Under maintenance
הויפט זייט » זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט

זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9125
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:05 am#283451
זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט
אין לך יום שאין קללתו מרובה 'מחברתה',אין א פרישן שריט פון די אמעריקאנער רעגירונג צו שטערן טהרתן של ישראל קומט אריין די נייעס אז די טרעזשורי דעפארטמענט שר"י האט געמאלדן אז אויף די קומענדיגע צענער באנקנאטן וועט צום ערשטן מאל אין הונדערט יאר ערשיינען א פרוי בילד אויפן ביל. ס'דא ארויסגעלייגט א וועבסייט וואו מ'קען שטימען וועלכע פרוי עס זאל זיין.

עס ווערט ערווארטעט א שטארקע וויי געשריי פון אידישע קווארטאלן, מעגליך איז אז מ'וועט פשוט נישט האנדלען דערמיט, ס'דא וואס זאגן מ'זאל אראנדזשירן אז דער עולם זאל שטימען פאר א פרוי קלינטאן בילד אויפן צענער וועט עס נישט עכט זיין אזא פראבלעם. אבער "די צייטונג" ארויסגעבער זאגט אז ער וועט דאס נישט אנערקענען און מ'וועט נישט קענען קויפן זיין צייטונג מיט א צענער.

ס'דא וואס זאגן מ'זאל נישט מאכן אן איבערקערעניש און מ'זאל רעזערווירן אלע צענערס אויף צו באצאלן קליניג לעידיס.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:16 am#283452
אפשר קענען מען איינרייסען וועלטן זי זאל טראגן א שפיטצל, אדער כאטש א הוט? איך טראכט די ליבעראלע וואס פירען די גאנצע מעשה וועלן פארשטיין...פון א פאליטיקאל-קארעקטנעס פערספעקטיוו...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:04 am#283470
ווי קען מען שטימען???

איך גיי פאר אלטע פייגא....
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am#283471
און איך שטום פאר שרה שארמאשער ז''ל אדער פאר גאלדא לאקס נאך נישט געהעריג מחליט געווען...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:15 am#283475
עצה טובה אז עסקנים פון וועד לטוהר המחנה זאלן באצייטענס אנזאמלן אוצרות מיט צענערס און אוועקלייגן אז ס'זאל צורקילירן ביים היימישן עולם. כאטש ס'איז נישט א פולער לעזונג ווייל מ'דארף נאכאלץ קוקן אויב ס'איז פון די נייע אדער די אלטע אבער א הצלה פורתא איז עס פארט.

אולי זאל מען לייגן א מאושר שטעמפל אויף די כשר'ע צענערס. איך וויל זיכער נישט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט קינדער פון שטיבער ווי ס'קומט אריין די טריפענע געלטער
דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:26 am#283480
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
אין ענגלאנד איז שוין דא די קעניגען אויף די געלט פאר אסאך יארן. העכסטענס לייגט מען א סטיקער און מ'געט זיך אן עצה
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:11 am#283497
m http://thinkprogress.org/economy/2015/0 ... w-10-bill/ m

נומער דריי איז די ערשטע שווארצע קאנגרעספרוי ערוויילט צו ווערן צום קאנגרעס, זי האט רעפרעזענטירט דעם היימישן ניי וויליאמסבורג/בעד סטיי.

איך וואלט געגאנגען מיט נומער 2, די ערשטע קאנגרעספרוי.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:33 am#283503
לכאורה וועט עס זיין צורתה פון ערשטע פרוי עלענאור ראוזפעלד אשת חבר כחבר פונעם פרעזעדענט ראוזפעלד.
יתכן אז די מנהלי הישיבות וועלן נישט ערלויבען קינדער צו האבען 'צענערס' ביי זיך אין טאש, פונקט ווי זיי האבען נישט צוגעלאזט די קינדער פארמאגען ביי זייער ביזנעס קארד קאלעקשען, קארטלעך וועלעכע פארמאכען 'כלה' קליידער אדער בילדער ווי א כלה שטייט פארענט פון א לימוזין, רח"ל מהאי דעתה.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:42 am#283505
נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...

אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:19 am#283521
ברסלבער האט געשריבן:נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס ער האט זיך געגעסן דאס געזינט, ער וואלט עס מיר געקענט געבן?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:49 am#283533
אפשר טאקע פארדעם, ווייל ער האט דיך עס געדארפט געבן האט ער זיך געגעסן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:07 pm#283541
אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:09 pm#283544
און די נעקסטע כינוס כלל ישראל וועט קאסטן מער ווי א $10
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm#283545
אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 pm#283548
דאכצעך מיר אז די טרעזשורי סעקרעטאר איז א היימישן יוד, היתכן ער שטעכט אריין א מעסער אין ריקן פון זיין אייגענעם פאלק???
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:22 pm#283549
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.

און גוי'טע פרייזן וועלן צוריקגיין צו $10 א שעה, וויבאלד די צענער וועט פארמאגן א בילד פון א גוי'טע.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:51 pm#283614
מען דארף מאכן א יום תפילה. מען דארף זיך גרייטן לדורן, לתפילה ולמלחמה.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:33 pm#283639
א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.

א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט.... :lol: :roll:
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:39 pm#283642
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
פארוואס זשע זאגסטו נישט?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:41 pm#283644
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
berlbalaguleh האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.

א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט.... :roll:

ר' בערל, אפילו ווען ער האלט זיך איין, האלט ער זיך אויך נישט איין.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
מאנטאג יוני 22, 2015 10:08 am#284201
אונז קענען שוין זייער גוט די רשעות'דיגע קנאים. אלס וועט מען מוחה זיין... ביז'ן גרינעם דולר
מאנטאג יוני 22, 2015 2:55 pm#284295
שוין לאנג נישט גרין
מאנטאג יוני 22, 2015 4:15 pm#284315
זעסט, אפילו אויף דעם וואס עס איז מער נישט גרין - זענען זיי אויך נישט מוחה, ווילאנג מ'רעדט פונעם דאלער... :lol:
מיטוואך אפריל 20, 2016 1:48 pm#330263
The Treasury Department will announce on Wednesday afternoon that Harriet Tubman, an African-American who ferried thousands of slaves to freedom, will replace the slaveholding Andrew Jackson on the center of a new $20 note, according to a Treasury official, while newly popular Alexander Hamilton will remain on the face of the $10 bill.

Other depictions of women and civil rights leaders will also be part of new currency designs.

The new designs, from the Bureau of Engraving and Printing, would be made public in 2020 in time for the centennial of woman’s suffrage and the 19th Amendment to the Constitution. None of the bills, including a new $5 note, would reach circulation until the next decade.
מיטוואך אפריל 20, 2016 2:17 pm#330266
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
בילד
מיטוואך אפריל 20, 2016 3:39 pm#330271
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
די גוטע נייעס איז, אז איך האב שוין א נייע סטראשע פאר מיין פיהר יעריג אינגל טאמער ער מיסביהעיווט... 'כ'גיי באלד ברענגן א צוואנציגער'...

פחדים!
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:22 pm#330278
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
עס מעטשט בכלל נישט אריין אינעם פאפיר
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:59 pm#330341
עס איז נישט די ביל, עס איז א אילוסטראציע.
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:47 am#330366
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
מוקצה מחמת מיאוס
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:42 am#330393
ווי אלע ווייסען שוין איז דער היינטיגער צדיקים'ליך און שרייערס גייט דאס אידישקייט ביז דעם דולר... ווילאנג "זיי" האבען דאס וועט דאס זיין כשר. אסאך רבי'ס וועלען אפי' זאגען... פוי, ווער עס האט דעם ביל מיז עס אריין ברענגען צו מיר אויב נישט וועט מען ארויסווארפען די קינדער פון די מוסדות. עס גייט זיין פרייליך אין שטאט
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 2:46 pm#330425
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
בעסער?
uploadfromtaptalk1461264357893.jpg
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 2:51 pm#330427
זי איז געווען א העלדישע פרוי וואס האט איינגעשטעלט איר לעבן צו ראטעווען טויזנטער פון איר פאלק פון ביטערער שקלאפעריי אונטער דער קאנפעדערסי, און האט דרייסט געקעמפט פאר די יוניאן ארמיי אין די ציווילע קריג.
זי איז א שטאלץ פארן לאנד.
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 3:02 pm#330430
ר"ל. שולדיג אין דעם זענען די ליבעראלן פון ק"ש.
פרייטאג אפריל 22, 2016 12:51 pm#330511
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
פריעד באטשי האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...

אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס ער האט זיך געגעסן דאס געזינט, ער וואלט עס מיר געקענט געבן?

ווייל ער האט נישט געקענט קויפן קיין עסין מיט די געלט האט ער זיך געגעסן די געזונט.
זייער פשוט

Sent from my SM-G900V using Tapatalk