Under maintenance
הויפט זייט » in hasidic custody

in hasidic custody

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9410
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:23 pm#294165
in hasidic custody
איך האב מיר אנגעשטויסן אין א דאקומענטערי איבער א תימנע'ר פאמיליע וואס מ'האט פון זיי צוגענומען זייערע קינדער.

איך האב נישט קיין צייט צו זאגן מיין בליק איבער דעם נושא, און קורצן אבער - דאס איז פשוט נאך א דוגמא פון א טיפיקל חסידישע סעלף-צענטערד וועג פון קוקן אויף די וועלט.

אהן קיין שום הערכה צו די תימנ'ער קולטור, און זיייער אייגנ-ארטיגע לעבנס שטייגער, אריינמישנדיג אייגענע אידאלאגיעס, קען ברענגען צו אזא הארץ-ברעכנדע סיטואציע.

חלק א


חלק ב


חלק ג


חלק ד


חלק ה
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:25 pm#294167
ארבעט שוין ב״ה.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:27 pm#294168
מ'דארף ארויסנעמען די s פון https אין יעדע לינק.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:40 pm#294179
איך האב דאס שוין געזעהן אכצן חדשים צוריק. עס האט מיר אויפגעשוידערט, בפרט אז איך האב מיטגעלעבט די מעשה.

איך ווייס נישט צו דער דאקיומענטערי איז ריכטיג אדער נישט. אבער ווי מען פלעגט נאכזאגן פון צדיקים אז מען דארף גלייבן אז די מעשה האט געקענט פאסירן.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:49 pm#294194
דער בליץ האט אמאל געהאט א גאנצע ארטיקל וועגן דעם. לגבי די עצם זאך איז נישט אזוי פשוט צו באשולדיגן סאטמאר, ס'האט געדויערט זייער לאנג ביז מ'האט געקענט אוועקשטעלן א נארמאלע קהילה פאר זיי, צו האבן גענוג מענטשן א פאסיגער רב וכו', איז דערווייל האט מען געטוהן די בעסטע וואס מען האט געקענט לויט די אומשטענדן.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:52 pm#294195