ'ארבעט יעצט אויף די cover design. ס'גייט זיין א hit!
מאנטאג מאי 18, 2015 8:23 pm#276502
א פלאטשיגע אדער א קראך?
מאנטאג מאי 18, 2015 8:31 pm#276506
קאווע האט מיר אויסגעכאפט, יא די קאווער!
די קלינקייט איז עפעס געוואלדיג ער האלט זיך ביים דינע שטריך צווישען אלטמאדיש און סימפל, די פאנט איז עפעס מוראדיג עס קוקט טאקע אויס ווי פלעין א יונגל האט דאס אפגעקלאפט אויף די קאמפיוטער אבער דאס טאקע איז די חן ממש א כאפ פון א קאווער! עס ליגט טאקע נישט קיין ארבעט אבער וואס פארשטייסטו? מען קען די אויג נישט אראפנעמען דערפון, עס איז א מייסטער פיעס, מן הסתם איז עס פון די מלך הלאגאס פון KJ ,
פאר דעם אליין גיי איך קויפען די סי די!
דינסטאג מאי 19, 2015 12:56 am#276586
איינער האט א פריוויו?
דינסטאג מאי 19, 2015 1:02 am#276588
סדארף צו זיין א היט, איך האב אים שוין געהערט זינגען אסאך, ער זינגט ממש ווי א קליין קינד אבער מיט זייער אסאך קאנפידענץ, מזעהט אז ס׳אינטערסירט אים נישט די גאנצע ארום, ער שטעלט זיך אראפ אויף זיין פלאץ און זינגט כאילו קיינער איז נישטא, ווי דער זיסער דריי יעריגס ביי די ברודער׳ס חתונה.
דינסטאג מאי 19, 2015 1:07 am#276590
חברה.. אזאנע ליצים....
דינסטאג מאי 19, 2015 10:03 am#276639
עזריאל האט געשריבן:סדארף צו זיין א היט, איך האב אים שוין געהערט זינגען אסאך, ער זינגט ממש ווי א קליין קינד אבער מיט זייער אסאך קאנפידענץ, מזעהט אז ס׳אינטערסירט אים נישט די גאנצע ארום, ער שטעלט זיך אראפ אויף זיין פלאץ און זינגט כאילו קיינער איז נישטא, ווי דער זיסער דריי יעריגס ביי די ברודער׳ס חתונה.


ס'איז זינגען, נישט רעדן.
דינסטאג מאי 19, 2015 10:06 am#276641
ווייטער רעדסטו צו מיר???
דינסטאג מאי 19, 2015 10:06 am#276642