Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאווע שטיבל • ער הייסט אברהם מאיר

קאווע שטיבל • ער הייסט אברהם מאיר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9132
פרייטאג יוני 19, 2015 3:21 pm#283853
ער הייסט אברהם מאיר
ער הייסט אברהם מאיר
ער דרייט זיך ווי א דרייער
א שוויצער, ער איז אלעמאל דא
לויפט אויף מצבים יעדע שעה
די הויזן טראגער גאר טייט
האלטן די הויזן ווי ער גייט
גראוועטי זאל חלילה נישט געווינען
די הויזן מיט די גאטשעס אראפקומען
ער לויפט צום רעבין האלטן סדר
שטופט אין די שורה ווי אין חדר
צוקוועטשע מזונות אין רעקל
אויך כוס של ברכה אין א דעקל
די רויטע בארד זיינע ווי פייער
די אויגן צולאזט ווי אייער
א ווענדיג מאשין זיין קאר
פאפיטיס און האלב געגעסענע באר
אין טראנק א הארדווער סטאר
מיט טעיפס פון אברהם שור
די באמפער פיל מיט קריצן
דערציילט געשיכטעס פון שוויצן
עסט יענעם און אטעמט גאט
שרייט אויף יענעם און אויך ביי ה' אחד
דינט זיך און אויך דעם בורא
גייט שאפינג מצות פון די תורה
א הייליגע טעלעפון מיט השגחה
אויפן לעפטאפ מאכט נישט די זעלבע הנחה
דארט איז אלעס אינגאנצן אפן
מעלה זיין ניצוצות וואס זענען אנטלאפן
הלכה ולא למעשה איז ביי אים א חק
אבער ער איז נישט א שמאק
ער אטעמט דאך רוחניות צווישן די שורות
און אין די מקוה מכוון עשר ספירות
איי, ווי טוט מען די פאראדאקס פארשטיין
בשבילי נברא העולם, ס'שטימט שוין פיין.
פרייטאג יוני 19, 2015 4:13 pm#283858
:like
אוי, איך קען דעם אברהם מאיר גוט.
פרייטאג יוני 19, 2015 5:10 pm#283870
וואס טוט איר וועין ווען ער הייסט יחזקאל פנחס, אדער יענקל, אבער דרייט זיך נאך אלס ווי א דרייער
פרייטאג יוני 19, 2015 5:11 pm#283871
Re: ער הייסט אברהם מאיר
טאשע רבי קען טוישן נעמען,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
פרייטאג יוני 19, 2015 5:18 pm#283872
אמ"פ :lol: .
(פאר אלע באריכטער, ס'איז בלויז א ווערטל.)
פרייטאג יוני 19, 2015 5:23 pm#283873
Re: ער הייסט אברהם מאיר
פליקער האט געשריבן:וואס טוט איר וועין ווען ער הייסט יחזקאל פנחס, אדער יענקל, אבער דרייט זיך נאך אלס ווי א דרייער


ער הייסט יחזקל פנחס
דרייט זיך תמיד ביי שמחות

ער הייסט יחזקל פנחס
דרייט מיט די קמחות

ער הייסט ר' יענקל
דרייט זיין  **** אין בענקל 


ער הייסט ר' יענקל
דרייט קינדער בנקל

ער הייסט ר' יענקל
א נאז געדרייט ווי א דקל
( איז דען געדרייט? א קשיא אויף א גראם)
פרייטאג יוני 19, 2015 5:24 pm#283874
זה טיפוס שכולנו מכירים. אוי רויטע וואנצעס, דאס איז דאך אראפ געלייגט אויסנאם גוט. דאס איז דאך דער רויעל מאדל פון חסידות בת ימינו. מען דארף דיין פאום אדער דעם אברהם מאיר כאראקטער אויפהענגען איבער די חסידישע הימלען און זאל מען דערמיט זיך קוקן אין שפיגל און לאכן פון זעך אליין.
פרייטאג יוני 19, 2015 5:24 pm#283875
Re: ער הייסט אברהם מאיר
כוכב האט געשריבן:אמ"פ .
(פאר אלע באריכטער, ס'איז בלויז א ווערטל.)

געוויסע מעלות שטימען נישט.
פרייטאג יוני 19, 2015 5:27 pm#283876
Re: ער הייסט אברהם מאיר
ציקער זיס, מיר אגעקאסט א לאך
פרייטאג יוני 19, 2015 5:29 pm#283877
Re: ער הייסט אברהם מאיר
אוי סימער גיט, יעדער קען אים,
פרייטאג יוני 19, 2015 5:33 pm#283878
Re: ער הייסט אברהם מאיר
פרייטאג יוני 19, 2015 7:28 pm#283907
להערה בעלמא, די סיבה פארוואס ס'הייסט דרייער איז בנוסף אז ס'דרייט זיך, אויך מלשון "dry" טריקענער. ודי בזה..
פרייטאג יוני 19, 2015 8:10 pm#283910
קלאר אזוי, א dryer האט גארנישט מיט'ן אידישן ווארט דרייען.
זונטאג יוני 21, 2015 10:36 pm#284151
איי, ווי טוט מען די פאראדאקס פארשטיין
בשבילי נברא העולם, ס'שטימט שוין פיין.

:like
זונטאג יוני 21, 2015 10:54 pm#284153
פיינע נייעס דעס