Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א כשר׳ע שטיקל חזיר פלייש

א כשר׳ע שטיקל חזיר פלייש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8985
מוצ"ש מאי 30, 2015 9:55 pm#279120
א כשר׳ע שטיקל חזיר פלייש
יצחק גייט אהיים רואיגערהייט פרייטאג צו נאכטס נאכן פארברענגען מיט זיינע פריינט, ער באקומט א טעקסט-מעסעדזש פון זיין ווייב: "איך האב מיר שוין געלייגט שלאפן, ביטע מאך צו די לייט אין דיינונג רום ווען די קומסט אהיים, און אויב עס באדערט דיר נישט צו אוועק פאקן די איבערגעבליבענע בעיקאן פון די סעודה".

וואס גייט דא פאר? רעדן מיר דא פון אן ארטאדאקסישער איד? טעקסט זיך אין שבת, לעשט אויס לייטס, און עסט בעיקאן פאר די שבת'דיגע סעודה.

דער ענטפער איז: יא. מ׳רעדט דא פון איינער וואס פארלעצט נישט קיין איין הלכה אינעם שולחן-ערוך, און קען ווערן אנגערופן מיטן פולן רעכט אלס אן ארטאדאקסישער ייד.

איז אזוי, פאר די טעקסטעריי נוצט ער אונזער באקאנטע שבת-עפפ, אזוי אז עס איז נישט פארהאן קיין שום חשש חילול שבת. ווידער,פאר די לייט נוצט ער די קאשער-סוויטש, אזוי אז ער איז נישט עובר אויף קיין שום איסור על פי דת תורתינו.

אבער וואס טוהט זיך מיט די בעיקאן? הייתכן?! אן ארטאדאקסישער ייד עסט חזיר פלייש בריש גלי?

נו, לאמיר אייך באקאנט מאכן מיט א סייענטיפישע פארשריט, וואס כאטש עס איז נאכנישט אין פולן אמט היינטיגע צייטן, אבער עס וועט בקרוב זיין אן אמת׳ער מציאות.

לאמיר זיך באקאנט מאכן מיט א ביאלאגישע מושג וואס הייסט cloning, אדער אין עברית הייסט עס "שיבוט", דאס איז א וועג וואס א בעל-חי (אקטועלי, יעדע זאך וואס לעבט) קען געבוירן א צווייטע בעל חי אהן דעם וואס ער זאל נוצן א פרעמדע בעל חי, (אנדערש ווי די געווענליכע נאטורליכע וועג וואס בעלי חיים אין אלגעמיין פרעדוצירן זיך).

דא רעדן מיר פון א געוויסע טעכנאלאגיע וואס מ'קען אין א לעברעטארי, נעמען צעלן פון א בעל חי, און פראדעצירן פון דעם נאך און נאך צעלן. אין טעאריע, איז גענוג איינצעלנע צעלן פון א קוה (מ'דארף איהר ניטאמאל שחט'ן, און מ'קען דערפון סופלייען טאנען פון פלייש פאר אייביג און מ'וועט מער קיינמאל נישט דארפן נוצן נאך בעלי חיים (בדרך אגב, א גוטע בשורה פאר די וועדזשעטעריאנס).

פאר צוויי יאהר צוריק, האבן שוין סייענטיסן פארגעשטעלט פאר עסן-אינספעקטארס, און זיי האבן געטעיסט פון די פלייש, זייער רעאקציע איז געווען, אז עס פיהלט כמעט פונקט ווי ארגינעלע פלייש.

ווי ערווארטעט איז שוין די הלכה'דיגע נושא ארויף על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן. מ׳האט שוין דן געווען דערויף כדת של תורה, זה בונה וזה סותר.


הרב צבי רייזמאן שליט״א פון לאס-אנדזשעלעס (מחבר ספרי רץ כצבי, ועוד), האט מאריך געווען אין דעם נושא, אין סורפרייזינגלי קומט ער ארויס מיט א היתר, וויבאלד עס איז בטל בששים (אדער באלף), און נאך כמה וכמה צירופים. ער שרייבט דארטן אויך אז מ'מעג עס אזעלכע פלייש מיט מילך.

זעלבסט פארשטענדליך, אז די אוסרים בלייבן נישט שולדיג, און זענען מנמק זייערע טעמים לאסור בטוב טעם ודעת.

ווארט-זאגער און עקספערטן וועלן זאגן, אז עס וועט מקויים ווערן פולקאם די באקאנטע מדרש, (יעצט גיי פרעג מיר ווי עס שטייט? איך ווייס נישט, אזויפיהל ווייס איך אז דער אור החיים ברענגט עס אין פרשת שמיני). למה נקרא שמו חזיר? לעתיד לבוא הקב"ה מחזירו להיתר.

תלמידי חכמים ווייסן צו צייכענען די גמרא (חולין דף ק"ט ע"ב), כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה, אסר לן דמא - שרא לן כבדא ... חזיר - מוחא דשיבוטא. (ווי אויבן געשריבן, אין עברית ווערט אט די טעכנאלאגיע אנגערופן "שיבוט").

ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם קוקן ארויס מיט שפאנונג, אז די מאמר חז״ל זאל שוין טאקע מקויים ווערן, און באטראכטן עס אלס איינע פון די סימנים פון די גאולה הקרובה לבוא, בב״א.
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:00 pm#279128
ווי קען מען זעהן די בירור פון הרב רייזמאן? וואס טוט זיך מיט כל היוצא מן הטמא טמא?
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:02 pm#279129
די תוצאות גיין נאך ווייטער, מוועט נישט קענען מער שרייען איינער אויפן צווייטן 'דו חזיר!'
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:10 pm#279132
הערשט דעמאלסט וועט מען קענען שרייען דו אנגעפאשעטע חזיר !נאכן פארשטיין די ריכטיגע באדייט!!
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:10 pm#279133
על זה היום קיווינו.
ב״ה עס איז שוין דא אויף וואס מוחה צו זיין
ווי גייט דער סלאגאן אויפן שבת עפפ.״עס איז נישט שווער צו זיין א איד״
יא יא אונז האב מיר א גוטע טאטע וואס לאזט אונז זיך אביסל אויסלופטערן!!
לא אלמן ישראל!!!
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:17 pm#279135
פארוואס: ייש"כ פאר ארויסברענגען אט די נקודה. אויך פאר דעם פראוואקאטיוון קעפל..."א כשר'ע שטיקל חזיר פלייש"...!
אויך האב איך געוואלט אנמערקן אז וואס די גמ' זאגט אז דער דג "שיבוטא" האט א טעם ווי חזיר, און איז מותר צו עסן, מיט דעם ווארט "שיבוט" אין מאדערנע עברית צו דעפינירן "קלאונינג" איז אפשר א קא-אינסידענס, א צופאל. אבער יעצט זעה איך אז דאס איז בכוונה אויסגעקליבן געווארן.
נאך א ראיה אז עברית איז א קולטורעלע שפראך און איז באזירט אויף שטארק אריגינעלע מקורות. ס'איז אפשר א טמא'נע שפראך, לפי שיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע הבעל דברי יואל. אבער זיכער נישט קיין דזשאנק שפראך. אזוי ווי א סאך נארישע מענטשן ווילן זאגן...!
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:23 pm#279138
ריכטיג האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די בירור פון הרב רייזמאן? וואס טוט זיך מיט כל היוצא מן הטמא טמא?

די מאמר איז געשריבן אין די יערליכע הלכה אויסגאבע תחומין לד, 99. אונטערן קעפל "בשר מתאי גזע".
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:25 pm#279139
berlbalaguleh האט געשריבן:אויך האב איך געוואלט אנמערקן אז וואס די גמ' זאגט אז דער דג "שיבוטא" האט א טעם ווי חזיר, און איז מותר צו עסן, מיט דעם ווארט "שיבוט" אין מאדערנע עברית צו דעפינירן "קלאונינג" איז אפשר א קא-אינסידענס, א צופאל. אבער יעצט זעה איך אז דאס איז בכוונה אויסגעקליבן געווארן.

דיין געדאנק איז שוין געווארן דערמאנט בפתיחת האשכול, וברוך שכיוונתי.
זונטאג מאי 31, 2015 12:14 am#279165
באשריבן אמאל אין מאחורי א לאנגע באריכט וויאזוי דער קלוינינג ארבייט.
סייענטיפשע חידוש: קינד אן א טאטע
זונטאג מאי 31, 2015 12:20 am#279169
טעקסטן, אויסלעשן א לייט, חזיר דאס אלעס קען איך נאך דערהייבן. אבער וויאזוי טראגט ער ארום דעם סעלפאון, ווילסט מיר זאגן אז ער האט אפירגעקראצט א היתר אויפ'ן עירוב אויכעט?
זונטאג מאי 31, 2015 12:43 am#279178
שמעון וואלף: דו האסט גוט ארויסגעברענגט די נקודה. אויף ענגליש ווייס איך דאס ווארט:...Juxtaposed...
אויף אידיש ווייס איך נישט קיין ענליך ווארט צו דעם. אפשר ווי ס'שטייט אין חומש..."פרעו אהרן לשמצה בקמיהם"...!
אזא פנים האט מען ווען מ'האלט אידישקייט מיט פאליטיק און אגענדעס... די קליינע קינדער אין א געוויסע "הייליגע" אידישע געגנט קענען שרייען...דער טמא'נער עירוב....! און אין די זעלבע צייט גייען בחורים און ציפן די מח--- ביי פרויען וועלכע גייען שבת מיט א קערידזש אויפ'ן גאס...!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 1:31 pm#437071
אז מ׳רעדט שוין פון קלוינינג, איז די קליפ ברענגט גוט ארויס פארוואס קלוינינג אין פיזיקס (וואס מיינט עפעס אנדערש און מער פונקטליך ווי קלוינינג אין ביאלגיע, פון וואס די אשכול רעדט) איז אומעגליך.