Under maintenance
הויפט זייט » וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8918
דינסטאג מאי 19, 2015 10:40 am#276704
וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
ווי באוויסט איז ר' שלמה קארליבאך ז"ל געווען די עמוד צלותהון דישראל, דער נועם זמירות ישראל, דער משתתף בצערתן של ישראל ובשמחתן, פון די די גרעסטע אינספאראציאנאלע פיגורן אין די וועלט פון מוזיק און ליטריגע, א מייסטער בעל מספר, ווי אויך אן אקטיווער ראבאי וואס איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט האלטן קאנצערטן און געבן חיזוק פאר מענטשן וואס האבן געלעכצט נאך דעם.

אין מיין פערזענליך לעבן פארנעמט ר' שלמה זייער א וויכטיגן ארט, אלס קינד בין איך אויפגעוואקסן הערענדיג זיינע הימלישע מעלאדיעס עוד בחיים חיותו, איך קען אלע זיינע שאפונגן, איך געדענק אויך אלס קינד ווי מיין טאטע האט אין יענעם פרייטאג נאכמיטאג געזאגט מיין מאמען איבער די בשורה לא-טובה פון די פטירה פון ר' שלמה.

ס'איז אבער נישט קיין סוד אז צו די זעלבע צייט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער אן אומבא'טעמ'טן פאקט וואס ווארפט א טונקעלע שאטן אויף זיין ליכטיגען אנדענק, ווען נאכן טויט פון ר' שלמה זענען אפירגעקומען מערערע פרויען וואס האבן געשילדערט וויאזוי ר' שלמה האט זיי פארגוואלדיגט.

אנהענגער האבן געזאגט אלע ערליי אויסריידן, ס'איז נישט אמת, ס'איז קנאה, ס'אוממעגליך צו זיין אמת, ס'געווען א כלליות'דיגע אהבה וואס האט געברענט אין אים, ס'ווערט אנגעוויזן אויפן פאקט אז ער האט זיך געהאלדזט און געקושט מיט כל צרוע וכל זב, מיט מענטשן וואס איז געווען ריחם נודף למרחוק.

די שאלה איז יעצט א פילפאכיגע
1) גלויבט איר אז ס'קען בכלל זיין אזא אניגמע, א מענטש מיט אזויפיל ליבשאפט זאל צו דער זעלבער צייט האבן אזא סעלפישנעסס און גורם זיין אזויפיל ווייטאג פאר אנדערע מענטשן ?
2) את"ל אז איר גלויבט אז ס'איז מעגליך אזא פאל, גלויבט איר אז דאס האט אויך געקענט זיין די פאל מיט ר' שלמה ?
3) את"ל אז איר גלויבט נישט אז דאס איז געווען די פאל מיט ר' שלמה, וויאזוי וואלט איר געהאנדלט אין קאפ ווען ס'שטעלט זיך ארויס אזא מציאות פאר אייערע אויגן ?

נעמט און באטראכט, פאר איר ענטפערט אז איר דארפט האבן א ברייטע האריזאנט פארנט פון זיך, צו קענען קאנפראנטירן אביעקטיוו אזא קאמפליצירטע פראגע, ס'איז א קנאפער חכמה אריינצופאסן פאקטן לויט וואס מ'וויל גלייבן.

ולסיכום, אויב גלויבט איר דאס אלעס אויף ר' שלמה, וואס פאר א לקח נעמט איר ארויס דערפון איבער די קאמפליצירטקייט פון די מענטשליכע נאטור און איבער די וועג וויאזוי מיר דזשאדזשן א מענטש'ס כאראקטער.
ספעציעל וויל איך איינלאדנען ר' ATUB @הוגה ATUB אלס איינער וואס איז גאר א שטארקער וואקאלע אקטיוויסט דא אין שטיבל אקעגן מאלעסטעישאן, זאל לאזן הערן זיין מיינונג.
דינסטאג מאי 19, 2015 10:51 am#276713
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
לדעתי איז כמעט קלאר אז ער האט געטוהן פראבלעמאטישע זאכן
אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז ער איז געווען א לעבענסרעטער פאר טויזנטער לעכצענדע נשמות
ער איז געווען א מענטש מיט אומבאשרייבליכע הרגשים און ליידער האט ער עס נישט געקענט אייביג קאנטראלירן
דינסטאג מאי 19, 2015 11:25 am#276732
איך ווייס נישט פארוואס מיין דעה איז וויכטיגער דא ווי אנדערע. איז דען א שאלה בכלל אז עס זענען פאראן עניגמאטישע מענטשן פון אלע סארטן אין דער וועלט? ובכלל, קענענדיג אביסל רבי שלמה'לע און זיין כאראקטער וואלט איך בכלל נישט אנגעקוקט אזא אויפפירונג ווי אן אניגמע. בנוגע צו איך גלייב די מעשיות אדער נישט, עס איז מיר שווער צו זאגן אז אזוי פיל פרויען האבן אויפגעמאכט מעשיות ממילא נעם איך עס אן אלץ אמת. (אגב, כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז ער האט געהאט צוטון מיט פעדאפיליע, אבער זיינע עבירות זענען גראב גענוג אן דעם.) וואס טוט מען למעשה? טו וואס איך טו. איך לאז קיינמאל מיין ווייב אליינס מיט אים. איך טראסט אים נישט לעבעדיג צו טויט.

Can you feel the wind
Can you feel the wind
Can you feel the wind of shabbos


.
דינסטאג מאי 19, 2015 11:40 am#276743
שלא מן העניין, איך בין "נישט" אויפגעוואקסן מיט זיינע קאסעטן, ביי מיין טאט'ן אין שטוב איז ער געווען טרייף-פסול'ס, ער איז באטראכט געווארן אייניג מיט שבתאי צבי – גענוי ווי הרצל צו הרב קוק. ווען איך בין עלטער געווארן איז מיך פארגאנגען דעם אפעטיט פון הערן אומקלארע קאסעטן, בין איך כהיום יוצא מיט יודע גרין וחבריו.

קינדער פלעגן שטענדיג זינגען זיינע ניגונים (אויך נישט צופיל, איך בין דאך פארט נישט געגאנגען אין א חדר געבויט אויף און מיט השקפות צו ווייט פונעם עפל בוים) און איך האב געקאנט בעל פה לייבל וויינשטאק, יום טוב ערליך און שמע בני.
דינסטאג מאי 19, 2015 11:47 am#276748
רבי שלמה איז געווען גאר א גרויסער פארזענדליכקייט, איך געדענק אמאל האט ער זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל ביי איינער פון זיינע ידידים, ער איז דאן געווען אויפן וועג ארויף צו די קאנטרי, און עס איז געווארן א שטיקל אנלויפעניש, רבי שלמה האט יעדען אויסגעהעט מיט געדילט, און אויפן פלאטץ געזינגען יעדע ניגון וואס עמיצער האט נאר פאלאנגט פין אים, ער איז באמת געווען גארנישט ביי זיך. ונפשי כעפר לכל תהיה... עס איז דא א תשיבה אין איגרות משה פון הגאון הגדול רבי משה פיינשטיין ז'ל ווי ער איז מתיר פאר מרי נפש צו הערן זיינע קאסעטעס, טראץ דעם וואס ע''פ הלכה טאר מען נישט הערן סתם אזוי קיין מוזיק אלס חורבן בית המקדש... ער האט פארמאגט א גיוואלדיגע נשמה, ער האט נישט איבערגעלאזט זיינס גלייכען, אין די אלע וואס פראבירן זיך איינצורעדן אז זיי קענען אים מ''מ זיין, הבל יפצה פיהם... רבי שלמה איז געווען איינס, און נאר איינס.... רבי שלמה בן רבי נפתלי ע''ה....
דינסטאג מאי 19, 2015 11:52 am#276752
הוגה, לאמיך אביסל בעסער מסביר זיין מיין פראגע.
קענסט זיך פארשטעלן אלס איינער וואס טוט אדוואקאטירן דאס פארשפארן ר' שלמה'ן אינטער גראטעס, אויב מ'וואלט אים פאר'משפט נאך בחיים חיותו.
ווערט זיין מוזיק נישט פסול קיין כי הוא זה, נאך אלעם איז מוזיק געמאכט פאר אינספיראציע.
ווען די רעדסט ארום איבער שטריכן פון ר' שלמה ביסטו נישט מער באקוועם נישט צו רעדן פון די נעגאטיווע חלק פון זיין פערזענליכקייט ?
דינסטאג מאי 19, 2015 11:56 am#276754
קאך לעפל די נידון אין אגרות משה איז נישט איבער די פראגע צו מ'מעג הערן אלס חורבן ביהמ"ק, נאר צו מען מעג אים הערן בכלל אלס איינער וואס איז אנגעבליך געווען א שותומ"צ און איז ארויס לתרבות רעה, ר'משה טרעפט נישט קיין איסור מצד הלכה צו הערן מוזיק פון אנשים שאינם הגונים.
דינסטאג מאי 19, 2015 11:58 am#276757
פארוואס האסטו דיך אנגעטשעפעט אין מיר? איז דא איינער דא וואס האלט אז סעקסואל הערעסמענט איז אקעי? פרעג ביים עולם.

עס קומט אים די זעלבע משפט וואס עס קומט עני אנדערע מענטש אין די וועלט. זיינע מעלות מאכן נישט קלענער די עוולות, אויב עפעס מאכט עס גרעסער. בנוגע אויב עס מאכט זיין מוזיק פסול וועל איך לאזן פאר די וואס פארשטייען אין די ענינים אז זיי זאלן טיילן דעות. אין מיינע אויגן, אויב האב איך ליב א ניגון וועל איך עס זינגען, ספעציעל אויב איך גלייב אז עס איז געמאכט געווארן מיט גוטע אינטענטשאנס.

איך בין בכלל נישט באקוועם צו רעדן מגדלות רבי שלמה'לע, טאקע מטעם זו.

דו ביזט מיט עפעס מחולק מיט מיר דא?


.
דינסטאג מאי 19, 2015 12:04 pm#276759
איבער די פראגע פון מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי, צום ערשט ווייל ביזט דאך א באזעסענער אינגערמאן, נאך מער, ווייל איך געדענק אין פריערדיגע אשכולות האסטו געהאט זייער א קאנסערוואטיווער בליק איבער מאלעסטארערס, האב איך פשוט געוואלט זען צו דו ביסט אויפריכטיג כאטש צו דזשאדשן יעדעם אייניג.
דינסטאג מאי 19, 2015 12:13 pm#276764
פרויען האבן זיך אפגערעדט אז ער האט זיי פארגוואלדיגט שלא ברצונם?
אדער זיי האבן סתם פארציילט אז ער האט געהאט א גוד טיים מיט זיי?
דינסטאג מאי 19, 2015 12:21 pm#276766
א איד, יא שלא ברצונם
די נקודה וואס כ'האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען איז, אז ס'קוקט מיר אויס מורא'דיג פאלטש די וועג וויאזוי מיר משפט'ן מענטשן, מענטשן וואס זענען אין אלגעמיין סימפאטישע מענטשן פארמאגן א געוויסע חולאת, קען זיין אז ס'איז נישט פארהאן קיין היילונגס מיטל, און אמת טאקע אז פאר יעדען פרייז דארף די געזעלשאפט זעהן אז קיינער זאל נישט דארפן ליידן צוליב יענעמ'ס חולאת,
דאס איז אבער אנדרעש ווען מיר באטראכטן יענעמס אויפפירונג אלס רשעות, וואס דאן דארף מען יענעם אינטערברענגן נאך מער וויפיל ס'פעלט אויס אז זיינע מעשים זאלן נישט שאטן פאר אנדערע.
סך הכל וויל איך מאכן די קעיס, צו איינער האט סיי וואספארא פסיכלאגישע פארשטאנד צו נישט, איין וועג אדער די אנדערע גייט קומען דער טאג וואס ער גייט דארפן דיעלן אויפריכטיג מיט אזא טשאלענדזש
דינסטאג מאי 19, 2015 2:18 pm#276820
ברויך מען אלזא טוישן דעם קעפל צו ״וואס טוט מען מיט ר הוגה״
דינסטאג מאי 19, 2015 2:49 pm#276837
א איד האט געשריבן:פרויען האבן זיך אפגערעדט אז ער האט זיי פארגוואלדיגט שלא ברצונם?
אדער זיי האבן סתם פארציילט אז ער האט געהאט א גוד טיים מיט זיי?

א איד: לויט די היינטיגע וועלטליכע (נישט תורה'דיגע) סטענדערדס וואלט ער זיכער באשולדיגט און באזייטיגט געווארן פון סאסייעטי. אבער דאמאלס האט קיינער נישט גערעדט אדער זיך באקלאגט אויף איהם און ס'איז אלעס געווען אין בעסטן ארדענונג. והא ראיה אז די אלע אפיציעלע באשולדיגונגען און דערציילונגען זענען ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער איז שוין געשטארבן...!
דינסטאג מאי 19, 2015 2:52 pm#276840
קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל ווען האבן גערעיפט, ער האט געטון מצוות? דאס יא!!
אדער זיי מעלה געווען לעולם האצילות כדברי הרב בערלאנד
דינסטאג מאי 19, 2015 3:02 pm#276845
שושן פורים האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל ווען האבן גערעיפט, ער האט געטון מצוות? דאס יא!!
אדער זיי מעלה געווען לעולם האצילות כדברי הרב בערלאנד

שושן פורים:...לויט די היינטיגע וועלטליכע (נישט תורה'דיגע) סטענדערדס, כבר אמרתי...!
דינסטאג מאי 19, 2015 3:14 pm#276852
מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....
דינסטאג מאי 19, 2015 3:19 pm#276855
קאך_לעפל האט געשריבן:מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....


צוגענומען זיין אבר?
דינסטאג מאי 19, 2015 3:21 pm#276857
I'm back האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....


צוגענומען זיין אבר?


נע... איך גלייב נישט אז רבי אהרן זאל דאס האבן געטאן, (כאטש עס וואלט נישט שלעכט געווען) כ'וואלט ענדערש געזאגט צוגענומען דער סמיכה, נישט אזוי ידידי שר החמש מאות?
דינסטאג מאי 19, 2015 3:28 pm#276861
אראפגעשניטן
דינסטאג מאי 19, 2015 3:36 pm#276866
[
דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:31 pm#277731
איך גלייב נישט די אלע מעשות אויף איהם (אקעיגן איהם)

איך וויל אבער זאגען צוויי זאכן.
עס איז נישט קיין חלוק ווי אזוי ענק האלטן. יעצט למעשה איז ער שוין א שוכן עפר. און שוין פאר שיינע פאר יאהר. און ווי מיר ווייסען אז דער משפט פון א רשע אין גיהנם איז פאר י"ב חודש. איז יעצט טאהר מען שוין טאקע נישט רעדן אויף איהם. ווייל טאמער וואלט ער יא אנגעקומען צום גיהנם, יעצט איז ער שוין מער נישט דארט.

צווייטענס, עס איז זייער אינטעריסאנט. מען בארעדט און באשמוצט איהם אבער זיינע ניגונים זינגט מען, און זיינע מעשות דערציילט מען איבער. איז ווי אזוי גייט דאס?

אויב מען האלט אז ער האט טאקע געטוהן די זאכען איז ער דאך געוועהן א רשע. איז ווי אזוי מעג מען?
נישט נאר זינגן אפי' צוהערן?

און אסאך מאכן נאך א קרליבך שבת.

לאצט איהם רוען במנוחה. היינט איז שוין דא גרעסערע פיש. היינט איז דא רעבנים וואס האבן געטוהן די אלעס וואס מען זאגט אויף איהם און נאך אסאך מער.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:40 pm#277736
מה הקשר? די אלע פרויען דארפן זיך יעצט פילן ווייניגער פארשעמט און גענוצט ווייל ער איז ארויס פון גיהנם? ווער גיבט דיך רעכט מוחל צו זיין יענעם'ס עבירות?
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:03 pm#277757
זאת ועוד, על צד ס'איז אמת, ווער זאגט מ'האט אים אזוי שנעל אריינגעלאזט אין גיהנום?!
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:11 pm#277758
שש איך האף אז די גייסט נישט זיצען ביין ב"ד של מעלה, די ביסט צי שטרענג
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:23 pm#277760
קען זיין באופן כללי.
אבער דא? אויב האט ער - נישט נאר נואף געווען, נאר אויך - מאנס געווען אפאר פרויען, בין איך גארנישט קיין מחמיר. [און אפשר יא? כ'ווייס נישט וויאזוי גיהנום טעיסט. ס'דא א ראשית חכמה גיהנום און ס'איז דא אנדערע...].
מיטוואך מערץ 21, 2018 5:03 pm#397959
ער האט געמאכט הערליכע הארציגע ניגונים וואס וועט אייביג פארבלייבן ביי כלל ישראל. איך פארשטיי נישט וואס מ׳וויל דא. ער לעבט שוין לאנג נישט ממילא קען מען אים נישט ברענגן צו גערעכטיקייט. מ׳דארף אים נישט האלטן פאר אפאגאט צי ווייס-איך-וואס. ער איז געוועהן א פשוטע ארטיסט ער האט געשריבן מוזיק פון זיין הארץ. ער איז געוועהן ״א היפי״ און דעמאלטס איז אויך געוועהן אנדערע צייטן און א טראפקעלע א אנדערע קולטור. איך מאך נישט אוועק די וויקטמעס וואס זענען חלילה אביוזט געווארן דורך אים. איך פרעג נאר וואס וויל מען יעצט פון אים? אויפהערן זינגען זיינע ניגונים? זיין מוזיק איז הערליך. ער איז שוין לאנג נישטא. אסאך מעשיות דארף מען פארגעסן. סאיז געזונטער צופארגעסן און גיין ווייטער. מ׳דארף נאר זיכער מאכן אז אזעליכע מעשיות חזרן זיך נישט איבער היינטיגע צייטן. און נישט זיין פארנומען מיט מעשיות פון דרייסיג, פערציג יאר צוריק. און ווער ס׳וויל דווקא מחמיר זיין זאל טאקע נישט זינגן זיינע ניגונים. און צו די אלע וואס מאכן פון אים פערזענליך א גאנצע צדיק. האב איך א מעסעדזש: קוט די קרעפ! און נעם דיך זינגן שפכו כמים לבך. האסטו געהערט א מעשה? ער איז געוועהן א וויואלע מענטש. זיין הארץ איז געוועהן פון גאלד. אפילו אסאך מאל צופיל הארץ... סהאט איבערגערינען... פאר דעם איז ער נאכגעלויפן קליינע מיידלעך...! טרייבטס נישט איבער און זינגטס זיינע הארציגע ניגונים. ער איז געוועהן א טיפיקל היפי ארטיסט, נאר א אידישע. גארנישט מעהר.
מיטוואך מערץ 21, 2018 8:38 pm#397968
מ'טאר נישט ניצן די ווארט 'ויקטעמס', ווייל ער האט קיינעם נישט אביוזט. ער האט זיך געפירט צו היימיש מיט יעדן. והא ראיה ער האט געקושט שמוציגע האוימלעס מענטשן אויך, עקלדיגע פרויען און מענער אויך.
דאס האט מיר יענע פרוי געזאגט, אז דעמאלטס האט זי נישט אזוי שטארק פארשטאנען אז ס'איז ראנג, אבער היינט קוקט זי צוריק און זי שעמט זיך אז ער האט איר אזוי שטארק אנגעכאפט - ווי ס'פאסט נישט.
ר' שלמה איז נישט כאחד האדם, קלאר ער איז מער ווי א געווענליכע ארטיסט, איי ער האט אויך געטון וואקלדיגע מעשים, אבער ס'נישט געווען ווילד, נישט נגד רצונם, אבער אויך נישט ברשות..
אבער סך הכל, וויקטעמס? ניין. נאט נייס נישט פאסיג נישט צניעות'דיג, און יענע וואס רעדן היינט אויף עהם זענען מענטשן וואס האבן פראבלעמען אין לעבן און ער האט זיי מקרב געווען, נישט אז זייערע פראבלעמען האבן זיך ביי עהם אנגעהויבן. יעדער ווייסט אז ער האט זיך געקלעבט צו צעבראכענע, ער האט נישט געכאפט קיין גאנצע ברואים. זיין זכות איז העכער זיינע פשעים, און צו דעם איז ער געווען א ארטיסט אויך, דאס איז א זייטיגע זאך.
מיטוואך מערץ 21, 2018 9:19 pm#397973
פלוני האט געשריבן:מ'טאר נישט ניצן די ווארט 'ויקטעמס', ווייל ער האט קיינעם נישט אביוזט.

דו ביסט דארט געוועהן?
מיטוואך מערץ 21, 2018 9:26 pm#397974
שבת אחים: אויב זיי, די אלע פרויען וואס קומען יעצט אפיער און טענה'ן אז ער האט זיי אביוז'ט. ווייל ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל זיך אהערצושטעללן אלס וויקטים'ס. פארוואס האבן זיי געשוויגן די אלע יארן...?! אוואו זענען זיי געווען ביז היינט...?!. זיכער. ר'איז נישט געווען קיין ..."צדיק"...א יעדער האט געוואוסט פון זיינע ..."מעשים"...ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די אזוי-גערופענע וויקטימ'ס האבן אויכעט געשוויגן. ווער האט זיי צוריקגעהאלטן פון ארויסקומען און פארציילן דאס וואס זיי זאגן היינט...?!
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:08 pm#397982
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: אויב זיי, די אלע פרויען וואס קומען יעצט אפיער און טענה'ן אז ער האט זיי אביוז'ט. ווייל ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל זיך אהערצושטעללן אלס וויקטים'ס. פארוואס האבן זיי געשוויגן די אלע יארן...?! אוואו זענען זיי געווען ביז היינט...?!. זיכער. ר'איז נישט געווען קיין ..."צדיק"...א יעדער האט געוואוסט פון זיינע ..."מעשים"...ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די אזוי-גערופענע וויקטימ'ס האבן אויכעט געשוויגן. ווער האט זיי צוריקגעהאלטן פון ארויסקומען און פארציילן דאס וואס זיי זאגן היינט...?!


פארוואס זיי זענען נישט ארויסגעקומען גלייך איז נישט קיין שאלה. ס׳קען זיין אסאך סיבות דערביי. ווי אויך ווייל מענטשען וואס ווערן אביוזט אסאך מאל שעמען זיך דערמיט וכודומה. איינער האט מיך אביוזט ווען איך בין געוועהן עלעף און נאכדעם ביי די דרייצן און ביי די פערצן. איך האב קיינעם קיינמאל נישט פארציילט דערפון הערשט 20 יאר שפעטער. סאיז נישט קיין שאלה... אבער זאגן קלאר אזויווי ATUB @פלוני ATUB אז ״ער האט קיינעם נישט אביוזט״ וויל איך וויסן צו פלוני איז דארט געוועהן צו פסקנן? פון ווי ווייסט ער אזוי זיכער אז נישט? פארוואס זאל איך זיי נישט גלייבן? ער האט געהאט א היסטאריע פון טוהן די זאכן. און סאיז נישט נאר איינער וואס זאגט עס. אלזא איך פאר מיר גלייב אז ער האט יא געפאטשקעט מיט קליינע מיידלעך. אבער כהאב נאך אלץ ליעב זיין סטייל נגינה און פארטיג. וואס קען מען יעצט טוהן? גארנישט מעהר ווי מאכן זיכער אז ס׳געשעט נישט נאכאמאל.
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:33 pm#397983
שבת אחים: ס'איז א חילוק צו ער האט געטון וואס ער האט געטון מיט עדאלטס אדער מיט מיינערס. מיט עדאלטס איז עס בינו לבין המקום. אבער טאמער האט ער טאקע אביוזט מיינארס, איז ער א קרימינאל. און ער וואלט געדארפט געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט. ווייל די אלע מיינארס האבן געהאט עלטערן. און זיי וואלטן זיכער נישט אדורכגעלאזט אזאלכע מעשים, וואס מ'האט געטון צו זייערע קינדער...!. אויסער אז מ'רעדט פון ראנעוועי'ס...!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:54 pm#398068
כ'מיין איך וואלט געמאכט אזא סך הכל.
איז דא 'איין מעשה' אז ער האט געטון עפעס 'אויסער קושן' און גלעטן? אויב האט ער 'אפילו איין מאל' געטון מער פון דעם, ווי למשל געעפענט איינעמס בגד, אריינגעלייגט א האנט אין א מקום מכוסה, נו! איז ער נכלל אינעם קרימינאל ליסטע.
אבער כל עוד זיין וועג איז געווען חיבוק ונישוק בגלוי בפני עם ועדה, האט ער דאס געטון צו יעדן..
ס'דא אסאך ווייבלעך וואס זענען פערטיקילער אין געוויסע סארט חיבוקים - פאר סתם אזוי.
און פון ווי איך פלוני ווייס? איך ווייס נאר וואס כ'האב געהערט פערזענליך פון יענע פרוי אפאר טאג צוריק, און כ'בין געווען אין קארליבאך שול א יאר צוריק און אויך דארט 'אין זיין שול' האבן אפאר באבעס גע'דרשנ'ט קעגן עהם, אז הי מעיד ע בעד נעים פאר דע שול.. כ'האב זיי אנגעקוקט ווי אזעלכע כפוי טובה, זיי פרעסן זיך אן ביי די קדישים דארט און בלעימען די עסן געבערס.. שעמסט זיך גיי דיר עסן ערגעץ אנדערש..
אויב כ'זאל הערן א נאמען מיט א מעשה וואס ער האט אריינגעלייגט א האנט אינעווייניג א בגד, וכדומה. איז די סטארי אנדערש. אבער דערווייל איז עס מנהג הדור היינט זיך אריינצוווישן אינעם נענטסן האנטוך..
פרייטאג מערץ 23, 2018 11:59 am#398189
אישתישבי האט געשריבן:ביי אונז חרדים וואלט מען געזאגט, עס איז נאך א גרעסערע קידוש השם אז אונזערע קינדער שפילן נישט האקי אין דער וואכען.

קידוש? אפשר. אבער ווד"פ השם???
פרייטאג מערץ 23, 2018 12:05 pm#398191
דער רב זי"ע האט געזאגט, "אז א בעלזע בחור לערנט אז מ'זאל זאגן "קוקטס נאר ווי בעלזע בחורים לערנען אזוי פלייסיג" איז עס תורה לשמה" ודפח"ח.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:39 pm#411694
קאך_לעפל האט געשריבן:קיינער קען נישט קומען און זאגן אז דער רבי שלמה איז געווען אן אויסגערופינער בעל עבירה...

יא זיין מהלך אין קירוב איז געווען גאר קאמפלעצירט פיל אנדערש ווי מיר האבן געזעהן ביי אבותינו ורבותינו.
דאס אז ער האט עוסק געווען אין חיבוק און נישוק מיט לאו דווקא בלויז פון די מענערישע געמיינדע איז אויך קיין סוד נישט.

בס''ה האט ער געהאט גאר א קאמפלעצירטע נשמה.
און עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פרעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....


איך קען א משפחה וואס די מאמע איז א בעלת תשובה דורך ר' שלמה ז"ל !!!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 6:30 am#411724
קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

דרך אגב, דער אלטער אמשינאווער פון ארץ-ישראל האט שוין ארויף-געקוקט שלמה'לע'ס אויפטוה'עכטס,
און ווען עפעס א רב האט עם פארגעהאלטן היתכן צו שטיצן אזא איינער וואס פראוועט'זיך אזוינע שטותים און נארישקייטן,
האט דער אמשינאווער (ר' יר"י מאיר'ל זצ"ל מאמשינאוו-ארץ-ישראל) עם געענטפערט, ס'איז פארהאן נעבעך אזויפיהל מענטשן וואס מאכן זיך אזוי נאריש פאר נישטיגקייט,
- אז מיר האבן אזא איינער וואס מאכט זיך נאריש מיט א מטרה צוריק צו ברענגען יידישע קינדער, הגם ס'איז נאריש, ברויכן מיר עם שטיצן.
(שמעתי מהעסקן ר' דוד הכהן דואיק הי"ו, מחסידי אמשינאוו בב"פ)

איך ווייס נישט אויב ר' ATUB @קאך_לעפל ATUB ווארט פאר אן ענטפער אויף זיין משל:
קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פלעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....

און ר' ATUB @שמחהלע קאפשטיק ATUB ענטפערט עם:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איך קען א משפחה וואס די מאמע איז א בעלת תשובה דורך ר' שלמה ז"ל !!!

קען זיין אז ס'קיצעלט אביסל, ווייל אונז ווייסן דאך אז אי לאו האי יומא דקא-גרים וואלט קיינער נישט געגיינגען קיין בארד-און-פיאות,
אבער דאך, ס'איז פארהאן יידעלעך וואס האבן אויפגעטוהן פאר יידישקייט אן זיך צו באנוצן מיט'ן בעל הגאולה'ס דרך השקפה,
און טאקע אין ק.טאהש, ק.קאשוי, וויליאמסבורג המקורית, ק.יואל, בלומינגבורג, און נאך אזעלכע מקומות (נדחים) וועסטו באגעגענען גענוג און נאך יודען וואס קענען נישט קיינער פון ר' שלמה'לע'ס בעלי תשובה
אבער אין עני אנדערע מקום וועסטו טרעפן גענוג און נאך משפחות וואס שטאמען פון איין זיידע וואס אלט'ס סטודענט אין באסטאן אדער קאנעטיקעט וכדו',
ביי א קאנצערט וואס ר' שלמה'לע האט געפראוועט, האט ער זיך געטראפן זיין פינטעלע ייד, און אויפגעשטעלט ליכטיגע יידישע דורות.
אה, און איך קען נישט קיין איין תימנ'ע משפחה וואס סאטמארע רב'ס מענטשן און מוסדות האבן געראטעוועט, מיינט דאס אז ס'איז נישט געשעהן? (אדער אפשר איז דאס טאקע נישט געשעהן...)
חז"ל פסק'נען שוין אז "לא ראינו אינו ראיה".
הצלחה.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:23 am#411725
בכלל, די מישג פין בעל תשובה מיז נישט מיינען אז יענער איז געווען עפעס א מאכיל נבליות וטרפות
אויב האסטו שוין אמאל געהאט אן התערות תשובה אמאל נאכן זינגען א ווארעמע נפשי כמים ליבך ביסטו פין ר שלמה'ס בעלי תשובה
איך ווייס איך בין!