Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען

א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9233
זונטאג יולי 05, 2015 10:50 am#287118
א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען
ווייניג שבתים וועלן זיין איינגעקריצט אין זכרון לטובה ווי דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת בלק, תשע"ה, ברוקלין נ"י, יצ"ו.

צו מאכן א לאנגע מעשה – קורץ:

שוין א היפשע צייט וואס אונזער וואצ-עפפ גרופע קאכט און שטורמט איבער דעם איינעם נושא "צוריקצוברענגען ארגינעלע אידישקייט", אסאך פלענער זענען שוין ארויף און אראפ פון טיש. זייענדיג געבינדן צום קהילה און משפחה, האלט אונז אפ פון פראקטאצירן וואס אונזער הארץ בעגערט, כאטש וואס דער יוצר כל האט קיין שום פראבלעם דערמיט. איז אבער די וואך איינגעפאלן פאר נחום* א פלאן וואס איז אויסגעפירט געווארן העכער אלע ערווארטינגען, א מנין שחרית שבת אינדערפרי! – נישט ממש א "מנין" (וויפיל דערפלעך אינדערהיים האבן געדאווענט מיט מנין? ווער דארף מנין? העכטענס וועט מען נישט זאגן קדיש)

היות די קינדער זענען אין קעמפ, איז ערמעגליך געווארן פאר די הויפט שוויצערס, נתנאל, שרגא, יקותיאל, נפתלי און גדליה צו נעמען אנטייל, די לעצטע צוויי זענען געקומען מיט די ווייבער אויך, דבורה און אביגיל, צוויי שוועסטער.

די גרופע (פון דא און ווייטער "די מנין" – לשון מושאל), איז זיך צוזאמענגעקומען שבת אינדערפרי ביי נתנאל אינדערהיים. נתנאל האט צוגעשטעלט קאווע מיט מזונות (כידוע פון די פוסקים, אז אויב ס'דאווענט זיך בעסער נאכן טועם זיין, איז כדאי צו טועם זיין), בערך 11 איז שוין דר'עולם געווען גרייט (כידוע פון די פוסקים אז זמן תפילה איז בטל ומבוטל, בפרט שבת קודש), די פלאץ איז געווען ריין, ווי די הלכה פארלאנגט, די פענסטערס זענען געווען אפען כהלכה, יעדער איז געזעצען באקוועם. טייל פון די מענער האבן נישט צוגעדעקט דעם קאפ, כידוע אז היינטיגע צייטען איז דאס נישט קיין סימן פון הכנעה. און די פרויען האבן נישט צוגעדעקט זייער האר, כידוע אז היינטיגע צייטן, וויבאלד מ'דערנקענט שוין נישט צווישען א שטייל און אייגענע האר, איז מער נישט אסור צו גיין אפען די האר.

שרגא איז מכובד געווארן צו פירן דעם דאווענען און אנטוהן א טלית, און האט דערביי צוגעלייגט דעם מסגרת משבצות זהב וואס האלט אפ דעם טלית פון אראפפאלן (כידוע פון די פוסקים אז ווען א טלית פאלט אראפ איז אן ערענסטע שאלה פון איבערמאכן א ברכה. אין ספר "מנהגים דק"ק אמעריקע" שטייט אז די מנהג פון דעם קייטל שטאמט נאך מהררי קודש, פון בית המקדש, ווי דער כהן גדול'ס חושן האט זיך מיט דעם געהאלטן). מיט אדון עולם איז מכובד געווארן דבורה. – די ברכה שלא עשני אשה האט מען אויסגעלאזט, כידוע חומר הענין צו מבזה זיין א צווייטע איד, בפרט א פרוי וואס דמעתה מצויה. – פרשת העקידה האט מען נישט געזאגט, אזויווי די מנהג איז א טייל פלעצער (שבת). לעולם יהא אדם וכו' שמע וגו', האט מען אויך אויסגעלאזט צוליב וואס ס'איז שוין געווען לאנג נאך זמן קריאת שמע, און קרבנות, וואס גייט בטל ווערן לעתיד לבוא (כידוע פון רמב"ם) האט מען אויך אויסגלאזט.

די גרופע האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די שבת'דיגע דאווענען נעמט שוין סייוויי לענגער פון די וואכענדיגע דאווענען צוליב קריאת התורה און מוסף, פעילט שוין נישט אויס מאריך צו זיין מיט נאך פרקי תהילים, ווי דער מנהג אמאל איז געווען. איז מען תיכף צוגעגאנגען צו "ברוך שאמר", נישט איידער דער קאלט-קריטיקירער נפתלי האט אויסגערופן "מ'גיימער יעצט זאגן א נוסח וואס לויט די אנשי כנסת הגדולה, איז דאס פון א צעטל אראפגעפאלן פון הימל..." גדליה האט זיך אנגערופן "איך זאג נישט מיט. לויטן רמב"ם מוז מען נישט גלייבן אין מופתים..".

דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטל אין תהילים "תהלה לדוד" (אן די צוגעלייגטע פסוקים "אשרי" און "ואנחנו"), כדי צו מאכן אינטערסאנט האט יעדער איינער געזאגט איין פסוק, אנגעהויבן פון "ארוממך", לויט די רינג ווי דר'עולם האט זיך געזעצט, מ'האט אויך געזאגט די פארגעסענע פסוק פאר אות "נ", ווייל איצטער אין גלות איז דאס פאסיג.

"אז ישיר" האט מען אויסגעלאזט, כידוע פון מדרש "מעשה ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה??". נשמת – צוליב די אומקלארקייט ווער די מחבר איז, האט מען נישט געזאגט, אבער מ'האט געזונגען יהודה גרין'ס "נשמת, נשמת כל חי, וכו'.

קדיש און ברכו האט מען נישט געזאגט ווייל ס'איז נישט געווען 10 גדולים (נתנאל'ס טאכטער איז נאכנישט בת מצוה).

דר'עולם האט זייער שיין געזונגען "אל-אדון", און דערנאך איז אלץ געפארן שנעל ביז שמונה עשרה, וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך דעם ערוועילטן חזן, וואס האט מוציא געווען דעם עולם מיט חובת תפילה.

קיין ספר תורה איז נישט געווען, כידוע פון די פוסקים אז מ'טאר נישט פירן קיין ספר תורה אפילו מחדר לחדר אפילו צו ליינען דערין, ועוד, לויט די פוסקים זענען רוב ספרי תורה סייווי פסול ווייל די למ"ד איז אביסל שיף (כידוע פון די טריביון). ועוד, כידוע פון גרויסע צדיקים וואס האבן געליינט וועכענטליך ארויס פון א חומש, בפני קהל ועדה, און פון הימל האט אזוי אנגענומען. ממילא האט מען געליינט פון חומש, בפרט אז מ'קען מען מהדר זיין מיט די טעמים ודוקדוק ווען מ'ליינט פון א סאלוויטע חומש וואס האט די עכטע תרגום.

צוליב זהירות פון נישט לערנען ספרים וואס האבן נישט קיין הסכמה, האט נפתלי זיך פאר'עקשנ'ט צו זאגן "בריך שמיא".

דערנאך איז געווען א דעבאטע וועלכע פרשה צו ליינען, כידוע אז אמאל פלעגט מען ענדיגען די תורה איינמאל אין דריי יאר, דאס הייסט אז דאס ליינען האט גענומען א דריטל אין צייט פון וואס ס'נעמט היינט. שרגא האט געוואלט ליינען מעשה ראובן, אבער דבורה האט געטענהט אז זי וויל דוקא א פרשה וואס מ'קען מתרגם זיין. צום סוף האט מען געליינט די פרשה פון "ויתן לך" – כדי מ'זאל עס נישט דארפן איבערזאגן מוצאי שבת.

מפני כבוד המדינה וחוקיה, האט מען אויפגערופן דבורה ערשט, כידוע פון שו"ע אז א פרוי קען עולה זיין פונקט ווי א מאן. כדי ס'זאל נישט זיין קיין "עין הרע" (כידוע פון קינדליין) האט מען מפסיק געווען מיט א זכר צווישען די צוויי עליות פון די צוויי שוועסטער.

דר'עולם האט געשטומט נישט צו דאווענען מוסף.

נאכן דאווענען האט מען געמאכט א רקידה, מ'האט זיך געפרייט אז ענדליך טרעפן זיך צוזאם ערליכע פרצייטישע אידן, און מ'דינט גאט מיט שמחה און אהבה.

נתנאל האט אויסגערופן "יעדער איז געלאנדעט צו לאנטש, אבער ווער ס'גייט אהיים זאל נישט פארגעסען צוריק זיך צו פארשטעלן ווי אלע נערים".

====
ביטע זיך פארבינדען אין אישי וועגן פאלגענדע מאורעות.

*נעמען געטוישט צוליב שידוכים
זונטאג יולי 05, 2015 11:48 am#287123
Re: א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען
ענק טראגען דאגות! ווען מ'קען עפעס טוישען פונ'ם געזעלשאפטליכע אידישקייט צום 'פארצייטישען אריגינעל'ן' אידישקייט, גייסטו לאזען דבורה'לע זינגען אדון עולם?! דער לאסט דיינער איז פרשת עקידה?!
און וואס פארא דאטום ווילסטו אננעמען פאר דיין פארצייטישקייט? איך האב מורא אז אביגיל וועט נישט צולאזען אויף פאר רבינו גרשם!
לך אכול בשמחה לחמך....
זונטאג יולי 05, 2015 11:50 am#287124
שוין די ערשטע שבת האסטו שוין געוואלט מ'זאל איר אויסטוהן און אנטרונקען סוטה וואסער פארענט פון יעדעם?
גיב עס צייט.
זונטאג יולי 05, 2015 12:17 pm#287127
Re: א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען
היינט פאסט מען? דאס איז גענוג פארצייטיש פאר ענק? אפשר קען מען צוריק פארען אין דיין טיי''ם מאשי''ן און מבטל זיין דער 'קבלו עלייהו'.
איך שטעל מיר פאר אז דער זיך אפציען פון קאווע פאר איין טאג האט דיר אביסל פארדרייט. מ'קען איינשלינגען פילען פון קאפי''ן וואס לאזט לעבען אויף א תענית. פרוביר נאר.
זונטאג יולי 05, 2015 1:50 pm#287145
פריקען לץ ! כידוע ...
מוצ"ש יולי 23, 2016 10:35 pm#343225
Re: א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען
שוין א יאר!
מוצ"ש יולי 23, 2016 10:41 pm#343226
האסט שוין זוכה געווען צו א מראה נבואה?
מאנטאג יולי 25, 2016 4:44 pm#343477
קאווע, איינער האט דיר שוין געזאגט אז דו ביסט א גאון?

(אויב האסטע חידושים בש"ס ופוסקים וואלט איך געווען נייגעריג עס צו זעהן)
מאנטאג יולי 25, 2016 4:50 pm#343481
איך גלייב אז אויף תנ"ך האט ער זיכער חידושים אבער אויף ש"ס ופוסקים? מהיכי תיתי... אבער אויב יא, וואלט איך דיר געראטן אז פאר דו ווילסט זען זיינע חידושים זאלסטו זיך קודם גיין אויסטשעקן ביי א הארץ דאקטער צו מאכן זיכער אז דו מעגסט טאקע אריינקוקען אין זיינע חידושים.
דינסטאג יולי 26, 2016 5:11 pm#343616
אויף תנ"ך האט ער א גאנצע ספר יואל בדוי... די איבריגע פון דיין הודעה האב איך נישט ממש פארשטאנען.
מיטוואך יולי 05, 2017 5:10 pm#377974
מודעה: היי יאר וועט נאר אריינלאזן די וואס ברענגען מיט די קארטל.
מיטוואך יולי 05, 2017 5:17 pm#377977
אין יענע צייטן איז נישט געווען קיין עירוב
מיטוואך יולי 05, 2017 5:17 pm#377978
און נתנאל'ס טאכטער איז שוין אריבער די בת מצוה
מיטוואך יולי 05, 2017 7:48 pm#378022
היי יאר גייט מען אויך פראווען א סעודה אינאיינעם?
מיטוואך יולי 05, 2017 9:37 pm#378047
וואס האט עס מיט פרשת בלק? מען האט דאך ניטאמאל געליינט פרשת בלק?
שוין, ויהפוך השם לך את הקללה לברכה זאגט מען דאך ביי ויתן לך.
זונטאג יולי 09, 2017 12:26 pm#378355
נא ווי אזוי איז געווען שבת?
זונטאג יולי 09, 2017 12:46 pm#378362
ס'נאך נישט פערטיג.
זונטאג יולי 09, 2017 12:46 pm#378363
פארצייל א מינוט
מאנטאג יולי 10, 2017 11:05 am#378515
אוי איז דאס גאונות!!!!!!!
חילך לאורייתא!!!!!!!
מאנטאג יולי 10, 2017 11:08 am#378517
בעצם אין די רפארעם שולן דאווענט מען גאנץ ענדליך ווי דעם.
מאנטאג יולי 10, 2017 11:21 am#378521
Re: א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען
הערליך!

איין הערה, טאמער איז נישטא מנין איז נישט דא קיין חיוב קריאת התורה.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:59 am#433316
ארויפגעברענגט פאר תושבי חו"ל.