דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:11 pm#283564
ברוכים הבאים צו .Nachas, Inc
ברוכים הבאים צו אייער זוממער-טריפ צו אונזער פעקטארי. מאכטס אייך באקוועם, און לאמיך אייך געבן א טור אין די אפיסעס פון אונזער גרויסע פירמע, Nachas, inc.
ווי באקאנט איז די עיקר תכלית פאר א מענטש אויף די וועלט צו האבן הנאה און פלעזשור. ביי אונז איז דא די מושג פון פלעזשור וואס ווערט גערופן "נחת". כדי צו קענען נהנה זיין פון די וועלט און צו ערפילן אונזערע תאוות, האבן מיר – איך און מיין שותף, מיין ווייב תחי' – אויפגעבויט א נחת פעקטארי, און פון דעם האבן מיר אונזער הנאה.
אונזער נחת פעקטארי האט קע"ה 7 נחת-מאשינען, דריי גרעסערע און פיר קלענערע. און די מאשינען ארבייטן 24/7 צו פראדוצירן פאר אונז הויפענס פון נחת.
קודם האבן מיר פיר קלענערע נחת מאשינען 10, 7 און 6. וואס יעדע מאשין מאכט נחת אויף זיין שטייגער. און נאכדעם א פיצקעלע נחת מאשין וואס מיר האבן איינגעהאנדעלט א יאר צוריק. די ערשטע יאר איז שווער מיט די מאשינען, מ'דארף עס אויפבויען וכדומה, אבער יעצט האלטען מיר שוין ב"ה ביי די שטאפל אז ס'פאנגט שוין אן צו פראדוצירן נחת.
אונזער 14 יעריגע מאשין ווערט גערופן "חני". ס'ארבייט ב"ה פיין אונז צו ברענגען גרויס נחת און הנאה. דורכ'ן טאג גייט עס אין א אנדערע פעקטארי וואס ווערט גערופן "סקול", און ס'פראדוצירט דארטן א געוואלד מיט נחת פאר די דארטיגע בעלי בתים, און פארשטייט זיך פאר אונז אויך. חני ברענגט אונז נחת דורך פאלגן אלעס וואס מ'הייסט עס, דורך זיך אנטוהן גענוי ווי מ'באפעלט, און דורך טוהן זאכן וואס אינטערסירט אונז. חני איז ב"ה א גוט געבויטע מאשין, און אלעס וואס ס'טראכט און חלום'ט איז נאר אונז צו ברענגען נחת.
אונזער 15 יעריגע נחת מאשין איז פעלערהאפטיג, און וויפיל מיר פראבירן עס צוריקצושטעלן אויף די פיס אז ס'זאל ווייטער פראדוצירן הויפענס מיט נחת גייט עס עפעס נישט. ס'וויל גיין מיט א קאטענע טלית קטן, ס'וויל גיין אין א ישיבה וואו מ'לערענט ענגליש, און ס'גייט נישט נאך אלע אונזערע מנהגים. פארשטייט זיך אז די פארקערטע פון נחת איז צער. אז מיר האבן נישט אונזערע עמערס פון נחת האבן מיר גרויס צער פון דעם. בכלל קענען מיר נישט פארשטיין ווי אזוי ס'האט די חוצפה צו האבן אייגענע רצונות, און ס'וויל נישט טוהן וואס זיינע בעלי בתים באפעלן.
אונזער גרעסטע מאשין איז שוין 17 יאר אלט, עס ווערט אנגערופן "שלמה". שלמה איז באאויפטראגט צו פראדוצירן נחת פאר אונז יעדן טאג דורך אויפשטיין באצייטענס, רעדן מיט דרך ארץ, און בעיקר נאכמאכן זיינע בעלי-בתים מיט אלעס וואס ס'טוט. דורכ'ן טאג גייט עס אריבער צו א אנדערע פעקטארי, "ישיבה" הייסט עס, וואס דארטען דארף עס אויך כסדר מאכן נחת פאר די בעלי בתים דורך לערנען שעות ארוכות, און טוהן אלעס וואס מ'באפעלט עס.
פאר אונז איז די ישיבה נחת אויך אייגענע נחת, ווייל ווען מ'הערט צוריק אז ס'מאכט נחת אין ישיבה, ברענגט עס אסאך פלעזשור און נחת פאר אונז.
שלמה איז שוין פראגראמירט געווארן אז אין א יאר ארום גייט עס אנפאנגען פראדוצירן שידוכים נחת, אז מ'זאל קענען טרעפן פאר עס א שידוך לויט ווי ס'וועט אונז ברענגען אסאך הנאה און נחת.
איר ווילט אוודאי ווילן וואס מיר טוען ווען איינע פון די נחת מאשינען ארבייט נישט געהעריג צו פראדוצירן נחת? איז אזוי, כ'האב מיך געלערענט אז אויב איינע פון די מאשינען מאלפאנקשענען, איז דא א פראצעדור וואס ווערט גערופן א "פאטש", וואס ווען מ'טוט דאס פאר די מאשין וועט עס געווענליך העלפן אז ס'זאל זיך תיכף צוריקכאפן צו פראדוצירן נחת. די מאשינען האבן געווענליך א טעכנישע רעאקציע צו די פראצעדור, און וואסער נעמט זיך פליסן דערפון פון צוויי אזוינע לעכערלעך, אבער תיכף נאכדעם כאפט זיך עס צוריק און פראדוצירט נחת ווי ס'דארף צו זיין.
מיין שותף אין די נחת ביזנעס האלט גראדע אנדערש. זי זאגט אז די פאטש פראצעדור ארבייט טאקע אויפ'ן פלאץ, אבער אין די לאנג ראן ווערן די מאשינען אפגעשוואכט פון דעם, און הערן אויף געהעריג צו פראדוצירן נחת. די שותף מיינע איז א מלומדת, זי האט שוין געהערט צענדליגע לעקציעס אויף די נושא פון פראדוצירן די מערסטע נחת וואס מעגליך, און זי האט אנדערע מהלכים ווי אזוי צו פאררעכטן די מאשינען. ס'הייסט "פיסכילאגיע" אדער עפעס אזוי, וואס מ'באציט זיך צו די נחת מאשינען שיין און מ'שעדיגט עס נישט פיזיש. דאס דארף צו העלפן אז די מאשינען זאל זיך צוריקכאפן מיט'ן פראדוצירן נחת. מיין שותף אין די ביזנעס האט מיר מסביר געוועהן אז עס נעמט טאקע אביסל לענגער ביז עס פאנגט צוריק אן צו פראדוצירן נחת, אבער איינמאל ס'איז צוריק, וועט עס אנהאלטן אסאך לענגער.
איך ווייס נישט אויב זי איז גערעכט אדער נישט, אבער מיר זענען ביידע מסכים אז די ציל פון .Nachas, Inc איז אז די מאשינען זאלן פראדוצירן די מערסטע נחת וואס איז שייך – מיר האבן נאר אנדערע מהלכים ווי אזוי אנצוקומען צו דעם.
ס'איז אינטערסאנט אז ווען מיר זעען אמאל אז א מאשין וואס פראדוצירט נישט קיין נחת און מיר זענען – פארשטייט זיך – בייז אויף די מאשין, ווייזט די מאשין א "ערראר" מעסעדזש ווי כאילו ס'פארשטייט נישט פארוואס מיר זענען בייז!! יא, א מאשין איז א מאשין, א קלאץ, און ס'פארשטייט נישט! גיי זיי עס מסביר אז די איינציגסטע תכלית פארוואס מיר האבן איינגעקויפט די מאשין פאר אונזער נחת פעקטארי איז דאך נאר אז ס'זאל פראדוצירן נחת!
א דאנק פאר'ן באזוכן אין אונזער פירמע. מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט!