Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ארויסהאבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבעכטץ

ארויסהאבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבעכטץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9375
דינסטאג יולי 28, 2015 9:31 pm#292455
ארויסהאבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבעכטץ
פאר די וואס טוען אין אור-אלטע היסטארישע פערזענליכקייטן, איז באקאנט אז דער וועג וויאזוי מען האט ארויס דעם מענטש, זיין לעבן און זיין מהות איז ע"פ רוב לויט זיינע מאמרים. און ריזיגע חלוקי דעות זענען פארהאן איבער טייל גרויסע פערזענליכקייטן, וויאזוי מען לערנט אפ זיינע מאמרים אויף צו ארויסצוהאבן זיין לעבן'ס שטייגער, היסטאריע, און מהות.

איז מיר איינגעפאלן אן אינטרעסאנטער איידיע. לאמיר מאכן א טעסט צווישן אונז קאווע שטיבל שרייבער ווי ווייט מיר קענען ארויסהאבן א ניק לויט זיין געשרייבעכטץ. און לויט אונזער סוקסעס וועלן מיר קענען האבן אן איידיע ווי ווייט ריכטיג די חוקרי אנשי השם בימים קדומים האבן געקענט ארויס באקומען א מענטשן'ס כאראקטער און לעבן פון זייערע מאמרים.

אודאי זענען פאראן חילוקים צווישן א טעסט אויף אן אמאליגער פערזאן און א טעסט איבער א היינטיגער ק"ש פערזאן.

מצד אחד איז אן אמאליגער פערזענליכקייט שווערער ארויס צו האבן צוליב די מרחק אין זמן און אין קולטור, בעת דעם ק"ש שרייבערס קולטור איז קלאר (אז ער רעדט אידיש און לעבט בדורינו, וואו און וויאזוי קען ער שוין וואוינען, וואס קען ער שוין עסן, וואספאר א עסקים קען ער שוין האבן וכו').

מצד שני איז דעם ק"ש ניק שווערער ארויס צו האבן צוליב וואס עס פעלט אונז די ריכטיגע טאלס וויאזוי צו צוגיין צו אזא פארשונג, בעת די חוקרים איבער אישים קדמונים זענען מער געלערנט איבער דעם. און ווי אויך זוכט זיך דער ניק צו באהאלטן, בעת דער אמאליגער האט עס נישט געטון.

אבער פארט איז אינטרעסאנט צו פראבירן און זעהן וואס די תוצאות וועלן זיין.

דער פראבלעם איז נאר אז כדי צו נעמען איינעם אויפן צימבל מוז יענער געבן רשות. און איך גלייב אז זייער ווייניג ניקים וועלן זיך מתנדב זיין זיך צו לאזן ארינצוקריכן אין די קישקעס, און נאכדעם זאגן דעם אמת ווער עס האט די מערסטע צוגעטראפן צו זיין ריכטיגער אישיות און לעבנס שטייגער.

וואלט איך פארגעשלאגן אז דער מתנדב זאל געבן באגרענעצונגען ביז ווי ווייט מען קען אריין גיין אין אים. למשל ער קען אפהאלטן פון פראבירן אויסצופיגערן זיין נאמען, משפחה, שטאט, קאמיונעטי א.א.וו. געוואנדן אינעם מתנדב.

פארשטייט זיך אז עס דארף זיך האלטן אויף א ערנסטע לעוול און נישט סתם ארום ליצעווען אדער אטאקירן דעם ניק בלי טעם. די מסקנות דארפן אויפגעוויזן ווערן דורך'ן ציטירן שטיקער פון דעם ניק'ס שרייבעריי, בקיצור אזוי ווי אן ערנסטער מחקר.

נאך עטליכע ערנסטע השערות און מחקרים איבער דעם מתנדב ניק, זאל דער ניק קומען און אויסרעכענען יעדנס טעות אדער סוקסעס.

נו חברים, וואס זאגט איר דערצו?
דינסטאג יולי 28, 2015 9:51 pm#292459
נאך א חילוק, לדעתי א גרויסער, איז אז די ניקס דא האבן די פרייהייט צו זיך באהאלטן הינטער זייער ווירטיאלער איידענטיטי. מצד אחד קען דאס גאר העלפן דערגרונטעווען זיינע אמת'ע פארשוין, ער האט ניט וואס צו מורא האבן וואס מ'וועט זאגן. אבער בעיקר שרייבט א מענטש זאכן וואס ער אליין האלט ניט, שרייבט זיך אמאל ליופי המליצה ווייל אזוי האט זיך עם געשמעקט אויפן מינוט. וועט מען זאגן אז אדרבא אט דאס איז 'ער', איך בין ניט אזוי זיכער.
לדעתכם וואו קען זען די אמת'ר קאלירן, אין א ניק אדער אין 'ריל לייף'?

לא לחינם ווערט דאס אנגערפן 'מדעי הרוח', מערסטע מאל איז טאקע א לופט געשעפט, אבער אפשר איז דא יא עפעס אין דערויף - נחי' ונראה
דינסטאג יולי 28, 2015 9:59 pm#292460
גוטער איינפאל, שוין געטראכט אמאל דערפון, אלזא לאמיר געבן א שטיקל קריטיריע וויאזוי צינויפשטעלן א פראפייל, כ'וועל שרייבן ראשי פרקים, האפענטליך כולל צו זיין אלעס, אבער ס'יעדע איינע קען מען שטארק מרחיב זיין.
געשטעל
קליידונג
געזונט צושטאנד
יארגאנג
פאמיליע לעבן
פינאנציעלע צושטאנד
באוועגונג
כאראקטער
סאציאלע באנעמונג
וויסענשאפטליכע אינטעליגענץ
עמאציענעל אינטעליגענץ
אפשטאם
אויסקוק אויפן לעבן
אינטערעסעס
טאלאנטן
שטימונג
איינדרוק
דערגרייכונגען
דינסטאג יולי 28, 2015 10:18 pm#292462
ווייטער?
דינסטאג יולי 28, 2015 10:33 pm#292464
דער עולה על המוקד איז זיך מתחייב צו באשטעטיגן געוויסע הנחות, אדער ס'איז א guessing געים וואס בלייבט ביים guess'ן?
דינסטאג יולי 28, 2015 10:49 pm#292473
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער עולה על המוקד איז זיך מתחייב צו באשטעטיגן געוויסע הנחות, אדער ס'איז א guessing געים וואס בלייבט ביים guess'ן?

איך האב אויבן געשריבן:

"נאך עטליכע ערנסטע השערות און מחקרים איבער דעם מתנדב ניק, זאל דער ניק קומען און אויסרעכענען יעדנס טעות אדער סוקסעס.
דינסטאג יולי 28, 2015 11:04 pm#292483
סאיז א שטארקע סתירה מיט'ן אנליין הסתרה. ס'קען נישט ארבייטן צוזאמען. די הסתרה דא איז נישט בלויז די נאמען מיט די אדרעסס, ס'איז די נאטור וכדומה. רוב ניקים זוכן רעספעקט און אמאל אנטענעשאן וואס זיי קענען נישט באקומען ווען מ'קען זיי ווי די חבר אין מקוה. אויב גיסן זיי אויס די בונדלעך, דארפן זיי א נייע ניק צו ערפילן די חלל פון רעספעקט דאס וועט שאפן.
מיטוואך יולי 29, 2015 8:38 pm#292692
צווישן די אמאליגע מחברים זענען אויך פארהאן אזעלעכע וועמענס אידענטיטעיט איז פארהוילן, ווי דער כלבו, חינוך, משלי שעלים.
אנדערע מחברים וועמענס אידענטיטעט עס איז יא באוואוסט קען מען אבער שווער ארויס האבן זייער מענטאליטעט און לעבן מחמת מיעוט החומר, אדער איינגעהאלטענע שפראך, אדער וועגן די צענזור.

טאקע דערפאר איז נישט יעדן פערזענליכקייט די זעלבע גרינג ארויס צו האבן. אבער די עיקר חכמה איז טאקע ארויס צו האבן "צווישן די שירות", און וואס א גרעסערער מומחה אלס א בעסערער "ליינער" איז מען.
מיטוואך יולי 29, 2015 9:02 pm#292702
נו חברה, ווער איז רעדי זיך צו לאזן אבסערווירן אויף כאטש א טייל פון נהורא ופשט'ס פראפייל?
מיטוואך יולי 29, 2015 9:09 pm#292704
איך
מיטוואך יולי 29, 2015 9:22 pm#292709
עטליכע טיפס וואס צו נעמען אין באטראכט פון א ניק אויסער דאס שרייבן גופא:

דער ניק נאמען; זיין רעדאגירן זיינע זאכן די צאל וויפיל מאל ער רעדאגירד א תגובה, ווי אפט ער רעדאגירד בכלל; אותיות מיסטעיקס; ווי אפט ער שרייבט; די שעות און תקופות פון זיין שרייבן; ווי ספאנטאנישט ער איז מיט אן ענטפער.

איר קענט צולייגן נאך סמנים. דאס איז אבער גענוג בעיקר אויף ארויס צו האבן זיין פסיכאלאגישע כאראקטער. די סמעטענע סחורה דארף מען ארויס נעמען פון זיין שרייבן גופא.
מיטוואך יולי 29, 2015 10:03 pm#292713
אפטעמיסט האט געשריבן:איך

מיט דיינע איבער צוויי טויזנט תגובות דארף מען דינגען א מכון דיר צוצונעמען. אבער צו מאכן די ארבער גרינגער לאמיר מאכן א פאלעסי אז עס איז גענוג צו נעמען די ערשטע הונדערט און פופציג תגובות, און ווער עס וויל קען נעמען מער אדער אלע.

הכלל, געשלאסן געשעפט?
מיטוואך יולי 29, 2015 11:11 pm#292735
ערשטע 150 איז לכאורה זייער פעיק, מ'זוכט נאך יעדעם צו געפעלן. מ'פירט זיך אויך ווי ביי די באשאו.
מיטוואך יולי 29, 2015 11:16 pm#292739
אקעי, ATUB @אפטעמיסט ATUB האט געבעטן, היידא.. איך ארבייט אויף דעם לפי זכרוני. (קענסט דיך נוקם זיין אויף מיר)
מיטוואך יולי 29, 2015 11:34 pm#292743
געשטעל
מער צו די העכערע זייט, לאמיר זאגן 5.10
קליידונג
ר"ת גאטשעס ווען אין ווילי. אויף ביזנעס און וואקאציע גייט מען אריבער צו באקסערס. אדערווייז זייער צאמגענומען און ריין. אביסל פעשליך, בערך נאר 20 פונט איבעוואגיג.
געזונט צושטאנד
געזונט ב"ה ווי א בקר אין די גאסן פון מאדריד.
יארגאנג
צווישן 32-34
פאמיליע לעבן
חתונה געהאט מיט 5 אדער 6 קינדער.
פינאנציעלע צושטאנד
צווישן באקוועם און שיין פארמעגליך.
באוועגונג
א גאר פלייסיגע ענערזשייסט מענטש
כאראקטער
א שטיק כארוזמע און געשמאק, א שטיקל טעמפור ווען מ'קריכט אויפן גיד הנשה.
סאציאלע באנעמונג
א דאנאמיק פערסענעליטי
וויסענשאפטליכע אינטעליגענץ
פארשטייט אין יעדע נושא לכה"פ ראשי פרקים, אבער פארשווענד נישט צו אסאך צייט מיט דעם
עמאציענעל אינטעליגענץ
פארשטייט צו מענטשן זייער גוט.
אפשטאם
בעקיש טשאבא פון די מאמע'ס זייט, און געמיש פון ארץ ישראל מיט אויבערלאנד פון די טאטע'ס זייט.
אויסקוק אויפן לעבן
עפ"ר שטארק אפטעמיסטיש. חוץ ווען די לעבן שפייט אין פנים ווי אונז אלע. האט שטארקע פרינציפן אויף וואס ער וועט קיינמאל נישט טרעטן.
אינטערעסעס
ק"ש, ביזנעס, שרייבן, ליינען, וואקאציע. תורה, מדע, סאציאלע געזעהלשאפט, וואקאציע מיט די ווייב, מוזיק, הומען סייקאלעזשי.
טאלאנטן
שרייבן, הומאר, פאעזיע, ביזנעס סטראטעגיע און סקילס.
שטימונג
פריילעך און קאנפעדענט עפ"ר
איינדרוק
גאר א גוטע צאמגענומענע קאנפעדענט איינדרוק.

אפטעלע, יעצט אדער הארגע מיך, אדער זיי דיך נוקם...
דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:01 am#292783
וואנצעס, ביסט גוטע נייעס! דאס גרעניצט זיך שוין מיט ערענסטע גילוי. כ'מיין אז דאס איז עס, מיינע קינדער פליען פון די מוסדות!

איין זאך נאר, הרג'ע נישט מיינע קינדער. מ'האמיר שוין געשמועסט אז כ'האב קע"ה 13 קינדער (ועוד ידי נטויה).

לאמיר הערן וואס נאך דער עולם האט צו זאגן.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:15 am#292790
moshav zekeinim האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עס דארף זיך האלטן אויף א ערנסטע לעוול און נישט סתם ארום ליצעווען אדער אטאקירן דעם ניק בלי טעם. די מסקנות דארפן אויפגעוויזן ווערן דורך'ן ציטירן שטיקער פון דעם ניק'ס שרייבעריי, בקיצור אזוי ווי אן ערנסטער מחקר.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:17 am#292791
אפטעמיסט האט געשריבן:איך

l viewtopic.php?p=289933#p289933 l
דאנערשטאג יולי 30, 2015 3:38 pm#292896
moshav zekeinim האט געשריבן:נו חברה, ווער איז רעדי זיך צו לאזן אבסערווירן אויף כאטש א טייל פון נהורא ופשט'ס פראפייל?


איך.

איך האלט קלאר אז עס אוממעגליך צו וויסן וועגן דעם מענטש אליינס. מענטשן האבן מער ווי איין פערסאנע, אינדערהיים, ביי די עלטערן, ביים שוער, אויף וועקעישן, שול, ארבעט, אויף די געוועב בגלוי און נאכדעם בסתר.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 3:59 pm#292908
לעולם יהא אדם וכו' בסתר ובגלוי ומודה על האמת
פרייטאג יולי 31, 2015 11:55 am#293091
בין איך גרייט צו זיין אויפן טיש.
פרייטאג יולי 31, 2015 12:12 pm#293094
איך בין גרייט צו גיין אויפן טיש, אבער איך מיין אז איך בין א אומאינטערסאנטע בחור,
אלעס פארווע

קוקט אויס ווי מיין מאמעס תפילה בי ליכט צינדן איז מער ווייניגער געענטפערט געווארן (נישט צו שיין, נישט צו מיאוס, און אזוי ווייטער)
אויסער ביי די נישט צו קלוג נישט צו נאריש חלק פון די תחינה, דארט האט זי מיאוס געפלאפט, (פיגור אליינס אויס צו וועלכע זייט)
מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:55 pm#394580
יעצט אריינגעבאמפט אין די אשכול און געקלערט אז ס'וואלט נישט געווען קיין שלעכטע געדאנק
אפשר וויל זיך איינער אנטראגן ארויפצוגייט אויפן טיש?
מיטוואך יאנואר 31, 2018 3:42 pm#394581
איך קריך ארויף אויפן טיש!

איך גיי געבן א פראצענט סוקסעס ראטע, נישט קיין פרטים פונקטליך וואס איז אמת און וואס נישט.
מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:09 pm#394589
רבותיי: ס'איז מיר א פלא אז איך האב פארפאסט דעם זייער אינטרעסאנטן אשכול. נאך בחייו פונ'ם מחבר. (ווען מ'האט נאכנישט געוואוסט אז ער איז אן אפיקורס און זעלבסט-האסנ'דער איד.). אבער לאמיר מקיים זיין דעם שפתותיו דובבות בקבר. כאטש דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף צדיקים. או.קעי. אין סדום וואלט ער אפשר אויך פאררעכנט געווארן פאר א צדיק. אדער אפשר גאר אין וואטיקאן...! גענוג מיט די שטותים. לאמיר אנהייבן מיט מיר אליינס...!

והנה: איך וועלל מיך אליינס פרובירן פראפיילן. לויט מיינע שרייבעכצער קענמען ציען א זיכערע מסקנא אז...
95% פון וואס איך שרייב איז שטותים והבלים
איך האב געוואוינט אין עטליכע מדינות
איך קען א פאר (מער ווי איינס) שפראכן
איך בין א סאטמאר'ער אהרוני
איך בין א גרויסער ציוני
איך וואוין אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא
איך האב (ליידער) א סמארטפאון (אומגעפילטערט). (שא. זאגטס נישט אויס פאר קיינעם. מ'וועט נישט אריינלאזן מיינע אור אייניקלעך אין די תלמוד תורה.)
איך בין א שטיקל קאלעדזש גרעדיועיט (מיין ראש ישיבה זצ"ל האט געטענה'ט אז גמ'-תוס' איז אויך קאלעדזש. ווען ער האט געגעבן פאר בחורים א בריעף אז זיי האבן געענדיגט קאלעדזש.)
איך בין אויסגעוואקסן א בעל עגלה
די איינציגע זאך וואס איך קען, איז שמייסן די פערד און זיי געבן צו עסן
איך הייס בערל (אדער אפשר נישט).
מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:19 pm#394590
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין א סאטמאר'ער אהרוני
איך בין א גרויסער ציוני

כיצד יתקיימו שניהם?
אפשר ביסטו א וויזניצער אהרוני? :P
מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:23 pm#394592
שמעקעדיג: ניין. איך קען נישט זיין קיין וויזשניצער. איך גלייב אין באשעפער. נישט אין רעעעעבי'ן. ביי מיר איז דער רעבא א בשר ודגים פונקט ווי א צווייטער...!
מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:00 pm#394595
רעדענדיג פון בשר ודגים, א היכי תמצא פון והסנה איננו אוכל, די רבי אליינס פארברענט בשר ודגים כשריפת קדשים כמובא במקום אחר, והוא גופא קאי וקיים בשר ודגים וכל מטעמים...
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:11 am#394605
וואלווי: דו מיינסט אז די רבי האט נישט ליעב צו טרינקען א קאלט גלעזל (אדער באטל) ביר אין א הייסן זומער'דיגן טאג נאכ'ן ארויסקומען פון סווימינג פאאל. אדער א סושי עגג ראלל אין א ווינטער'דיגן מוצאי שבת קודש...!
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 9:50 am#394610
איך וועיס? נאך קעינמאל נישט פרובירט צו זיין א רבי...
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 10:45 am#394613
נו, איינער נעמט זיך צו מיר אדער נישט?
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 11:04 am#394615
ברויך מען צייט איבערליינען אלע דיינע תגובות און נאכער געבן א דייעגנאסעס. מ'ברויך צייט האבן. :D
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 12:39 pm#394622
איסר האיטלקי: די בעסטע איז ווען דער בעל דבר נעמט זיך אליין אין די הענט אריין און מאכט א סעלף דיאגנאסיס. ס'איז דאך לב יודע מרת נפשו. א יעדער ווייסט די זיסקייט פון זיינע תגובות...!
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 7:24 pm#394636
איסר האטלקי האט געשריבן:נו, איינער נעמט זיך צו מיר אדער נישט?

זאג, דו ביסט גרייט פאר א פול פעקידזש?
הממ...
פרייטאג פעברואר 02, 2018 4:29 am#394648
איך בין א מודה במקצת.

א האלבע טאג לערן איך נישט און א האלבע טאג ארבעט איך נישט, די אנדערע דריטל נאכט (ליין: פארטאגס) קוק איך נאך תגובות פון הרב הציוני הארוני בערל בעלגעלה צי ער ספעלט גוט די בלעז״ן.

אחרון של פסח טרינק איך רויטע וויין מיט איגערקעס וואס איך קוועטש אליינס אויס ביים מקוה איד.

חמשה עשר לויף איך ארויף אויפן רבינס טיש פארנט פון אלע חסידים, כאפן באוקסער, רעטעך און א פייג מקיים צוזיין דעם ״והייתם לי לסגולה״ און פאר אריכות ימים (בערל: ונשים).

ביי שאלישדיס גיי איך ארום פון טיש צו טיש כאפן א פישל פון יעדע טעללער הערינג און סארדינס, און בערך צווישן אבות ובנים און מלוה מלכא צייטן שטינקט מיין בעיקטשע פון פלאמס עפעטייזינג אויף ליע עווניא אין קורצע פארנומענע פאריאגטע ערב שבת.

מוצאי פסח שטיי איך אין ליין דריי א האלב שעה צו קענען כאפן די ערשטע סלייז פונעם תנור ראשון.

יוכ״פ קטן גיי איך מיט די רויטע רבי שפאצירן צו אמנון׳ס פיצא אויפן צווייטן שטאק און אונז לערנען דורך די סוגיא פון ׳מתוך השור בתוך הבור׳ איבער עקפלענעט פארמעזשאן.

פון אלץ קליין קינד פיר איך מיך קיינמאל נישט ח״ו אויסצומישן קיין מים אחרונים מיט קיין נעגל וואסער. היל״ת.

שבועות קויף איך בלומען אין פאפא באזאר אויפן וועג צום יריד פון פעטערבורג קיין לייפציג.

איך בין א גרויסע בנש״ק
מיין יחוס:
איך הייס שבת אחים בן הנה מה טוב, בן הנה מה נעים, בן גם יחד
אדער אפשר נישט? (מ׳דארף אנפרעגן ר׳ בערל בעלעגעלה)
אין די פריערדיגע גילגול בין איך געוועהן א סקווירע אהרוני און יעצטיגע גילגול בין איך א חבדסקר נ נח נטורי קרתא ציוני.

ביי די לעצטע עלעקשאון האב איך געוועלט פאר איצו גליקס קאנדידאט, נעמליך די רביצין וואס האט פארלוירן.

ראש השנה ברענג איך צום רעבאו פארן צדקה-וחסד קאסע, זיבן קיען צוויי עופות דריי דרייסיג סמארט-פאונס און א דאזען טעלעוויזעס פאר ארימלייט.

געוונטליכע שמחת יו״ט מיינט ביי מיר בין רגל לרגל...

שבת נאכמיטאג ווען די בויך דרייט זיך מיך שטארק כאפ איך שנעל אריין נאך א גראבע שטיקל קושקע מיט גאלע פון ר׳ מענדל מיטן גאטשע בענדל תיכף דערנאך כאפ איך מיין רעשוואלקע מיט מיין ווייסע שאל און לויף אין שול אריין און זעץ זיך אנידער פארנט פונעם באלעמער בפני כל הקהל וגעמיינדע און פארץ מיך אויס הויך בקול טַ רַ רָם אזש אז סאיז ממש שכרך (ליין: סרכך) הרבה מאד ביז דער רב זז״ג קומט שרייען געוואלד ״שערי נפיחות לא נארמלי״.

שטייצעך די צווייטע טעג יו״ט פארט מען קיין לאק-שעל_דרעק און מ׳עסט חרצנים בלי חשש פון הבל חבל נחלתו און מ׳שפייט אויס אלע קערליך גראד אין פראנט פון די טיר פונעם שכנ׳ס באנגלאו.

די גאטשעס ווילסטו אויך וויסן?
די גאטעשס איז די גאר גאר לאנגע ווייסע גאטיעס מיט אסאך בענדלעך און שטריק הענגן אראפ דערפון און שטעקן זיך ארויס פון אלע זייטן, סרופט זיך די ׳ירושלימע גאטשעס׳ ספעציעל געמאכט געווארן ללא חששות פון ישן, מדינה הטמאה דורך חברת יוראוויטש-אייזנבאך ׳טלית־פאבריק׳ פון אונגארישע חזיר אין מאה שערים.

יעדן טאג פאר סווערט טונקל נעם איך מיך לויפן מאכן הכנות גדולות אין טאהשע-סוכה כדאי צוקענען כאפן די לעצטע סטריזשעווע מנין פון ר״ת תפילין אין מונקאטש.

כהאב מיך לעצטענס איינגעהאנדלט א נייע קאר א 1989 ביויאיק רודמעסטר. זייער א גיטע מציאה רבה, א דאנק ר׳ הלל מאזעס וואס האט מיר אנגעשדכנט איינע פון די פיצי צעטליך וואס מרייסט אראפ פון די מודעות וואס הענגן אויף די ווענט אין שומר שבת. די קאר האט טאקע אסאך מיילעדזש מעהר פון זעקס הונדרעט טויזנט אבער מערסטענס איז בשעת די אלטע בעלבאס פונעם סטעישאנוואגן הרב פאנעט האט פארגעלערנט א שיעור אין די בעק סיט מיט זיין חברותא הרב שטיינווארצל, הרב מארגענשטרן און הרב אונדסדארפער.

איך האב נישט קיין פליפ פאון, איך האב פארמאג בכלל נישט קיין טמנא-כלי וואס הייסט טעלעפאון, די אלע טמנע כלים וכלים שונים כיד המלך ימ״ש איז ביי מיר חזיר-טרייף אפילו די אלטע פובליק-פאונס וואס ארבעטן שוין נישט זינט יאַרע 1985. איך פארמאג בלויז א פארצייטישע ביפער אזויווי מהאט זיך געפירט אין גרויסווארדיין. און אז סאיז גאר וויכטיג קענט איר מיך ביפען 911... שטייסטע???

המשך יבא בלי״נ
פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:22 am#394657
כ'ווייס נישט פארוואס מ'רופט דיך שבת, טויגסט אסאך בעסער פאר stand up...
:lol:
פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:11 pm#394660
דער האט א שפראך
פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:24 pm#394661
נישט סתם, ס'קומט נאך אזוי בנשימה אחת, אינטערסאנט אז ער האט זיך אפגעשטעלט מיט א המשך יבוא
מוצ"ש פעברואר 03, 2018 8:54 pm#394680
ROLF.
זונטאג פעברואר 04, 2018 2:25 pm#394754
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

איך מיין אז דער המשך יבא איז א חלק פון זיין פערסאנאליטעט
זונטאג פעברואר 04, 2018 10:16 pm#394795
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

איך מיין אז דער המשך יבא איז א חלק פון זיין פערסאנאליטעט

און איך מיין, אז די "געווענליך שרייב איך נישט..." איז א טייל פון דיין פערסאנעליטי.