המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין די מינוטן קומט די היסטארישע נייעס אז די סופרים קארט האט באשטעטיגט סעים סעקס מערידזש איבער גאנץ אמעריקע. דזשאדזש קענעדי איז געוועהן די סווינג וואוט.
דאס איז א אומגלויבליך היסטארישע געשעעניש נאך די שרעקליכע אומרעכט פון א סעקולערע מדינה וואס האט איינגעטיילט פאר מענטשען ווי אזוי צו לעבן.
המחלוכה והממשלה: דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר ברואים וועלכע גלייבן נישט אין באשעפער און האבן נישט קיין תורה. אבער א יעדער אנשטענדיגער גוי, און כש"כ די ערליכע אידן ווייסן אז דאס איז א גרויסע טראגעדיע און א ווענדפונקט אין די מאראלישע געזעצן פון אמעריקע אלס א לאנד. ס'זענען דא א סאך מדרשים (די קלוגערע און מער סאפיסטיקירטע דא האלטן נישט פון קיין מדרשים....
![מגלגל עיניים :roll:]()
) וועלכע רעדן ארום פארוואס די גזירה פונ'ם דור המבול איז נחתם געווארן...! און אונז ווייסן אז די גויים, כאטש זיי האבן נישט אנגענומען די תורה. דאך האבן זיי געוויסע רויטע ליניעס וואס אויב זיי זענען עובר אויף דעם, אלס א סאסייעטי, קומט דער צארן און קאלעקטיווע שטראף פון באשעפער אויף זיי.
איכ'ל נאר ברענגען איין קליינעם משל לסבר את האוזן פון וואס מ'רעדט דא. ביי די טיטאניק שיף, האטציך דער קאפיטאן אויסגעדרוקט מיט א מאדנעם אויסדרוק..."אז אפילו כביכול דער באשעפער קען נישט זינקען זיין שיף"...! דאס קען אפשר קלינגען נאאיוו ביי די אזוי-גערופענע אויפגעקלערטע, סאפיסטיקירטע מוחות. אבער איך נעם עס אן אלס היסטארישער אמת...!