Under maintenance
הויפט זייט » די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"

די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9314
זונטאג יולי 19, 2015 6:34 pm#290065
די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"
דאס פאלקסליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?" איז ברייט בארימט, און ווערט געזינגען ביים ברייטן אידיש-רעדנדן ציבור.

דאס ליד איז אבער אריבער פארשידענע גלגולים בעיקר צוליב דעם וואס מרים הנביאה ווערט דערמאנט, און עס איז כדאי דאס צו פארנאטירן. פאלגנד איז די לעצטע סטאנזא, אין דעם אריגינעלן נוסח:

ווער וועט טאנצן אויף דער סעודה'ניו?
מרים הנביאה, מרים הנביאה

מרים הנביאה וועט אונז טאנצן
שלמה המלך וועט חכמה זאגן
דוד המלך וועט אונז שפילן
משה רבינו וועט אונז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיט'ן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודה'ניו.


דא קען מען הערן חזן יאסעלע ראזנבלאט זינגען דעם ליד:

ביי 3:41 קען מען הערן מרים הנביאה

פאלגנד איז יעקב פינחס פערלמוט, באקאנט אלס יאן פירס – Jan Peerce:

מרים הנביאה געפונט זיך ביי 4:33

דא קען מען הערן דעם כאר אין ביהמ"ד הגדול אין אמסטערדאם, פאר'ן צווייטן וועלט קריג:


דער עלטסטער געדרוקטער מקור וואס איך האב געקענט געפונען פאר דעם ליד, איז "לידער-זאמעלבוך פאר דער יידישער שול און פאמיליע", ארויסגעגעבן אין פעטערבורג, 1911.
104.JPG
104.JPG (45.84 KiB) געזען געווארן 2013 מאל

105.JPG
105.JPG (32.88 KiB) געזען געווארן 2013 מאל


אין א ספר פובליצירט אין תש"ז דורך הרב יצחק צבי עווער, דערמאנט ער דעם ליד, און אויך די טאנצעדיגע מרים הנביאה.
101.JPG
101.JPG (100.77 KiB) געזען געווארן 2013 מאל


אין תשט"ו האט ר' יהושע שפעטמאן פון לאנדאן אויך דערמאנט דעם ליד אין זיינס א ספר, און באציט זיך אויך צו מרים הנביאה און אירע טענץ.
102.JPG
102.JPG (62.15 KiB) געזען געווארן 2013 מאל


מרימ'ס טאנצן איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות." אבער קענען דען חרדישע אידן צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? זעען מיר דא עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך געספראוועט מיט מרימ'ען.

איין מהלך, וואס איז לכאורה דאס מערסטע פארשפרייט, איז אז מרים הנביאה האט אויפגעהערט צו טאנצן, און האט אנשטאט דעם זיך גענומען זאגן נבואה.

ווער וועט אונז נבואה זאגן אויף דער סעודה'ניו?
מרים הנביאה, מרים הנביאה


פאלגנד הערט מאטי שטיינמעץ מיט דעם "המזמרים" כאר:

הערט מרים זאגן נבואות ביי 3:32

דא זינגט "משוררים" מיט א קינדער כאר:

הערט מרים הנביאה ביי 3:50
זונטאג יולי 19, 2015 6:35 pm#290066
געוויסע האבן געטראפן אנדערע, ווייניגער שעפערישע, וועגן ווי זיך צו ספראווען מיט מרימ'ען. מ'האט גענוצן די זעלבע מעטאדן וואס מ'נוצט אין אלגעמיין צו לעזן די "פרויען-פראגע" – צענזור און פארשניידונג. בערך 9 יאר צוריק איז ערשינען "חזנות טיש" פון ר' ירמיה דמן, און פונקט ווי ר' ירמיה דמן האט צעשניטן ר' יום-טוב ערליכ'ס ניגונים צוליב דער פרויען-פראגע, האט ער מיט דעם ליד געטון דאס זעלבע מיט'ן גענצליך ארויסשניידן מרים הנביאה.
103.JPG
103.JPG (64.5 KiB) געזען געווארן 2005 מאל


דער אלבום גיט גרייזיג אן יאסעלע ראזנבלאט ווי דעם מחבר פון דעם ליד, וואס ווייזט קלאר אז מרים איז בכוונה ארויסגעשניטן געווארן, טראצדעם וואס יאסעלע האט איר יא דערמאנט.

דמנ'ס חזנות אלבום איז ערשינען דורך יוסף משה כהנא פון "לחיים". ווען כהנא האט עטליכע יאר צוריק ארויסגעגעבן א געדרוקטער באנד מיט'ן נאמען "זמירות שבת טיש", האט ער זיך געהאלטן געטריי צו דעם צענזור:
106.JPG
106.JPG (79.5 KiB) געזען געווארן 2005 מאל

107.JPG
107.JPG (81.87 KiB) געזען געווארן 2005 מאל


דמן און כהנא זענען אבער נישט געווען די ערשטע. ווי עס שיינט האט מען אין ליובאוויטש אויפגעטוישט די סטאנזא פון מרים הנביאה צו דעם מלך המשיח. פאלגנד זענען צוויי ביישפילן:



און פאלגנד איז א פילם פון הג"ר משה שמואל שפירא ז"ל פון צענדליגער יארן צוריק (עס שטייט נישט קיין דאטום), ווי ער זינגט סעודה'ניו מיט זיינע תלמידים, און לאזט אויס מרים הנביאה.


א לעצטיגער קליפ וואו אשי בלומענבערג זינגט מיט לחיימ'ס צענזורירטער ווערסיע.



אז איר ווילט היינט דעם אריגינעלן נוסח דארף מען הערן דעם "אידיש קלוב" פון בראנדייס אוניווערסיטעט:


אדער דעם משפיע ר' בצלאל עדווארדס:
זונטאג יולי 19, 2015 6:37 pm#290067
Re: די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומ
דאס באלאנגט אין אכשר דרא
זונטאג יולי 19, 2015 6:43 pm#290070
אז מ'רעדט שוין פון די פארשידענע נוסחאות, איז אויך ווערד צוצוברענגען צוויי אנדערע ווערסיעס וועלכע ערשיינען אין "יידישע פאלקסלידער", ארויסגעגעבן דורך נח פרילוצקי אין 1911. די ערשטע ווערסיע איז זייער ענליך צו אונזער ווערסיע, נאר אנשטאט מרים הנביאה ערשיינט דער קוויטל-שרייבער עזרא הסופר, אבער די צווייטע ווערסיע האט א סך שינויים.
108.JPG
108.JPG (27.34 KiB) געזען געווארן 1999 מאל

109.JPG
109.JPG (73.06 KiB) געזען געווארן 1999 מאל

110.JPG
110.JPG (53.34 KiB) געזען געווארן 1999 מאל

111.JPG
111.JPG (64.65 KiB) געזען געווארן 1999 מאל

112.JPG
112.JPG (23.79 KiB) געזען געווארן 1999 מאל
זונטאג יולי 19, 2015 6:59 pm#290071
מרימ'ס טאנצן איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות." אבער קענען דען חרדישע אידן צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? זעען מיר דא עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך געספראוועט מיט מרימ'ען.
דארט האט זי געטאנצט מיט די נשים , אבער וואו געפונען מיר אז א אשה זאל טאנצן פאר מענער ?! ס׳דאך לאו מר בר רב אשי חתום אויף דעם ניגון .
זונטאג יולי 19, 2015 8:21 pm#290084
ווי אזוי שטעלן זיי זיך פאר וועט שוין אויסקוקען מרים הנביאה'ס א טענצל ? זיי וואלטן ענדערש געדארפט עפלייען פאר א מחלת בת ישמעאל טאנץ.
זונטאג יולי 19, 2015 8:42 pm#290087
ירא שמים האט געשריבן:
מרימ'ס טאנצן איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות." אבער קענען דען חרדישע אידן צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? זעען מיר דא עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך געספראוועט מיט מרימ'ען.
דארט האט זי געטאנצט מיט די נשים , אבער וואו געפונען מיר אז א אשה זאל טאנצן פאר מענער ?! ס׳דאך לאו מר בר רב אשי חתום אויף דעם ניגון .

ווי זאגט דער ניגון אז זי וועט טאנצן פאר די מענער?
בו בשעה ווען די מענער וועלן זיין פארנומען מיטן שור הבור און לויתן וועט זי טאנצן ביי די פרויען.
א טיפיקעל עקזעמפל ווי דער דמיון מאכט א מענטש הערן זאכן וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן...
זונטאג יולי 19, 2015 9:01 pm#290093
ראובן! די בעסט!
זונטאג יולי 19, 2015 10:06 pm#290101
זייער אינטערעסאנט. דאס ערשטע מאל וואס איך הער פון מרימ'ן אין דעם ניגון. יישר כח ראובן.
דער חידוש איז אז קיינער האט זיך נישט גענומען די מי צו זאגן אז מען האט ארויסגענומען א חלק פונעם ניגון און אנגעבן א סיבה דערצו.
זונטאג יולי 19, 2015 10:20 pm#290104
די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"
יתרו האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:
מרימ'ס טאנצן איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות." אבער קענען דען חרדישע אידן צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? זעען מיר דא עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך געספראוועט מיט מרימ'ען.
דארט האט זי געטאנצט מיט די נשים , אבער וואו געפונען מיר אז א אשה זאל טאנצן פאר מענער ?! ס׳דאך לאו מר בר רב אשי חתום אויף דעם ניגון .

ווי זאגט דער ניגון אז זי וועט טאנצן פאר די מענער?
בו בשעה ווען די מענער וועלן זיין פארנומען מיטן שור הבור און לויתן וועט זי טאנצן ביי די פרויען.
א טיפיקעל עקזעמפל ווי דער דמיון מאכט א מענטש הערן זאכן וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן...

און וועמנ׳ס דמיון מאכט עם הערן אז נאר די מענער גייען באקומען א שטיקל פונ׳ם שור הבר לויתן ?!
זונטאג יולי 19, 2015 11:08 pm#290117
איך האלט עס איז כדאי צי פארברייטערן די אשכול, און פראבירן צי דערשיפערירן די ליריקס פון יאסעלעס אידישע ניגונים וואס זענען אים פארשטענדליך, ווייל ווי איך זעי זענען דא פארהאן ידיעות איבער געדריקטע ליריקס, א חלק קען איך, אבער א חלק איז שווער צי פארשטיין, ברויכען מיר זיך ציזאמען זאמלען און נעמען ניגון נאך ניגון און מסדר זיין, ווי צים ביי שפיל 'יארצייט ליכט', 'קלי קלי', 'די נבואה', 'דער טליתל' און דאס גלייכן.
זונטאג יולי 19, 2015 11:11 pm#290119
די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"
מה זה ״דערשיפערירן די ליריקס״ ?
מאנטאג יולי 20, 2015 4:12 pm#290259
להשלמת הענין, איז אויך כדאי צו ברענגען א פאראדיע פון דעם ליד, דורך דער בארימטער אידישער אקטריסע מאלי פיקאן.


וואָס זשע וועט זײַן אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק?
אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק
וועלן מיר מאַכו אַ סעודהניו.
אין YM און YWHA און אַלעס וועט דאַמאָלס זײַן OK

אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק SOMEDAY
וועלן מיר זינגען און טאַנצן היי היי
אַז משיח וועט קומען צו גיין
ניט אויף אַ פֿערד נאָר אויף אַן אייראָפּליין
וועט אַיעדער ייִד אין אַן אויטאָמאָביל
אים באַגעגענען אויף LAGUARDIA FIELD
משיח וועט זיצן אין אַן אָפֿענע CAR
אויף BROADWAY פֿאָרן ווי אַ HOLLYWOOD STAR

בײַם CITY HALL וועט דער MAYOR שטיין
און באַגריסן משיח גאַנץ שיין.
און דערנאָכדעם וועט זײַן אַ באַנקעט
HOTDOGS וועלן מיר עסן דאָרט YOU BET
KATE SMITH וועט קומען ABSOLUTELY FREE
גאָט בענטש אַמעריקע זינגען וועט זי
אויף אַן אייראָפּליין וועט ער פֿליִען
אויף טיש און בענק וועט זיך טען
אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק.
בײַם באַנקעט וועלן מיר זינגען פֿײַן
לאָמיר אַלע אין איינעם אין איינעם
משיח מקבל-פּנים זײַן
אַ SPEECH וועט קיינער ניט מאַכן נאָר
משיח וועט קריגן דעם FLOOR
דערנאָך דעם וועלן מיר האָבן אַ HIGH CLASS SHOW

משיח וועט מאַכן אַ SPEECH אויפֿן RADIO
THE BAND וועט שפּילן אַ ייִדישע LA CAÑA
טאַנצן וועט ניט מרים נאָר MADAME LASAGNA
בײַם באַנקעט וועלן מיר זינגען פֿײַן
לאָמיר אים מקבל-פּנים זײַן
אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק.
נאָכן באַנקעט וועלן מיר נעמען משיח
אין אַ SWELL HOTEL אויסצורוען זיך
און ער וועט זאָגן פֿרײַנדע מײַנע
EXCUSE ME איך מוז נעמען א וואַנע.
דער ערשטער וווּנדער וועט באַווײַזן משיח
אַז האָר זאָל וואַקסן אויף אַיעדען פּליך
ווײַבער וועלן מער ניט שקלאַפֿן אין KITCHEN
און ענגע שיך וועלן אונדז מער ניט דערקוטשען
אַ נײַעם אויטאָמאָביל וועט אַיעדער קריגן
מע וועט אויסהרגענען אלע מאָסקיטעס און פֿליגן
בראָנזוויל וועט צוריק קריגן אירע ציגן
אוי אַז משיח וועט קומען קיין ניו-יאָרק!


מקור
מאנטאג יולי 20, 2015 4:43 pm#290284
Re: די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומ
עפעס איז דא א ווערטל פון דזיגון וואס איז די מציאה פון זעהן א פיהר טויזענד יעריגע יידענע הייבן א פיס...

I can't believe I just said that...
מאנטאג יולי 20, 2015 6:47 pm#290339
דא איז א העברעאישע ווערסיע פון דעם ליד. אין דעם נוסח פרעגט מען "מי ישיר לנו בסעודה הזאת?" און מען ענטפערט, "דבורה הנביאה."

m http://www.zemereshet.co.il/FlashPlayer ... rf_id=2685 m
מאנטאג יולי 27, 2015 2:07 am#291984
די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?"
א הערליכע באשרייבונג אויף אייוועלט וועגן צענזור פון לחיים כאפט אריין איידער ס'ווערט פארשווינדען פרייליכע נייעס גירוש געפלאנט ATUB @ראובן ATUB בוסטו אפשר דער ניק טהור עיניים פון דארט ?
דינסטאג אוגוסט 04, 2015 6:53 pm#293803
א סוכה א קליינע
אין די באקאנטע ליד "א סוכה א קליינע" [געשריבען דורך די אידישיסט אברהם רייזען] האבען די Rabbi's sons [הללו 1976] געביטן פון "דאס ערשטע געריכט עס טראגט מיר מיין ווייב באלד אריין" צו "צום ערשטן געריכט מיט א בלאסן געזיכט ברענגט מיר מיין טעכטערל אריין".
דינסטאג אוגוסט 04, 2015 7:16 pm#293804
לא נחשדו די Rabbi's sons מיטן האבן א פראבלעם צו זאגן די ווארט 'ווייב'...
מיר זעט ענדערש אויס, אז זיי האבן גענוצט דאס ווארט 'טעכטער'ל' פשוט ווייל דאס סאונדט זיסער. והא ראי', שאמרו טעכטערל און נישט 'טאכטער'.
דינסטאג אוגוסט 04, 2015 7:21 pm#293806
או דילמא יש לומר
או דילמא יש לומר, ש'טאכטער' עדיין משמע שהיא גדולה, ואם כן לא תיקנו כלום במה שהשמיטו את האשה, לכן דקדקו בלשונם לומר "טעכטר'ל" שמשמע קטנה פחותה מבת הרהור.
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:07 am#293849
ירא שמים האט געשריבן:
מרימ'ס טאנצן איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות." אבער קענען דען חרדישע אידן צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? זעען מיר דא עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך געספראוועט מיט מרימ'ען.
דארט האט זי געטאנצט מיט די נשים , אבער וואו געפונען מיר אז א אשה זאל טאנצן פאר מענער ?! ס׳דאך לאו מר בר רב אשי חתום אויף דעם ניגון .

כשבא רבי אבהו לבי קיסר יצאו אמהתא דבי קיסר וכו' רבה דעמיה מדברנא דאומתיה וכו'.
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:09 am#293851
Re: די ווערסיעס פון דעם ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומ
וואו איז די גמרא וואס דו ברענגסט ?
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 7:55 am#293860
כתובות יז.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:29 am#294113
אין איי וועלט א צייט צוריק
והנה און נון האט געשריבן:גראדע אינטערעסאנט אז מ'האט דעם ניגון צוגעלאזט זינגן. איך בין אמאל געווען ביי א גרעסערע סאטמארע מהר''י מסיבה, מ'האט אנגעהויבן זינגן דעם ניגון סעודה'ניו האט דער רבי געהייסן אויפהערן דאס זינגן. בעיני ראו, פארוואס ווייס איך נישט.

יעצט פארשטיי איך שוין...
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:32 pm#294147
איך וואלט וועין גענימען דעם גאנצען ניגון אויף א טשאלאנדש, עס ברויך א דרינגענדע אמענדמענט.

איך פארשטיי נישט די גאנצע מעשה, מיר זינגען וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, וואלט איך עקספעקטעד עפעס מער ווי א סעודעניא.

וואס סעודעניא איך בין אויף א שטרעינגע דייעט, מיר לעכצען אויף משיח פאר עפעס מער ווי א סלייס שור הבור, אדער א פארציע ליוויתן, יין המשומר איז בכלל נישט מיין זאך עניוועי, ווייל איך פלאן אהיים צי דרייוון נאך די סעודה, אויב שוין יא עפעס גשמיות דאן וואלט איך געגעיבן א שטיקעלע פארלאנג וואס איך ברויך האבן ביי די סעודה, איך ברויך דארט האבן ווייפיי אדער 5G מיט שטארקע סענטראל ערקאנדישן, עפעס מער ווי נאר דוד המלך, איך קען באשטיין שירה מיט ידודים אויך שלום מאכן מיט מזמרים, אויך סימפיני אדער פריילעך, א געהעריגע מייק סיסטעם, אפשר לאזן מאנא אנפירן, חוץ תורה זאגן אדער בענטשען ברויך איך יארמע רב אדער מאדי, אויב יעקל מייסן וועט תשובה טיען דאן זאל ער אויך אויף טרעטן פאר אביסל, פאר טאנצען וויל איך דייקי נישט מרים הנבואה, איך האב אנדערע אין מיינד, איך וואלט געראטן משיח זאל ערלויבן איינעם פון נישט אידישן אפשטאם, אדער אויסלערנען א אידיש קינד געהעריג טאנצען, פליז נישט א רבי אדער א רבצן, ווייל זיי זענען בדרך כלל נישט פיט פאר א געהעריגע טאנץ ליפא שמעלצער אדער מיכל דזשקסאן סטייל.

אויך פארלאנג איך פערזעינלעך עס נישט צי מאכן אינעם עורה של לוויתן עס זעיט מיר אויס נישט פריינטלעך, אויך ביטע מיר זאגן ווען די לוויתן גייט זיך שלאגן מיטן שור הבור ווייל דאן וויל איך נישט זיין, איך בין זייער ערפינדלעך צי עזעלכע זאכן, אפשר דאך קען מען לאזן דעם שור הבור גיין פריי, פליז מיר זענען מסכים אויף פרוכט מיט וועדזשי'ס.

אקעי איך בין זיכער אז אלעס איז העכערע זאכן סא פליז נישט לאזן טוישן דעם מקובל'דיגע וועיג וואס מיר זינגען שוין דורי דורות, ביטע לאזן פלאץ פאר די מרים טאנץ.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:41 pm#294180
אגב, דער זוהר שרייבט שוין אז דער שור הבור און יין המשומר זענען נישט כפשוטם, און דער רמ"ע מפאנו שמועסט דאס אויך אויס באריכות אין "עשרה מאמרות".