Under maintenance
הויפט זייט » די סעקשאן אכט סומאטאכע

די סעקשאן אכט סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9103
מאנטאג יוני 15, 2015 2:08 pm#282753
די סעקשאן אכט סומאטאכע
היינט פארטאגס האט די זון אינעם שטעטעלע מאנטיסעלא נ"י אויפגעשיינט צו די פרייד פון צענדליגער הונדערטער איינוואוינער וואס לעבן זיך זייער באשיידן לעבן דארטן על הרי הגבעות כל ימות השנה. וואס הייסט, די לאנג ערווארטעטע איז אנגעקומען. היינט עפענט זיך די שערי רווחה.. די מונציפאליטעט גייט פארטיילן פרישע ארבע מאות סלאט'ס פאר ארימע פארדינער, עס קומען גוטע צייטן. ער לייגט זיך שלאפן מיט רייכע מחשבות. אה, געענדיגט מיט די אלטע צייטן אינעם צומאלישטן באנגעלוי.. מיט א סעקשען אכט סלאטע גיי איך מיר שוין קענען ערלויבן א פרישע דירה פאר מיין פאמיליע..

5:30 פארטאגס רייבט ער זיך אויס די אויגן און יאלא.. עס איז דא ארבייט היינט.. ער נעמט זיך מיט זיין קאפי און פארט ארויס צום באשטימטן אדרעס, ער יאגט זיך אונטער, ער האפט נאך צו זיין פון די ערשטע פופציג.. ער פארקירט זיין פיקאפ טרעקל און שפאצירט צו נענטער מיט פעסטע טריט.. און בום! בום! עס ווערט איהם שווארץ (און ווייס) פאר די אויגן... וואס גייט דא פאר?? עס שטייען פאר זיינע אויגן הונדערטער (יא איר ליינט גוט..) מענטשן געקליידעט אין שווארצן... ומעוטף אין ווייסן... (ער פילט זיך ווי דער גוי אויפן פליגער קיין קיעב ערב ר"ה), און ווער זענען זיי... אה, די חברה וואס ער איז מחויב איינצוהאלטן די פייף אויב זיי האלטן אויף די פארקער יעדן 'שעני וחמישי'.. אז נישט איז ער דאך א פשוטע וויסטער אנטיסעמיט...

עס טוט זיך דא א כולל באס פון דושינסקי.. א באס פון מהרז"ל.. א מנין צוויי פון סקווער... צוויי דריי טוצן פון קרית יואל.. וכו' וכו'. אקיצור די אידעלעך פון די פרעמד האבן זיך אנגערוקט דא כחול הים פשוט אויסצוכאפן די געהאפטע סלאטס פאר תושבי מאנטיסעלא...

וואס פארלאנגען מיר פונעם גוי'ס קאפ צו טראכטן נאך אזא סצענע...?? אויב האט ער נישט גענוג פיינט אלץ דעם עשו שונא, וואס דארפן מיר איהם פיטערן הייסע ווארע אויף א גאלדענעם טאץ?? וואס טראכטן מיר.. אז זיי גייען שטיל שווייגן..?? א נעכטיגן טאג! יא פרי קאנטרי נישט פרי קאנטרי. זיי גייען רייטען און סאקען דערפון בגדול!

נ"ב, עס איז קלאר אז עס איז שווער דן צו זיין די אינגעלייטלעך וואס סטראגלען אוועק על התורה ועל העבודה. (אבער פארוואס שיקט מען נישט קיין אימעילס צום אפיס אווי זיי זעען נישט ווער דער שולח איז??)
מאנטאג יוני 15, 2015 2:23 pm#282755
.
מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 pm#282757
.
מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm#282760
שולדיג אין דעם איז קול מבשר אינאיינעם מיט דעם הערשקאוויטש וועלכע האבן אהינגעטריבן דעם עולם גולם.
מאנטאג יוני 15, 2015 2:32 pm#282761
באלאנגט אין "איך עקל מיך" אשכול.

איך האף נאר אז מ'האט נישט פארקירט די 2015 אדעסי אינדרויסן פונעם אפיס.
מאנטאג יוני 15, 2015 2:37 pm#282762
דער דרעזנער דארף זיך אפטראגן פאר ער לייגט אונז אינגאנצן צוגרונגד. וואו איז א טראפ שכל? זאג קיינער גייט נישט אראפ שיקט אלע דורך אימיעל אדער פאסט. זייער מסתבר נאך די סצענעס וועט קיין איין איד וועט קיין וואוטשער נישט באקומען דארט עס וועט אלעס גיין פאר לעיגיטימע לאקאלע איינוואינער.

הערשקאוויטש זאגט היינט פאר דרעזנער אויף קול מבשר עס איז גרויסע קידוש השם.
מאנטאג יוני 15, 2015 3:51 pm#282774
שולדיג איז איין זאך - אז מיר מוזן וואוינען אין טייערע נישט-עפארדעבל הייזער, דייקא הונטער די מאמעס פארטוך, און באצאלן רעבע געלט דערפאר, און דערנאך גייט מען אויססאקן יעדע עוועילעבל ריסאורס פאר דעם וויכטיגן צוועק.
מאנטאג יוני 15, 2015 4:03 pm#282777
עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?
מאנטאג יוני 15, 2015 5:12 pm#282794
דער באשעפער זאל אונז אפהיטן, די בילדער זעט אויס ווי א געהעריגע אינוואזיע!
מאנטאג יוני 15, 2015 5:15 pm#282795
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
chusid האט געשריבן:עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?

וועיטינג ליסט.
מאנטאג יוני 15, 2015 6:13 pm#282815
און לאמיר נישט פארגעסן, ווען די מענטשן וואלטן ווען טאקע געוואינט אין מאנטיסעלא וואלטן זיי נישט געדארפט סעקשאן אכט, סך הכול ווייל זיי ווילן וואינען אין איינער פון די טייערסטע סיטיס אין די וועלט דהיינו ניו יארק קומען זיי צו די ארעמע צו כאפן דאס זייעריגע
מאנטאג יוני 15, 2015 6:20 pm#282818
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
אפיציעל דארפן מען וואינען דארט א יאהר נאכן באקימען די סעקשען אכט, וואס די עולם פלאנט נישט צו טיהן.
ווען מ'וועט ארעסטירן פופציג אינגעלייט פארן זאגן ליגנט וועט מען שרייען אנטיסעמיט.
מאנטאג יוני 15, 2015 6:24 pm#282822
איך פארשטיין נישט די גרויסע סעמאטוכע און די גרויסע איבערקערניש דא , און אמתן אריין איז דאך דאס אונזער געלט וואס דער אייבישטער האט באשאפן און בשבילי נברא העולם, דער גוי איז דאך נאר באשאפן געווארן צו טוהן די פיזישע ארבעט וואס א חסידישער איד וואס עסט ג׳ סעודות מיט י״ב חלות און רוקט נאך צו לעבערליך ווייל ס׳איז מרמז מ׳זאל לעבן ערליך ! און צו רייניגן די מקוה און קלינען די ביסקיסיע פאר 7.34 א שעה , וואס דארפן די חיות האבן געלט? פאר זייער עקלדיגן הונטל? לי הכסף והזהב די אלע געלט באלאנגט אין אמתן פאר אידן די גאווערמענט האלט עס נאר פאר אונז און ווארטן אז מיר זאלן עס קומען אפנעמען... :רח"ל :רח"ל
מאנטאג יוני 15, 2015 6:25 pm#282823
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
@שבת אחים
וואס קוועטשט דיך?
מאנטאג יוני 15, 2015 6:31 pm#282825
איך האב זייער ליב מיינע אידישע ברודער, איך וואונטש זיי אלעס גוטס, אבער אויב וואלט איך אנגעקומען דארט, מן הסתם וואלט איך גלייך געמאכט א יו טורן נישט צו זיין א חלק פון די חילול ה'. (אדער וואלט די נסיון העוני וואס אסאך פון אונז פלאגן זיך מיט דעם, איבערגעוואויגן די נטורליכע מדת הבושה פון די זרע אברהם יצחק ויעקב)
מאנטאג יוני 15, 2015 6:36 pm#282826
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
דער מיטן לעקסאס האט נעבעך נישט קיין געלט פאר רענט.
uploadfromtaptalk1434407805963.jpg
uploadfromtaptalk1434407805963.jpg (24.81 KiB) געזען געווארן 3865 מאל
מאנטאג יוני 15, 2015 6:39 pm#282827
נע, דאס באלאנגט פאר איינע פון די לאקאלע אנטיסעמיטן.
מאנטאג יוני 15, 2015 6:42 pm#282828
Let's see the rabunim being moiche on this. They won't because they and their kids also have section 8
מאנטאג יוני 15, 2015 6:45 pm#282829
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
מאנטאג יוני 15, 2015 7:01 pm#282833
באמת'ן האלט איך אז שבת אחים איז 100% גערעכט. ער ברענגט עס ארויס מיט די ריכטיגע ווערטער.
אה. ATUB @שבת אחים ATUB כ'האב הנאה פון דיין חסידישע שטאלצקייט...!
מאנטאג יוני 15, 2015 7:06 pm#282836
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
ראשעקאל האט געשריבן:http://m.recordonline.com/article/20150615/NEWS/150619523

אין איינער פון די קאממענטס דארט

Usual Suspect Rank 8

Just curious....if that crowd had been made up of blacks, would the Record run a story with the same headline, only identifying the crowd as blacks?


Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
מאנטאג יוני 15, 2015 7:36 pm#282839
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that
מאנטאג יוני 15, 2015 7:39 pm#282840
איך קען אביסעלע די נושא פון דער נאנט.
איין זאך קען איך דא צילייגן,
די גוטע צייטן האבן זיך שוין געענדיקט, די באהערדע כאפן שוין איינמאל וואס מען טוט אפ אונטער זייער נאז, אין זיי מאכן שטענדיג אינספעקציעס צו זען אויב מען וואוינט טאקע דארט ווי מען געבט אן,
אין אך אין וויי צו דעם יעניגען וואס מען כאפט צום צווייטן מאל מיט א פארלאזטע דירה
מאנטאג יוני 15, 2015 8:07 pm#282842
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
וכדומה.. האט געשריבן:If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

דו האסט געטשעקט ווי רייך די אידן דארט זענען? אדער פארלאזט זיך אויף די אלטע הנחה אז אלע אידן פארמאגן די וועלטס געלט (ג'גנבט פון די נעבעכדיגע קריסטן)

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
מאנטאג יוני 15, 2015 8:10 pm#282845
Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .
פאפיטעס האט געשריבן:איך קען אביסעלע די נושא פון דער נאנט.
איין זאך קען איך דא צילייגן,
די גוטע צייטן האבן זיך שוין געענדיקט, די באהערדע כאפן שוין איינמאל וואס מען טוט אפ אונטער זייער נאז, אין זיי מאכן שטענדיג אינספעקציעס צו זען אויב מען וואוינט טאקע דארט ווי מען געבט אן,
אין אך אין וויי צו דעם יעניגען וואס מען כאפט צום צווייטן מאל מיט א פארלאזטע דירה

און וואס איז מיט די אלע וואס ארבעטן שווארץ? אדער די וואס האבן געקויפט די דירה אויפ'ן שווער'ס נאמען און זיי וואוינען ווי כאילו אלס טענענט?

Sent from my GT-I9195 using Tapatalk
מיטוואך יוני 17, 2015 4:19 pm#283330
נופת צופים האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:גראדע פון דיר טליתים קוקען זיי מיר אויס ווי וויזשניצע און זיי וואיונען דארט אגאנץ יאר

700 וויזניצער?

700 וויזניצע איז דיר נישט גענוג, ווואס נאך האסטו געוואלט, אלע וויזניצער האבען דארט? ;)
מיטוואך יוני 17, 2015 4:58 pm#283341
שבת אחים: יעצט איז מיר נולד געווארן א נייע שאלה. די אפיציעלע נאמען פון שטעטל איז וואווד-רידזש. אדער וואוד-ברידזש...? ווייל ס'איז דא א שטעטל אין ניו דזשערסי וואס הייסט וואווד-ברידזש. אויך וואווד-רידזש. נאר אין נ.י. וואו דער היימישער עולם גייט אויף וואקאציע און עסן פיצא הייסט וואוד-רידזש (אן א בי"ת.). עכ"פ אזוי האביך געוואוסט ביז היינט. אבער אין די אפיציעלע פאפירן שרייבן זיי מלא. מיט א בי"ת...!
מיטוואך יוני 17, 2015 5:43 pm#283347
כ'וועל אויך אריינרעדן א ווארט. עס איז אמת אז דער פאקט אז אזויפיל אידן דארפן ליידער אנקומען צו סעקשאן עיט איז א געפערליכער בראך, און דאס וואלט געדארפט באהאנדלט ווערן מיט כאטש אזויפיל ערנסטקייט ווי שמאלע געפאסטע קליידער. דאס ארעמקייט וואס הערשט ביי אזויפיל יונגעלייט דארף זאפארט אדרעסירט ווערן.

אבער פון דער אנדערער זייט פארשטיי איך נישט דער טומל און די טענה אז ס'איז כלומר'שט געווען א "חילול השם" אין מאנטיסעלא. סעקשאן עיט איז א יקר המציאות שוין אסאך יארן. ווען א שטעטל מעלדט אז זי האט באקומען עטליכע עפענונגען פאר סעקשאן עיט איז עס א גאנצע נייעס איבעראל. ווי יעדע זאך וואס איז א יקר המציאות זענען אייביג דא געריבענע חברה וואס דערוויסן זיך פריער, און זענען זוכה דערין. די היימישע אנלויפעניש אין מאנטיסעלא ווייזט נאר אז מיר האבן א שטארקן קאמוניקאציע-אינפראסטרוקטור, און מיר קומען אן דארטן וואו מיר קענען געניסן פון מוציא'לעך!
מיטוואך יוני 17, 2015 11:04 pm#283417
סעקשען 8 טרייבט ארויף די רענט פרייזן. מיך אליין האט איינער אנגעטראגן צי באצאלן אפאר הינדערט דאללער מער ווי די מארקעט פרייז (נישט קיין גוזמא) אז איך זאל אים פארערענטן מיין אפארטמענט. למעשה האב איך נישט מסכים געווען צו איינער פון זיינע תנאים. אבער אזויפיל האב איך באמערקט אז געלט וואס קומט אן גרינג, געט מען אויס גרינג. ווען א בעל הבית ווייסט אז מ'גייט באצאלן מיט סעקשן 8 נעמט ער דאס זיכער אין באטראכט און באשטימען די פרייז. פארשטייטצעך אז ווען די אנדערע שכן הערט וויפיל די הויז לעבן אים באקומט, מאכט ער זיכער צו באקומען די זעלבע פרייז, אא"וו
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:12 pm#283627
דער בלאט שרייבט אויף די סומאטאכע
דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:44 am#285039
Re: די סעקשאן אכט סומאטאכע
וואס טוט זיך מיט לא תגנוב???

די רעבעזיכרונעבראכע האט געלאזט אויב מען גייט נישט צום כותל?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:57 pm#285085
א ספעציעלע געזעץ פאר ק"י צייגט שנאת ישראל, טענה'ט דער בלאט. איז די שאלה וואס צייגט דאס אז אלבאני האט געשריבן דריי ספעציעלע געזעצן פאר ק"י, זיך שלאגענדיג מיטן העכסטן געריכט אין לאנד, לטובת ק"י? וכהנה איז פארהאן ביישפילן פון אלבאני ארבייטן איבערמיעדליך פאר ק"י. פלוצלינג ווען די פאליטישע ווינטן צווינגן די פאלאטישאנס צו שרייבן א געזעץ לפנים (וואס דער גאווערנאר וועט גאנץ מעגליך נישט אינטערשרייבן צום סוף) איז עס הלכה בידוע און שנאת ישראל.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:00 pm#285087
קיינער דארף נישט צייגן אז דא רעדט מען פון שנאת ישראל
גיי פרעג דעם גוי וואס פארפירט קעגן די הרחבת העיר קרית יואל וועט ער דיר זאגן זייער קלאר וואס אים באדערט
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:02 pm#285092
א געוואלדיגע חידוש. ווער סדאווענט פאר אכטע ברויך נישט צוקומען צום אכטער.

אדער קען מען זאגן א ווערטל אז ווער סאביוזט די אכטער סיסטעם איז א חוטא אום אכטע..
דינסטאג מאי 17, 2016 10:06 am#333336
Podcast report on section 8 in Williamsburg on WNYC/NPR

m https://www.wnyc.org/radio/#/ondemand/620129 m
דינסטאג מאי 17, 2016 12:00 pm#333342
א גאר שאנדפילע ארטיקל האט היינט פיגערערט אינעם דעילי ניוס וואס פארציילט סודות פין חדר, זענען מיר אלע אין פעקל?.