מיטוואך יוני 20, 2012 6:47 am#18817
חרדי׳שע צענזור
אמאל האבן אידן געליטן פון א צענזור וואס איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף זיי דורך דער קריסטליכער הערשאפט; היינט זענען עס די חרדישע אידן וועלכע האבן מורא פון געדרוקטן ווארט. עס זענען פאראן הונדערטער פעלער ווי חרדי׳שע ביכער און ספרים האבן צענזורירט און פארדרייט פאקטן ווייל פובליצירן די אינפארמאציע איז נישט געווען פאר דער טובה פון דער חרדי׳שער אגענדע. פראפעסאר מארק שפירא האלט אינמיטן שרייבן א בוך אויף דער סוגיא.
לאמיר דא אנפאנגען מיט א שטיקעלע צענזור וואס איז דערמאנט געווארן דורך דעם חכם וסופר ש. פון דעם בלאג ״אן דה מעין ליין״. ש. ברענגט א קאפיע פון א זייט פון דער ענגלישער איבערזעצונג פון הרב יונה לאנדא׳ס בוך ״דער רב הכולל און זיין תקופה״, אויף הג״ר יעקב יוסף ז״ל, רב הכולל ניו יארק. דארטן ברענגט הרב לאנדא א בריוו וואס דער רב הכולל האט געשריבן צו ״א רב״, אבער די אידענטיטעט פון דעם ״רב״ איז פארמעקט. ש. דעקט אויף אז דער ״רב״ איז נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער משכיל ר׳ שמואל יוסף פין, וועמען דער רב הכולל באטיטלט ״ידידי ואהובי הרב הג׳ בתורה וחכמה, זקן בית וילנא, כת״ר שמואל יוסף פין שיחי׳ לברכה.״