אין קורצן הערט מען דארט, ווי אזוי א ברסלב'ער משפיע רעדט צו א דרייצן יעריגער בחור, ער מאכט אים משוגע און ערקלערט אים אז דער קליינער פארשטייט גארננישט און דעריבער מוז ער מקבל זיין אלעס וואס ער זאגט. ווען דער בחור'ל פראבירט זיך צו פארטיידיגן און זאגן אז ער פארשטייט יא, אטאקירט אים דער משפיע, פרעגנדיג "אויב אזוי וואס קומסטו דא אהער? - דו ווייסט דאך שוין אלעס..." דער בחור'ל נעבעך פראבירט זיך צו פארענטפערן (אננעמענדיג דאס מערסטע קאראזש וואס ער קען נאר, קעגן דעם גרויסן משפיע), אז בעצם פארשטייט ער אביסל, אבער ער וויל קענען מער און בעסער, ער וויל שטייגן, דעריבער קומט ער צו אים... דער משפיע לאכט אים אויס, זאגנדיג אז ער רעדט ווי א דריי יעריג יונגל וואס קען שוין אלף-בית און מיינט אז ער איז שוין מיטן טאטן גלייך, ווען דערווייל האט ער א וועלט צו גיין...
צום סוף זאגט אים דער משפיע, אז ער איז ממש צורידערט און ווייסט נישט וואס ער וויל פון זיך... "שטעל דיר פאר ווען דו גייסט אריין אין גראסערי, און מען פרעגט דיר, וואס ווילסטו קויפן, און דו שטאלפערסט, איך וויל דאס, עה, ניין, איך וויל יענס, איך ווייס נישט, איך ווייס בעצם יא.... - אזוי מאכסטו מיט מיר, איך פרעג דיר קושיות שוין א האלבע שעה, און דו ענטפערסט פשוט נישט צו דער זאך, ממש ווי א משוגע'נער..." דער אראפגעקלאפטער בחור פראבירט זיך נעבעך צו פארענטפערן, אז אין גראסערי, ווען ער קויפט עפעס, זאגט מען אים נישט "ניין, נישט דאס דארפסטו האבן, דארפסט עפעס אנדערש", אבער דא זאגט מען אים יא אזוי... אויף די שאלה דרייעט ער זיך ארויס מיט אפאר האלבע אומפארשטענדליכע ווערטער.
סוף פסוק קומט דער משפיע צו, אז וויבאלד ער איז ממש קראנק אויפן מוח, ער ווייסט באמת גארנישט און פארשטייט גארנישט, מוז ער פאלגן בלינדערהייט וואס ער זאגט אים און ער מוז מקבל זיין אלעס אן קיין פראגעס, ווייל "דו ביסט דאך קראנק..." און אויב דו ווילסט נישט, דאן קענסטו שוין ארויסגיין פון דא...
הערט און שטוינט!
נ.ב. איך ווייס נישט פארוואס עס איז אראפ פון דארט, איך קען זיך נישט אויס געהעריג דערמיט. אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין און דאס ארויפלייגן, זאל זיך ווענדן צו מיר אין אישי, וואו איך וועל עס אים שיקן, אז ער זאל עס ארויפלייגן לתועלת הרבים.