Under maintenance
הויפט זייט » ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם

ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9088
פרייטאג יוני 12, 2015 12:03 pm#282310
ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
IMG-20150612-WA0013.jpg
IMG-20150612-WA0013.jpg (173.1 KiB) געזען געווארן 2707 מאל


Sent from my Game-Boy using Satellite
פרייטאג יוני 12, 2015 12:04 pm#282311
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
איז נישט סאטמאר רבי געוועהן קעגן יאניפארמס?
פרייטאג יוני 12, 2015 12:07 pm#282313
דאכט זיך אז יא. אבער מיהאלוויץ האט יא געלאזט
פרייטאג יוני 12, 2015 1:49 pm#282334
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
כ׳ גיב קרעדיט פארן סאטמערע רבי. אפילי ער איז געווען קעגען יאניפארמס איז ער נישט ״סטאבערן״ אין דער וועלט אריין. צו האט ער איינגעזעהן זיין טעות. אדער האט זיך די סיטשאעשען געטוישט. האט ער די גאטס צו טוישען זיין מיינונג.
פרייטאג יוני 12, 2015 1:54 pm#282336
די סאטמארע רבי וואס איז געווען דערקעגן, צו וועם ראשעקאל באציט זיך, לעבט שוין נישט צו קענען טוישן זיין מיינונג
פרייטאג יוני 12, 2015 2:00 pm#282339
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
די היינטיגע סאטמערע רבי זיצט שוין גענוג לאנג אויפען בענקעל. ווען ער וואלט געוואלט, וואלט ער עס שוין געקענט איינפירען. ער האט שוין איינגעפירט שווערערע זאכען. אין אז איך זעי אז ביז יעצט האט ער עס נישט געטוהן איז ביי מיר א ראיה אז ער איז געווען קעגען. ( פארגעס נישט אז רוב חסידישע סקולס האבען עס שוין פאר 20 יאר. די סיבה איז נישט אז ס׳ איהם נישט איינגעפאלען ביז יעצט)
פרייטאג יוני 12, 2015 2:33 pm#282343
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס
פרייטאג יוני 12, 2015 2:37 pm#282344
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
וויל קענען האט געשריבן:אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס

פארוואס ווערסטו אזוי אויפענדעד אז ער האט געטוישט זיין מיינונג? ווער ס׳ טוישט קיינמאל נישט קיין מיינונג איז דאך א פאלנער משוגענער.
פרייטאג יוני 12, 2015 2:51 pm#282346
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
כ׳האב נישט געזאגט אז ער קען נישט האבן געטוישט זיין מיינאנג וואס בדרך אגב איז ער א מומחה דערינען בין לטוב ובין למוטב ואכמ״ל( ביי אים איז א אלטע מיינונג קיין מיינונג הכל הולך לפי המצב) כ׳האב נאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום ראיה אז ביי דעי פאל האט ער געטוישט זיין מיינאנג
פרייטאג יוני 12, 2015 3:17 pm#282350
וויל קענען האט געשריבן:אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס

געב עס אביסל צייט דאנט ווארי !
פרייטאג יוני 12, 2015 3:58 pm#282355
ראשעקאל האט געשריבן:איז נישט סאטמאר רבי געוועהן קעגן יאניפארמס?
ער איז געווען דערקעגן?? ער האט געהאלטן די מעלות זענען ווייניגער ווי די חסרונות, והא ראי' אין בארא פארק האט ער יא געהאלטן מען זאל עס איינפירן, אין פאר די זעלבע סיבה וואס ס'איז איינגעפירט אין ב''פ פירט מען עס איין אין מאנסי, נאך א מזל מהרז''ל האט נישט קיין קהילה אין מוסדות אין מאנסי קען נישט די ווערן יוניפארמס אין מאנסי א פריצות'דיגע זאך
פרייטאג יוני 12, 2015 4:00 pm#282356
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
אין בארא פארק האט מען עס איינגעפירט אין די תש"מ'ס, און בארא פארק איז דעמאלטס געוועהן גאנץ מאדערען
זונטאג יוני 14, 2015 1:46 pm#282502
ווער זאגט אז סאטמאר רבי איז געווען אקעגן ? אה ! די זעלבע וואס גייען אין בג"ץ

איך האלט עס ער טוט עס פשוט פאר עטענשאן .... ניין ? ער האט שוין לאנג נישט געהאט קיין עטענשאן .......
זונטאג יוני 14, 2015 2:39 pm#282520
IMG_20150614_143909.jpg
IMG_20150614_143909.jpg (41.65 KiB) געזען געווארן 2219 מאל
זונטאג יוני 14, 2015 3:36 pm#282530
ר' שלמה יענקל בשם ר' נתן יוסף דער זעלבער וואס מ'איז נאך מסופק מיט די מענער זאלן יא אדער נישט שלעפן קעריזשעס
מאנטאג יוני 15, 2015 8:25 pm#282852
ATUB @גאנצל ATUB
פארוואס אין קרית יואל מאכט מען עס נישט
מאנטאג יוני 15, 2015 8:42 pm#282857
איש את רעהו האט געשריבן:@גאנצל
פארוואס אין קרית יואל מאכט מען עס נישט


וואס פארשטייסטו נישט ? דארט דארף ער נישט קיין עטענשאן
מאנטאג יוני 15, 2015 8:44 pm#282858
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
פארשטיי איך נישט וואדי זאגסט
מאנטאג יוני 15, 2015 9:41 pm#282890
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
מ'האט עס געוואלט איינפירן דארט אויכעט אבער - אין א זעלטענע שריט - האט א פרוי פארפירט דערקעגן ביי א פאבליק פארום (ווי עס איז געווענליך דער סדר אז יעדער איז מסכים, פראטאקאלירט), און עס איז אראפ פון טיש.
דינסטאג יוני 16, 2015 12:21 pm#282999
מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,
דינסטאג יוני 16, 2015 12:43 pm#283008
ווען עס איז געווען די פרשה פינעם סקול דיסריקט האט זיך אמאל אפגעטאן א דיבאטע אין בית מדרש, מאנכע האבן גע'טענה'עט אז עס איז אסור, און מאנכע האבן גע'טענה'עט אז עס איז מותר, די דיבאטע איז געווען גאר היציג.
שפאצירט דירך עפעס א אידל, און ריפט זיך אן אז ער האט געהערט פון גדולי ישראל, וואס האבן התרת הוראה פין די גרעסטע רבנים, און פסק'נען שוין שאילות פאר אידן לאנגע יארן, אז די סקול דיסריקט איז מותר!!!
דער עולם איז ממש ארויפגעשפרינגן אויף דעם אידל, און אנגעהויבען צו לארעמען אויף אים אז ער זאל תיכף זאגן ווער די גדולי ישראל זענען. דער אידן פארקניישט זיך דער שטערן און פראבירט זיך אזוי צו דערמאנען.. און בום.. ער האט זיך דערמאנט..איינער הייסט ר' משה טייטעלבוים דער רב פון זענטא, סיגוט, און סאטמאר, און דער צווייטער איז ר' אהרן טייטעלבוים דער רב פון סיגוט, און קרית יואל. דער עולם האט געכאפט דער געדאנק און אויסגעשאסן אין א געלעכטער..

ר' אברהם לייטנער זאגט.. ר' מאטעלע זאגט.. ער זאגט יענער זאגט.. וועמען אינטערעסירט וואס זיי זאגן? גדולי ישראל האבן געזאגט אז עס איז מותר.. זאל זיך די גאנצע וועלט איבערקערן..

לענינינו: כ''ק רבינו שליט''א זאגט אז די יוני פארמען איז נישט קיין פראבלעם אין מאנסי, אזוי ווי זיין טאטע דער ברך משה זי''ע האט געזאגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם אין בארא פארק. אלזא? וועמען גייט אן וואס א פאר זקאווע שטיבל זאליבאנעצעס ברענגן נאך פינעם בדחן הירוק? נאך דערצו ווי גאלד האט געשריבען אז איר וועט נישט געפונען אין קיין שום ספר פון רבינו הקוה''ט זי''ע, אז יוניפארמען איז א פראבלעים...

ווען די רבי זי''ע איז נישט געווען געזונט האבן א פאר פרומע לייצים ארויסגעשלעפט מאדנע הוראות פון אים.. רעב נתן יוסף זאל זיך מיען אין ליכטיגען גן עדן מיט ר' שייע יענקל שטויבער זענען אויף דעם געווען די גרעסטע מומחים...
דינסטאג יוני 16, 2015 12:45 pm#283009
גאלד האט געשריבן:מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,


וה"ה עירוב

סאטמאר איז נישט ברסלב און נישט ליבאוויטש, עס איז דא א לעבידיגע רבי, ודו"ק כי קצרתי.
מיטוואך יוני 17, 2015 2:56 pm#283315
דולה ומשקה האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,


וה"ה עירוב

סאטמאר איז נישט ברסלב און נישט ליבאוויטש, עס איז דא א לעבידיגע רבי, ודו"ק כי קצרתי.

אין די זעלבע איז מיט די אזויגעריפענע שייגץ בייק