Under maintenance
הויפט זייט » ערשטע גליון אויף די טישן שבת און אלעס ארום

ערשטע גליון אויף די טישן שבת און אלעס ארום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9194
מאנטאג יוני 29, 2015 8:05 pm#286068
ערשטע גליון אויף די טישן שבת און אלעס ארום
עס איז דא היינט א פארפלייצונג פון גליונות גוטע און בעסערע.
געוויסע קוקן עס אן ווי א "מכת מדינה" און אנדערע לויבן דאס אויס. אין געוויסע בתי מדרשים לאזט מען נישט ליינען ביים דאווענען גליונות און אין אנדערע טוט זיך א ליינעריי. ווי מען זאל ווען זיין אין א לייבערי.
מיר נייגערט צו וויסן ווער האט געגרינדעט די טרענד? וועלכע גליון איז געווען דער ערשטער צו זיין אין בתי מדרשים?
און וואס פארדינען די אלע מחברים פון אט די גליונות? מען מאכט געלט דערויף? מען מיינט לשם שמים?
בכלל איז דאס אויסגעהאלטן? און צו וואס פעלט דאס אויס? פארוואס איז דאס נישט קיין היסח הדעת פון דאווענען?
מאנטאג יוני 29, 2015 8:06 pm#286069
מסתם עלים לתרופה
מאנטאג יוני 29, 2015 8:08 pm#286072
איך מיין אז איר זענט זיך טועה.
און אויב שוין יא. וואס האבן זיי געהאט פון דעם? וואס האט זיי געשטופט דאס צו טון? (און די זעלבע מיט אלע היינטיגע גליונות מאכער. וואס האבן זיי פון דעם?)
מאנטאג יוני 29, 2015 8:11 pm#286074
לקראת שבת פון סקווירא איז שוין 21 יאר אלט, איך מיין ס׳איז עלטער ווי עלים לתרופה.
מאנטאג יוני 29, 2015 8:15 pm#286078
אה.
עס איז נאך דא צו באקומען היינט?
פארוואס האבן זיי באשלאסן דאס צו טון?
דינסטאג יוני 30, 2015 12:09 am#286141
פרעגער דו מיינסט מסתם נישט די עלים ווייל די עלים איז אנגעגאנגען פאר יארן און קיינער האט עס נישט נאכגעמאכט. קען זיין אז דער ערשטער גליון איז געווען די נאנאשער גליון מבאר הצדיקים
דינסטאג יוני 30, 2015 7:27 am#286163
ליקוטי שיחות פון ליובאוויטש איז געווען דער ערשטער ארומצולייגן גליונות אין די שוהלן פרייטאג צונאכטס