גדעון, איך האב דיר געענטפערט אויף דיין שפראך, און פאר טעלעפאן זיין שפראך.
וויליאמסבורגע יודן פלעגט מען גרינג קענען פארקויפן לאקשן! נישט קיין חילוק ווער ס'איז געלאפן, זאל זיין א דיסטריקט לידער, א קאנסילמאן, סטעיט סענעטאר, סענעטאר, פרעזידענט דעלעגאטן, און אפילו פאר א שופט, אלעס איז געווען "האוזינג, האוזינג, האוזינג", די לעצטע פאר יאר ווען דער עולם איז קלוגער געווארן האט מען גענומען א נייע טאקטיק, מ'לייגט צו יודישע נעמען מיט יודישע פראבלעמען, און ס'פארט א באן! דניאל סקוואדראן און מרדכי קאננער זענען געלאפן וועגן מציצה בפה.
קאט די קרעפ! די צייטן האבן זיך געענדיגט! יעדער ווייסט אז די זאלוינים ווילן דילאן ווייל וויטא לאפעז וויל אזוי, און דאס איז די סיבה פארוואס די ארונים ווילן נישט! און דאס פרעגט טעלעפאון, ער פרעגט די פראגע וואס צענדליגער יודן פרעגן, וואס האט דאס "מיט מיר?"
און איך גיי אדרעסירן דיין פארפירערישע ענטפער. דו רעדסט פון וואוטשערס, א סטעיט פראגראם, און דו זאגסט א וועלעזקעס איז נישט מיטגעשטאנען דערמיט, ס'האט גארנישט מיט איר, זי איז אויף די פעדעראלע לעוול, נישט קיין סטעיט. און אפשר ברענגסטו אהער די רעקארד ווי מ'זעהט עריק דילאן ארבייטן פאר וואוטשערס? ווידער, דאס אז שעלי סילווער ארבייט שווער צו ברענגען פראגראמען פאר ישיבות איז באקאנט פאר יעדן, און דער שעלי סילווער איז אראפעקומען און געבעטן מ'זאל וואוטן פאר איר, דאס איז גארנישט?
און דאס אז דילאן "רעדט" פון סעקשאן 8 יעצט פאר ער לויפט מיינט גארנישט! צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט! איין זאך וואס איך ווייס יא, וואלעסקעז ארבייט מיט עסקנים צו עפענען א סאושעל סערוויס אפיס אין וויליאמסבורג, צו העלפן דעם עולם מיט פראגראמען וואס איז עוועלעבל.
וועגן די בראדוויי טרייענגל שרייבסטו אז בלאט מדברת מתוך גרויני. אנטשולדיגט, גיב א קוק אין שפיגל, דער איד מדברת מתות גרונך! די פאקט איז סיי וויטא לאפעז און סיי וואלעסקעז האבן זיך זייער אייגענע אגענדע, די חילוק איז נאר, וויטא לאפעס האט געקעמפט אז מ'זאל אוועקנעמען יודישע שטחים און בויען דירות פאר עפארדעבל פרייז, און ער אינאיינעם מיט UJO זאלן דאס קאנטראלירן, אויב קוקט מען אויף אנדערע פראיעקטן ווי "שפר" מיינט דאס אז מ'נעמט אוועק שטחים פון יודן וואס ווילן בויען דירות פאר יודן, און מ'גייט דאס איבערגיבן פאר די פובליק וואס א גרויסע רוב וועט גיין פאר גוים. משא"כ וואלעסקעז האט געקעמפט פאר יושר! זי האט זיך ארויסגעשטעלט קעמפן פאר די יודן וואס מ'האט געוואלט אוועקנעמען זייערע שטחים, אינאיינעם מיט UJCARE און נאך אנדערע ספאנישע ארגענעזאציעס וואס מ'האט דיקרימענירט קעגן זיי.
ב"ה יושר האט געזיגט, און די יודן זענען דערווייל צוריב בעה"ב אויף זייער לאט, און מ'זעהט שוין ב"ה די פירות, עפעס דירות בויעט מען שוין, די איבעריגע גרייט מען זיך צו בויען, און "אלעס" גייט גיין פאר יודן!
נישט וואלעסקעז און נישט לאפעז האבן געמיינט יודן, נאר לאפעז איז געווען קעגן יושר, און ווען ער זיגט ווען וואלט דאס געמיינט א טובה בעיקר פאר ספאנישע, און וועלעסקעז האט געקעמפט פאר יושר, און די תוצאה איז פרישע הונדערטער דירות פאר יודן בקרוב דורך פריוואטע דיוועלאפערס.
און איך זעה אז דו ביסט מודה צו מיר אז וויטא לאפעז האט א לאנגע רעקארד אלס א שונא ישראל, און ארויסשטעלן יודן פון פראדזשעקטס, איך זעה נישט אז ער זאל זיך האבן געטוישט, ער האט נאך גאנץ לעצטענס גע'קעמפט קעגן יודישע נכסים, און איך זעה נישט אז די פראדזשעקטס זאל בעסער ווערן. איך בין נישט מחיוב אפצוקויפן די פרישע לאקשן פון די עסקנים וואס פארקויפן שוין יארן לאקשן. מיר קוקט אויס ווי וויטא לאפעז איז די זעלבע שונא ישראל, נאר רמ"ד מוז צוקומען צו זיין כוח, שטעלט ער זיך צו צו עם.
און וועגן רובאשקין עסטרייכער, אפשר געדענקסטו יא? וואו האט דילאן געארבייט פאר די יודן? דאס איז פובליק רעקארדס, קאנגרעסמאן נאדלער האט שטארק געקעמפט פאר עסטרייכער, און ער איז געקומען אינדארסן וואלעסקעז, ער זאגט אז זי האט עם געהאלפן דערמיט, און ער בעט מ'זאל איר שטיצן, דארף מען נישט מכיר טובה זיין?
און איך גיי מודה זיין אז ר' משה דוד העלפט אסאך יודן, אבער ליידער זיין פארגאנגענהייט ווייזט אז ווען ס'קומט צו געוויסע אינטערעסן העלפט ער נישט, ער שטערט גאר, דאס האט מען געזעהן ווען ער איז געווען גרייט צו שאדן מאכן פאר א יוד ביי ראוז פלאזא, דאס האט מען געזעהן ווען ער האט געטרינקען דאס בלוט פאר די יודן אין אוטאסוויל תפיסה ביי די פרשה פון מיעל מארט. אנדערש איז מיט ר' ארי לייב, ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר מענטשן וואס זענען נישט פון זיין פארטיי, מענטשן וואס האבן עם פיינט, און זיי האבן עם ליידער אונטערגעשטעלט פיסלעך! ר' אברהם רובין איז נישט אויף די זעלבע פארטיי ווי ר' נחמי' וועבערמאן, ער האט עם געהאלפן, און ער ליידט פארדעם! די יודן הייסן ביי מיר עסקנים לשם שמים! עסקנים מיט מסורת נפש!
און אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס דו רעדסט נישט פון סעקשאן 8 פוד סטעמפ און מעדיקעיד? נאר ווען דילאן "רעדט" דערפון איז דיר עס אינטערעסאנט? פארוואס זענען די וויכטיגסטע אישוס וואס זענען נוגע רוב פונעם ציבור יודן דיר נישט אינטערעסאנט? ר' שלום יוסף הערשקאוויטש וואס איז באקאנט צו העלפן יודן פון אלע קרייזן מיט סעקשאן אכט שרייט, ביטע גייטס ארויס שטומען פאר וואלאסקעז, אויב זי געווינט גייט אי"ה זיין א אפיס אין וויליאמסבורג און דאס וועט שטארק ארויסהעלפן פאר די שטאטישע פראגראמען! איז דא עפעס וויכטיגער פון דעם? איז דיין פארטיי וויכטיגער פון דעם?