Under maintenance
הויפט זייט » פענן ענד טעללער אויף בראדוועי

פענן ענד טעללער אויף בראדוועי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9379
מיטוואך יולי 29, 2015 11:34 am#292575
פענן ענד טעללער אויף בראדוועי
"פענן ענד טעללער" – Penn & Teller זענען צוויי זייער באקאנטע מעזשישענס (קינצען מאכערס) מיט א גרויסע שאו אין לאס וועיגעס. די צוויי ארבייטן שוין צוזאמען פאר פערציג יאהר און מאכן אומגלויבליכע טריקס וואס קענען אפילו אויסקוקן ווי כישוף.


בילד


צום ערשטען מאל אין אסאך יארן זענען זיי יעצט אין ניו יארק , אין האבן א שוי וואס לויפט אין די זוממער. אלץ א גרויסע חסיד פון זייערע שאוס און א בקי פון אלע קליפס וואס איז דא פון זיי אויף יו טוב , האב איך אוודאי נישט געוואלט פארפאסן די שאו אויף בראדוועי , און איך האב נעכטען נאכט זיך באטייליגט אויף די שאו.

כ'האב זייער הנאה געהאט און די טריקס זענען –ווי אייביג- געוועהן גאוניש. וויבאלד איך בין בקי אין אלע זייערע קליפס האב איך שוין געקענט א חלק פון זייערע טריקס , אבער איך האב נאך אלץ הנאה געהאט צו זעהן לייוו. אויך האב איך געזעהן אפאר נייע טריקס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן. צום ביישפיל , פעןן האט באוויזען צו ליינען די מחשבות פון דריי מענטשען , און האט געמאכט א [פאלטשע] עלעפאנט זאל פארשווינדען ווערן פון איין סקונדע צו די אנדערע.

די שאו איז הויך רעקאמענדעד. דא קען מען קויפען טיקעטס
m http://www.ticketmaster.com/Penn-Teller ... st/2109843 m


אז מ'רעדט שוין פון פענן ענד טעללער דארף מען דערמאנען זייער טי ווי שאו "פענן ענד טעללער : פול אס" וואס קינצן מאכערס מאכן טריקס פאר פענן און טעללער און זיי דארפן אויסגעפינען ווי אזוי זיי האבען עס געטוהן. אויב זיי קענען נישט אויסגעפינען געווינט די קינצן מאכער א טריפ צו לאס וועיגעס צו קענען פערפארמען ביי פענן און טעללער'ס שאו.

אויף יו טוב קען מען זעהן די גאנצע ערשטע סיזען פון "פול אס" , און יעצט האלטען זיי אינמיטן די צווייטע סיזען.

פענן איז דער גרויסער , און טעללער איז די קליינער וואס רעדט קיינמאל נישט

א קליפ פון יו טוב
מיטוואך יולי 29, 2015 6:10 pm#292652
א קארד טשעמיפיאן איז מצליח זיי צו פול'ן (נישט קיין גרינגע זאך).
מורא'דיג
m https://www.youtube.com/watch?v=CRpz0zuAGVs m
מיטוואך יולי 29, 2015 9:19 pm#292708
המלוכה והממשלה, איך גלייך אויך זייער מעדזישק. און ווען איך זע א טריק וואס זעט אויס ווי כישוף פראביר איך אלס צו גוגלען צו זען וואס די טריק איז, און אן ערפאלג. לאמיר דיר פרעגן האסטו שוין אמאל רעווילט א טריק וואס זעט אויס ווי כישוף? למשל די לינק הונטען וואו ער מאכט פון וואסער מטבעות און פון מטבעות פיש, איז מסתבר צו זאגן אז די וואסער איז א סארט מאטיריעל וואס קען באהאלטן וואס ליגט אונטער איר, אזוי ארום זעט מען נישט די מטבעות אדער פיש. אדער זענען די מטבעות אומזעבאר, ביז דערנאך קען מען עס זען. אנדערש איז עס כישוף, ניין?
דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:13 am#292776
פארוואס רעדט נישט טעלער?
פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:36 am#294313
טעללער האט אנגעפאנגען זיין מנהג נישט צו רעדן ווען ער פלעגט נאך פערפארמען אליינס. נאכדעם וואס ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט פענן האט ער אנגעהאלטען זיין סטייל. נאך די שאו קען יעדער צוגיין צו ביידע פון זיי און שמועסן מיט זיי און כאפן סעלפיס.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:25 pm#349291
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
אז מ'רעדט שוין פון פענן ענד טעללער דארף מען דערמאנען זייער טי ווי שאו פענן ענד טעללער פול אס וואס קינצן מאכערס מאכן טריקס פאר פענן און טעללער און זיי דארפן אויסגעפינען ווי אזוי זיי האבען עס געטוהן. אויב זיי קענען נישט אויסגעפינען געווינט די קינצן מאכער א טריפ צו לאס וועיגעס צו קענען פערפארמען ביי פענן און טעללער'ס שאו.
אויף יו טוב קען מען זעהן די גאנצע ערשטע סיזען פון "פול אס" , און יעצט האלטען זיי אינמיטן די צווייטע סיזען.
[]

איך האלט מיט די פול אס סעריא, סאיז זייער אינטערסאנט איך קען נאר נישט כאפען וואס די קונץ איז זיי צו פולען אדער נישט זיי האבן זיך אונטערגענומען צו וויסען יעדע טריק אויפן ערד פלאנעט? און אפי' יא איז עס נישט קיין קונץ, דער געווינער איז געוואר געווארן עפעס וואס זיי ווייסן נישט, אחוץ אויב אלע טריקס דארפען זיין משפחה מיט אנדערע טריקס און מעיזשיקס וואס דאן איז די פוינט אז זיי ווייסן יא די קאנצעפט פון וואס די טריק איז געמאכט מיט, און מיט דעם אלעם האבען זיי נישט אויפגעכאפט די טריק, איך וואונדער מיך ווייל סדא גוטע טריקס און זיי געווינען נישט, לעומת זה איז דא עפעס נישט עפעס כווייס וואס, און זיי געווינען יא
אגב די פול אס קומט פאר אין לאס וועגאס?
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:42 pm#349298
פענן און טעללער קענען יעדע טריק וואס איז דא אויף די מארקעט , און קענען יעדע מהלך אין טריק'ס וואס איז באקאנט. צו מאכן א טריק אז זיי זאלען נישט קענען אויספיגערן ווי אזוי ס'איז געטוהן געווארן איז א גרויסע קינץ.

אנפאנג פון יעדע עפיזאד פון פול אס קען מען הערן אז מ'רופט אויס אז ס'קומט פאר אין וועיגעס.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:33 pm#349316
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אנפאנג פון יעדע עפיזאד פון פול אס קען מען הערן אז מ'רופט אויס אז ס'קומט פאר אין וועיגעס.

סאיז געווען אין א בחינה פון ''פול אס''... :lol: :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:39 pm#349932
ווי מער איך האלט מיט, די סיריס פון פאל אוס, אלטס מער זעה איך וואספארא ריז מיר האבן אין אונזער דור אויסגעקאכט אינעם סוגיא פון מעיזשיק!

אויך די חלק וויאזוי ער איז מסביר און איז מרמז -פארן מעיזשיקען- וויאזוי ער האלט, אז די טריקס איז געמאכט געווארן, קען מען זען אז סאיז נישט סתם הוידעל בוידעל, נאר איינער נוצט די קאפ דא!!