Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער צו'חושטע מאוד אשכול

דער צו'חושטע מאוד אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9193
מאנטאג יוני 29, 2015 1:12 am#285894
דער צו'חושטע מאוד אשכול
מאכטס זיך אמאל, און ביי טייל אלעמאל אז מ'איז אין א צ'וחשטע מאוד, און ס'צרות. אמאל כאפט די קאסטומער, אמאל די קינדער, און צומאל ווערט אפילו די אשת חיל פארוואנדעלט אין די קרבן, און קללות לא יחסר. אלענספאל, כדי צו רעליווען די סטרעס אויף א אומשעדליכער אופן, עפענען מיר דעם אשכול אלס א פובליק סערוויס פאר די צו'חושטע געכאפטע נשמות.

בקיצור ביי מיר איז דא א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס איך וויל אין זיי פשוט אריינבייסן, אבער חיות זענען טרייף, וועל איך מוזן שומפן וועגן זיי.

מיין שווער פאר אלע שווערע רוחות האט נאכאמאל גערופן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו פאר'ן צו די קאנטרי. הער מיך אויס שווער, קום אהער, לאמיך דיר ציען ביי די קעצעלע בארד און עפעס מסבר'ן: מיינד יור אן פריקן ביזנעס! קום אהער שעפעלע, איך וויל דיר זאגן א סיקרעט: שאט די טראק אפ!

גייעך איינשרייבן פאר דעי קעמפ, זיצט דארט די אדמינסטראטער אויף א רויט לעדערנע בענקל, און קראצט די בארד צווישן די ארך אפים און רב חסד סעקשאן. ער ליינט פאר א ליסטע פון טשארזשעס ווי פאר א באשולדיגטן אין געריכט.

950 שכר לימוד
140 טריפס
200 טראנספעטאציע
15 ספרים
+טיפס


די חילוק איז אז דא איז נישט דא א לויער וואס קען אויספייטן אראפצונעמען פון די שווערע געלט שטראפן. וויש איך אפ די נאז, און געב אים א קרעדיט קארד וואס די קרעדיט ליניע טרינקט שוין וואסער. דער שמאק שמייכעלט און ווינטשט אסאך אידיש נחת! איך גיי ארויס פון אפיס און די גאנצע וועג אראפ הערט זיך פון מיר דערשטיקטע ווידערקולות פון שטערנדלעך ווערטער. **** **** וואס דו ביזט. די רייניגער טרעפט מיר דארט בין שטאק ל'שטאק און ווינדערט אויף דעם משוגענעם שמוציג מויל וואס דרייט זיך אין א קינדער שולע. וואטעווער גא טו העלל. איך פארהאק די טיר. בום, אזש אפילו די ווידיאו קאמרא האט זיך צושאקעלט פונעם זעץ. ער קוקט מסתמא אויפן סקרין און לאכט..
מאנטאג יוני 29, 2015 2:31 pm#285943
דער פי הטבעת האט זיך געמיסט אריינדרייען פארענט פון מיר ווען איך פאר אויף זעכציג אויפ'ן 42. ווען ער וואלט זיך ווען געיאגט, מילא. אבער אז די פארסט אויף 40 האסטיך מיר געקענט דורך לאזן פאר די דרייסט דיך איין. צו אלע צרות זענען די קינדער געווען מיט מיר אין קאר און כ'האב געדארפט האלטן די פיסק פארשלאסן
מאנטאג יוני 29, 2015 2:39 pm#285947
דאס איז אמאל זיכער אז דיין אוואטאר לויפט נאן-סטאפ און קיינער וואגט זיך אים נישט אריינצוקאטן ווייל אך און וויי וועט יענעם זיין...
מאנטאג יוני 29, 2015 6:22 pm#286049
שטיי איך אין בארא פארק אונטער די טרעינס ביי ניו יוטריקט און 55 אויף דעם פיצי טרייענגעל וואס האט ניטאמאל קיין אחיזת קרקע צו שטיין דערויף צווישן איין ריזיגע גאדער אין די צווייטען, וויל איך אנהויבן אריבערגיין דעם צוויטען זייט סמבטיון, יענע רגע קומט צו רייסן א ריזן פייער טראק מיט אלע זיבן לעמפלעך און קולות, און דערצו די טרויעריג-בארימטע מיואמ'דיגע מלאך המות פייף.

איך האב נישט געוויסט צו איך זאל מיר צושטאפן די אויער אדער אנכאפן אינעם ראסטיגן שטאנג וואס האלט אונטער די שינעס, איך זאל נישט צובלאזן ווערן פונעם לופט וואס די טראק טרייסלט ארויס פון זיך ביים אריבערפליען.

איך האב מיך אנגעכאפט מיין היט מיט ביידע הענט, שטארק פארמאכט די אויגן און געהאפט אז די שפיץ פון מיין נאז זאל נישט ארפגעריסן ווערן דורכן לייטער וואס הענגט אויף די זייט פונעם טראק..

בבבוששששש....

שוין די קאשמאר איז פאריבער, איך עפן די אויגן, אלס דורך בשלום, ב"ה... גוב איך א קוק אויפן איקסעל זע איך ווי א פייגל פון אויבן האט ארפגעטריפט פרישע סחורה אויף מיין רעקל.... זעט אויס איך בין נישט דער איינציגסטער וואס כאפט א ציטער פונעם רעש....

דא קומען די קללות......
זונטאג יולי 05, 2015 12:04 am#287071
קוים ארויסגעקראכן פון די טרויעריגע ספירה טעג, און שוין קומט ווידער אפיר 3 אנגעזעצטע מוזיקלאזע וואכן.

קאמאן, איי ניעד סאם ראקינג מיוזיק!
בין איך אין צעחוש'טן מאוד.
זונטאג יולי 05, 2015 8:28 am#287108
חברה, עטס מאכטסמיר אויסשיסן פאר געלעכטער אום שבעה עשר נאך פארן דאווענען. גי-וואאלד!!!!! :lol:
פרייטאג יולי 10, 2015 12:43 am#288603
דער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.
פרייטאג יולי 10, 2015 10:20 am#288634
תנא קמא האט געשריבן:ווי א קלף של סוטה.

מה זאת?
פרייטאג יולי 10, 2015 10:28 am#288637
זייער פארשטענדליך. אבער אפשר קען מען מגיה זיין "ווי א קלף של סוכה" (אין דיין סוכה קומט נישט קיין מאסקיטאוס?)
פרייטאג יולי 10, 2015 12:01 pm#288660
תנא קמא האט געשריבן:דער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.


איז דאך דיין שווער יא גערעכט אז דו זאלסט נישט פארן אין קאנטרי ......... דארט קומען די מאסקיטאס מיט די קללות און צעחושטע מאד מיט ...
פרייטאג יולי 10, 2015 12:07 pm#288663
דער ATUB @תנא קמא ATUB דארף חיזוק. נישט נאר די חכמים האבן אים גערודפט, נאר אפילו די שווער מיט די מיסקיטאס רודפן אים.
זונטאג יולי 19, 2015 10:50 pm#290112
ר' משה'לע קאזניצער זי"ע וואס ווי באקאנט פלעגט זיך אסאך ווערטלען, האט אמאל ארפגע'משל'ט א מעשה.

וואקט זיך דער איד חול המועד סוכות נאכן דאוואנען געמיטלעך, אינער רעכטן האנט זיין לולב מיטן זילבערנעם אתרוג פושקע, אינעם לינקען האנט זיין טלית ומחזור, פלוצלינג הייבט די גארטעל אן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיג, די ווינט ציבוזעט זיך די שיך בענדל עפענט זיך, אין ווען מיטען לעצטען אטעם פרובירט ער צו ראטעווען דעם שטריימעל פון אריינפליען אינעם רעגענלאזע טייכעל, מאכט ער א האפטשו....
זונטאג יולי 19, 2015 11:01 pm#290115
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
כפארשטיי נישט בענדלעך אויפן שיך ?!
מן הסתם פון די הויזן
מאנטאג יולי 20, 2015 12:07 am#290130
בימים ההם ווען מען האט געוואלט זינדיגען האט מען געברויכט ארויסגיין פון שטאט האט מען זיך געדארפט צובינדען די שיך, אבער אכשר דרא אז מען קען שוין זינדיגען אונטערען דוכענע ברויכט מען זיך צובינדען די הויזן.....
דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:16 pm#291413
לאמיך אפ
פעגער אפ
פיץ אפ
טרעט אפ
יאג אפ
צו אפ

פלי א קייט
פלי צו די רוחות
פלי אין גהנים
פלי צום כף הקלע
פלי צום קוטב הצפון
פלי צום שאול תחתית

גיי אין דער ערד
גיי ווי די שווארצע פעפער ציפט
גיי צו אלע שווארצע יארן
גיי צו א וועטענעריען
גיי צו אלע בייזע רוחות
גיי רייכער א ציגאר פארקערט

זאפארט!!!
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:53 pm#298219
די מאוד סווינגט אויפן סווינג. יעצט אויפן רגע איז דער מאוד טיף פארכאפט אין די מרה שחורה יבשה ואדומה. די מרה איז אזוי באבלאזן, אז ער שיקט נאר שווארצע בלוט צום הארץ, און ליידיגע צעלן צום מח.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:26 pm#298223
@תנא קמא :D

FemaleHormoneBalance300.jpg
FemaleHormoneBalance300.jpg (26.08 KiB) געזען געווארן 2632 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:59 pm#298226
פיטער, מיין ווייב נוצט דאס און עס ארבייט נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:05 pm#298229
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
פון דיין ווייב איז נישט קיין ראיה זיי האבן סאך מאר הורמאנס .
פאר די וועט עס אפשר ארבעטן.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:55 pm#298243
ס'איז די אלול, סטופיד!
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:38 pm#298347
איך פגר פאר love ווי never before.
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:56 pm#298350
ליפא האט נישט קאנווינסט דיין ווייב ???
דו וואלולסט איך זאל פרואווען צו רעדן מיט איר ??
זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:25 am#298434
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פגר פאר love ווי never before.

אני לדודי ודודי לי.
פראבלעם געלייזט.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:03 am#298467
זאגסט מ'זאל טרעפן די לאוו מיט'ן אייבערשטען. דערמאנט מיר וואס איך האב דא געשריבן.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 8:15 pm#311726
שטיי איך אויף היינט צופרי, די בויך קרעמפט מיר פון די נעכטיגע פעטע חזר'יי, טשיז בלינצעס אויסגעמישט מיט דאנאטען פארשווענקט מיט אייס קאפי און טשאקלעד, ס'דריקט געפערליך און איך שפיר מיך ווי א הארטע קענטעלאופ.

שוין, בלית ברירה ריק איך מיר ארויס פון בעט, באבלאזענערהייט כדרכי בקודש, איך ראול אריין אין שול, און שפאן מיט שנעלע טריט צום קאפי רום, א קאווע איז יעצט קריטיש וויכטיג.

זיפ איך מיר פון מיין נארוואס געמאכטע קאווע געמיטלעכערהייט, ווען אויפאמאל קומט אריינצורייטן א צושטרויבלטע אינגערמאן, און מיט אים אזא ווארימע שמעקעדיגע ווינטעל, ער געט א רוק מיין האנט מיט זיין זייטיגע געביין, מיין קאווע געט א טענצל אויף ארויף און פליסט גראד אראפ מיין רעקל און טראפט אזוי אריין צווישן מיין שיך און זאקן וואו א נאסע ווארימע געפיל נעמט מיך ארום.

און גארנישט, דער יאגט ווייטער כאילו לא היה אנפילן זיין האט קאפ מיט הייס ווייסער.

די בלוט קומט מיר ארויף אין קאפ, און איך שטעך אריין צוויי שפיזיגע אויגן אין זיין ריקן, זעהט אויס זיין נשמה האט עס דערשפירט, ער געט זיך א דריי אויס, ווען ער זעהט וואס ער האט דא אנגעחזרט געט ער זיך א רוף אן "נא... ס'גיסט זיך השפעות" און ער לויפט ארויס איבערלאזנדיג דעם זעלבען לופטל ווי אופן וועג אריין.

דרעק וואס דו ביזט!! זאכ כאטש אמסארי!! פיל גילטי פאר א סקונד!! ניין גארנישט, האסט געמאכט א זויערע וויץ קענסטו גיין ווייטער, פערד!
דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 8:54 pm#311731
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
איך האב דאך דיר געבעיטן דו זאלסט נישט פרעסען די אלע דאנאטן וכדומה.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 8:56 pm#311732
איי פיעל סאו בעד פאר יו, אבער אפשר האט ער געמיינט אז דו האסט עם גאר געשטיפט...
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 9:43 am#311764
בן אדם האט געשריבן:אפשר האט ער געמיינט אז דו האסט עם גאר געשטיפט...


דאס איז די פראבלעם, פארוואס מיינט ער, נעם דיך צוזאם און וואטש וואס דו טוסט.

דרך אגב, ער האט פיין געוויסט.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:34 pm#311779
איך בעהט דיר איבער, איך האב מיך געפערליך געיאגט צו א דזשאב אינטערוויו.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:46 pm#311783
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:ר' משה'לע קאזניצער זי"ע וואס ווי באקאנט פלעגט זיך אסאך ווערטלען, האט אמאל ארפגע'משל'ט א מעשה.

וואקט זיך דער איד חול המועד סוכות נאכן דאוואנען געמיטלעך, אינער רעכטן האנט זיין לולב מיטן זילבערנעם אתרוג פושקע, אינעם לינקען האנט זיין טלית ומחזור, פלוצלינג הייבט די גארטעל אן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיג, די ווינט ציבוזעט זיך די שיך בענדל עפענט זיך, אין ווען מיטען לעצטען אטעם פרובירט ער צו ראטעווען דעם שטריימעל פון אריינפליען אינעם רעגענלאזע טייכעל, מאכט ער א האפטשו....

דאס האט פארציילט ר' אהרעלע קאזשניצער, ער האט געלעבט כמדומה לי נאכן קריג, איך געדענק נישט ווי דא אדער אין ענגלאנד.
און די מעשה ענדיגט זיך, און ער האט נישט קיין טישוס.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 1:13 pm#311797
געוואלדיג האט געשריבן:איך בעהט דיר איבער, איך האב מיך געפערליך געיאגט צו א דזשאב אינטערוויו.

געוואלדיג, ביזט געגיינגען אדער געקומען...? :lol:
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 1:20 pm#311804
נע, דאס איז געווען פארדעם, נאכדעם, ה' ישמרנו.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 1:25 pm#311807
א איד האט געשריבן:דאס האט פארציילט ר' אהרעלע קאזשניצער, ער האט געלעבט כמדומה לי נאכן קריג, איך געדענק נישט ווי דא אדער אין ענגלאנד.
און די מעשה ענדיגט זיך, און ער האט נישט קיין טישוס.

איר זאגט גוט "כמדומה לי" נאכן קריג, דא, ענגלאנד...

ווי אזוי שטייט אין די חתימה? מאך נישט קאליע די מעשה מיט "אמת'ע" פאקטן
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:31 pm#311814
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
זאג נאר דו ווייסט אנדערש?
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:45 pm#311815
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
ער איז אוועק ביים קריג אבער דאכטס זיך אז ער איז געווען א שטיק צייט אין לאנדאן
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:48 pm#311818
ATUB @א איד ATUB איר זענט נישט אינגאנצן אף טרעק. ר' אהרלע נוטר ברית איז טאקע געווען אין ענגלאנד, אבער פאר א קורצע תקופה, ער האט געואוינט אויף קעיזינאוו ראוד (עטוואס נעבן סאטמאר שול) אבער ער איז אוועק אין מיטן קריג תש"ג אין שטאט דזשעליכאוו.

גראדע געהאט א ברודער נאכן קריג אין נעוויארק.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:51 pm#311819
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:@א איד איר זענט נישט אינגאנצן אף טרעק. ר' אהרלע נוטר ברית איז טאקע געווען אין ענגלאנד, אבער פאר א קורצע תקופה, ער האט געואוינט אויף קעיזינאוו ראוד (עטוואס נעבן סאטמאר שול) אבער ער איז אוועק אין מיטן קריג תש"ג אין שטאט דזשעליכאוו.

גראדע געהאט א ברודער נאכן קריג אין נעוויארק.

יישר כח
מיין זכרון איז נאכנישט אינגאנצן איינגעשלאפן
זונטאג יוני 19, 2016 4:03 pm#338270
די קינדער קריכן היינט אויף די נערווען לכבוד "טאטע טאג". מיין ווייב מיינט איך בין אויך איר טאטע, אין זי ברויך מיר היינט לאזן פילן. חברה, פארוואס איז פריקן טאטע טאג אויף א זונטאג ווען טאטע'ס ווערן גערודפט פאר שאפינג און כל מיני נערוון קריכעריי. איך וויל א גרינעם מיטוואך ווען מען קען אביסל מנוחה טרעפן. קאט די קרעפ, ***, ***, **** און שווארצע *****.
זונטאג יוני 19, 2016 5:05 pm#338279
תנא קמא האט געשריבן: חברה, פארוואס איז פריקן טאטע טאג אויף א זונטאג


זיי נישט קיין נער, יודען געבען זיך אייביג אן עצה מ'מאכט א טאטע טאג מוקדם אדער מאוחר און מ'ווערט נעלם פאר א מעת לעת. ווי אזוי שטייט אין פסוק? שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך...
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:33 am#439065
די פילן אויסגעלאפן
די מרה שחורה געטראפן
די שוויגער גערופן
די שווער וויל שמועסן
די לענדלארד דרייט די אייער
די רענט געווארן טייער
אונטער די הענט שוויץ
די קינדער געמאכט א שמוץ
דער מאוד צוחושט
די מח זשעלי צומישט
מ'ברויך א שטריק
אדער א הויכע בריק
ניין, נישט קיין עצמו לדעת
נאר מיטן שטריק געבן א שמייס
דעם לענדלארד אויפן הויקער
ער זאלן זען שטערנס אפילו בבקר
מיט די פיס "בריק"ן
דעם שוויגער צופליקן
האסט מיר ליידיגייער א גוטע נאכט
זאלט עטס אלע ווערן צוקראכט.