Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב

סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9291
מאנטאג יולי 13, 2015 11:27 am#289012
סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב
איך וואוין אין א דירה מיט סענטרעל עיר קאנדישאן
מיין פראבלעם איז אז איך האב נאר איין יוניט פאר די גאנצע הויז, דאס מיינט אז מיינע קינדער (5 און יונגער) באקומען די זעלבע שפע וואוי מיר און זיי ווערן פארקילט
איך האב שוין געטרייט צו פארמאכן די דאקטס אבער סהעלפט נישט קיין סאך
קען איינער העלפן מיט אן עצה? מעג מען צומאכן די דאקט מיט א פלעסטיג וכדו'?
איז דא אן אנדערע וועג וויאזוי צו בלאקן די קאלטע ליפט אנדעם וואס איך זאל סאפערען אין מיין בעדראם....
מאנטאג יולי 13, 2015 11:44 am#289018
לייג אריין א סינגל יוניט בלויז פאר דיין בדרום. ס'קאסט טאקע אבער אין די לאנג ראן קענסטי דיך שפארן אסאך ווייל טאמער ביסטי אליין אינדערהיים (משפחה אין קאנטרי/קעמפ, אדער נאכ'ן חתונה מאכן די קינדער) דארפסטי נישט אפקילן די גאנצע הויז ביינאכט.
מאנטאג יולי 13, 2015 11:57 am#289021
נישט קיין אפשען , איך האב א קעיסמענט ווינדא און סארבעט נישט אזוי מיט א פארטעבל עיר קאנדישאן, וואוי אויך דארפ איך די עיר קאנדישאן אין די גאנצע הויז אויסער די בעבי רום

שכח עניוועי פאר דיין קאמענט, עני אדער איידיע?
מאנטאג יולי 13, 2015 1:01 pm#289036
אויב קענסטו ציקימען צי די דאק פייפס למשל טאפ פלארס וכו'. קען מען איינציען די פייפ אליינס וואס דאס העלפט, קאנטעקט א HAVC טעקנישאן
מאנטאג יולי 13, 2015 8:04 pm#289141
Re: סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב
מען מעג צומאכן א דאקט מיט א פלעסטיק, אדער סיי וואס עס קען עס פארשטאפן.
דינסטאג יולי 14, 2015 12:20 am#289208
פרעגסט, אדער זאגסט?
דינסטאג יולי 14, 2015 2:52 pm#289336
לייג א מעגנעט קאווער אויף די דאקט. Magnatic vent cover. מ׳קען עס קויפען אין הום דיפא
מיטוואך יולי 15, 2015 8:21 am#289482
m http://www.keenhome.io/?gclid=CPbU9J-P3 ... HwodDJIPZw m

היימישע יונגעלייט האבן אינוועסטעיד מיליאנען אין די קאמפאני. ס'איז א גוטע פאטענט פאר ווער ס'האט סענטרעל און וויל טעמפעטשער קאנטראל אויף יעדע רום.
מיטוואך יולי 22, 2015 1:00 am#290863
וואס האסטו געטוהן אין די ענד? האט עס געארבעט ? טייל מיט מיט די עולם.