Under maintenance
הויפט זייט » דער פלוט פון די זינגערס: שלומי כהן

דער פלוט פון די זינגערס: שלומי כהן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9127
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:00 pm#283536
דער פלוט פון די זינגערס: שלומי כהן
איך האב מיטן קעפל פראבירט צו געבן א הגדרה אויף שלמה כהן'ס זעלטענע סופראנא שטימע. אין מיין דמיון דערמאנט מיר זיין שטימע דער פלוט (חליל) קלאנג.

אין אן אינטערוויו אויף ראדיו קול חי מיט שלמי כהן, זאגט אים מנחם טאקער "דו ביסט מזל'דיג אז דיין שטומע איז אזא זעלטענע אז עס איז שווער צו טרעפן איינער וואס זאל דיר קענען
אימיטעיטן".

אבער מער פון די זעלטנהייט פון זיין שטימע, איז די לויטערקייט און מתיקות. ביי געוויסע ניגונים איז זיין זינגען א תענוג ממש עד כלות הנפש.

שלומי האט שוין ארויס געגעבן עטליכע אלבום'ס ווי למעלה, הנה, און אורייתא. אבער אלס גאסט זינגער האט ער שוין געזינגען היבשט פריער, אנהייבנדיג מיט ניגוני הרב חיים באנעט אין זיין רננו חסידים סעריע פון סערעט, און שפעטער אויך אין פיטסבורג און אין אנדערע אלבום'ס, און לדעתי איז דוקא אין די אלבום'ס ווי ער זינגט אלס גאסט פארהאן זיינע בעסטע סחורה. א ביישפיל איז למקדשך אוו ממקומך פון פיטסבורג, און ונתנה תוקף פון סערעט און דער ניגון וואס ער זינגט אינעם אלבום פון jj פריד.

ווען מען האט אמאל געפרעגט מרדכי בן דוד וועלעכע זינגער ער האט ליב צו הערן האט ער באלד געענטפערט אברהם פריד און שלומי כהן. און איך פארשטיי פארוואס מען זאל זען אין שלומי כהן אלס איינע פון די געקליבענסטע זינגערס בדורינו.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:07 pm#283540
איך האב ליב דיינע באשרייבונגען אבער כ'קען מיר נישט העלפן נאך יעדע פון דיינע אשכולים צו דערמאנען זיך פון יענער וויץ וואס וואלט זיך אין אונזער פאל געענדיגט אזוי: ''זאג נאר, איך האב נאך אשכולים.. דו האסט נאך זינגערס?...''

צו שלומי כהן. איך גלייכעם נישט. קיינמאל נישט פארשטאנען צו אים, ער קוקט אויס לימיטעד נאר צו די ניגונים וואס זענען געמאכט פאר אים. קוק למשל אויף יו טוב וויאזוי ער זינגט דעם הסתרה ניגון, שרעק
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:36 pm#283608
צומאל הערט ער זיך ווי שוואקי און ער אליין עקנאלעזשט עס. טייל פון זיינע ניגונים זענען קאמפאזירט געווארן דורך משה מארגנשטערן, א קלויזנבורגער יונגערמאן פון בארא פארק, אריינגערעכנט זיין אייגנארטיגן '' רחם'' אויף וועלכן מונה זאגט אז ס'איז א פיל בעסער שטיקל פון פינקיס רחם.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:54 pm#283650
ישמעאל, דו האסט עס געזאגט פאר וויץ, אבער איך פרעג דיר באמת "זאג נאר, איך האב נאך אשכולים, דו האסט נאך זינגערס?
ניין, איך זיך נישט קיין זינגערס אויף צו האבן וואס צו שרייבן און עפענען אשכולות. דער נושא פון מוזיק איז מיר אינטרעסאנט, און איך האב אן אינטערעס ארויף צו ברענגען אויפן אויבערפלאך די וואס טיען אין נגינה. און אנטוויקלען א שמועס איבער זיי. איך עפן אן אשכול איבער א זינגער אדער מוזיקאנט כפי מיטב ידיעתי, און איך האף אז אנדערע וועלן עס מער אויסברייטערן.

כלפי דעם וואס דו זאגסט אז שלומי איז געאייגנט בלויז פאר א שמאלע ספעקטרום פון ניגונים סטיילס, קען זיין אז דו ביסט גערעכט, אבער וואס ער זינגט יא גוט איז הימעלדיג. סתם א ניגוו וואס איז נישט געאייגנט פאר אים קען טאקע זיין א דיזעסטער, ספעציעל ווען ער זינגט לייוו.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:58 pm#283651
כוכב האט געשריבן:צומאל הערט ער זיך ווי שוואקי און ער אליין עקנאלעזשט עס. טייל פון זיינע ניגונים זענען קאמפאזירט געווארן דורך משה מארגנשטערן, א קלויזנבורגער יונגערמאן פון בארא פארק, אריינגערעכנט זיין אייגנארטיגן '' רחם'' אויף וועלכן מונה זאגט אז ס'איז א פיל בעסער שטיקל פון פינקיס רחם.

עס איז נישט קיין ספק אז שלומי'ס רחם איז מער פאכמאניש און רייכער, אבער שוואקיס איז מער הארציגער און זינגבארער פארן המון.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:03 pm#283652
מושב איך האב עס געמיינט אין גוטן דזשעסט. איך האב ליב דיינע ארטיקלן.

אגב צו וועלכע קהילה חסידות געהערט ער זיך אן דער כהן?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:35 pm#283658
ער איז געבוירן אין ארגענטינע, און יונגערהייט ארויף קיין ארץ ישראל און זיך אנגעשלאסן צו דער סערעט וויזניצער חסידות
דאנערשטאג יוני 18, 2015 5:47 pm#283669
Re: דער פלוט פון די זינגערס: שלומי כהן
ער איז נישט קיין בעל תשובה?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:12 pm#283672
קען זיין ער איז א שטיקל ספרדישער, א ספרדי וואס ווערט א חסיד ווערט סייווי פאררעכנט אין א געוויסער זין ווי א בעל תשובה...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:29 pm#283681
סאשי פיש האט געשריבן:ער איז נישט קיין בעל תשובה?

moshav zekeinim האט געשריבן:קען זיין ער איז א שטיקל ספרדישער, א ספרדי וואס ווערט א חסיד ווערט סייווי פאררעכנט אין א געוויסער זין ווי א בעל תשובה...

ער קומט פון ארגענטינע.
זיין טאטע איז מער א סאטמארער, לכאורה פון עקשטיינ'ס חברה. זיין טאטע האט אים געשיקט קיין וויזשניץ אדער סערט וויזשניץ לערנען אלס בחור, און אזוי איז ער געווארן א סערעטע חסיד.

גארנישט מיט בעל תשובה'שאפט איינגעלייגט [זיין טאטע זעט אויס ווי א רעגולערע חסיד'ישע איד].