Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9417
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:22 pm#294603
איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
איך האב א שטיק צייט צוריק געקויפט א LLLL.COM דאמעין (דאס מיינט א דאמעין מיט פיר אותיות). איך האב עס געקויפט מיט'ן חשבון צו פארקויפן ווייטער, און דערווייל שטייט עס ליידיג און טוט גארנישט.

די דאמעין איז נישט א ווארט פון פיר אותיות, אזוי ווי hope.com, נאר פיר רענדאם אותיות, אזוי ווי qrlp.com. אזא דאמעין קען זיין ווערד אסאך געלט פאר איינער וואס דארף עס האבן, למשל אויב ער האט א קאמפעני quality robots like people, וואס די ראשי תיבות איז qrlp. פאר אזא איינעם קען עס זיין ווערד אפילו 10000 דאלאר - אויב ס'איז א גרויסע קאמפעני. אבער סתם אזוי איז עס נישט קיין סך ווערד. אפשר נאר 50 דאלאר.

נעכטן האט מיר איינער געשיקט אן אימעיל אז ער וויל עס אפקויפן. ער שרייבט נישט קיין פרטים וועגן זיך אדער זיין קאמפעני. ווי אזוי זאל איך פארהאנדלען מיט אים צו פארזיכערן אז איך באקום די מערסטע געלט וואס ער איז גרייט צו באצאלן?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:37 pm#294605
זאג פאר יענעם אז די ווילסט 10 אלפים פאר דעם. און סברענט נישט צו פארקויפען. זאג איהם אז די טראכטס עס צו האלטען פאר נאך 10 יאר. ביז סוועט ווערט זיין אזויפיעל. אויב ער וויל נישט האלט עס טאקע. סקאסט פעניס צו האלטען.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:54 pm#294607
וואס פאלט דיר ביי אז ס'וועט זיין מער ווערד אין צען יאר ארום? ס'קאסט בערך 15 דאלאר א יאר. אפשר קען איך טאקע באקומען 10000 דאלאר דערפאר, אבער מיט אזא פארשלאג קען איך פארלירן א נארמאלע אנבאט פון, לאמיר זאגן, 500 דאלאר.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:54 pm#294608
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
זאג איהם אז סגייט זיין א אקשען אויף א געוויסע טאג טאג אין ער קען אריינשיקן זיין ביד פארשטייט זיך געב א מינעמים וויפיל סהייבט זיך אן.

דארפסט שמעקן וואס זיין אינטערעסע איז.
שיק איהם א פארום אויסצפילען טריי צו נאשן ווי מער אינפארמישען וועסטו וויסן ווי די שטייסט.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:58 pm#294610
און 10 יאר וועט זיין א זעלטענהייט צו קענען קויפען א דאמעין פין 4 אותיות. ממילא וועט עס קאסטען מער ווי היינט.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:59 pm#294611
צו האלטען פאר 10 יאר קאסט א נישטיגע 150 דאלער. סווערט
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:04 pm#294612
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
ביסט גערעכט מיט דעם אז סגייט זיין שווער צו טרעפן א דאמעין מיט פיר אותיות.
אבער לאמיר פארשטיין פארוואס האסטו עס געקויפט ?
האסטו נאר באקומען איין ריקוועסט ?

די קאמפעני גייט גיין ווייטער זיי ווייסען שוין יעצט וויפיל די נאמען איז זיי ווערד.

אז די קענסט מאכן 5 אלפים ביסטו אויך גוט סהאט געקאסט פאר דיר 9.99

אין צי האלטן 10 ווייל מגייט קענען פארקויפן פאר 10 טויזנט איז אביסעל א שוואכער אינוועסטמינט.
כן נראה לי
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:36 pm#294615
פרוביר אים אריינצודרייען א שמועס און ווער געוואר וואס ער טוט, וועסטי קענען בעסער אפשאצן
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:44 pm#294617
Kave.com איז נאך available?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:00 pm#294625
ניין
זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:01 pm#294626
ביי godaddy קענסטו אלעס זעהן
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:03 pm#294643
די בעסטע פלאץ צו זעהן וועלכע domains זענען נאך available איז ביי Google Domains, און מען קען אויך זעהן ווער ס'איז די בעה"ב פון די domain.

domains.PNG
domains.PNG (20.67 KiB) געזען געווארן 5580 מאל


אבער ווען מ'וויל עפעס קויפן דארף מען קוקן אויך ביי Goddady ווייל זיי האבן עס אסאך מאל פאר ביליגער
זונטאג אוגוסט 09, 2015 7:40 pm#294685
איך האב א דאמעין וואס איך האלט שוין אפאר יאר אבער איך האב נישט קיין סייט אויף דעם און איינער האט מיר לעצטענס געשיקט א אימעיל אז ער וויל עס האבן, אבער ער זאגט אז ער איז נישט גרייט צו צאלן, ער וויל א חסד. דערווייל בין איך נישט גרייט אויף דעם חסד.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 9:40 pm#294700
זאג איהם ער זאל טוהן א חסד אין דיר געבען אפאר דאלער וועסטו צוריק טוהן דעם חסד.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:39 pm#294805
כ'האב דאס געענטפערט. כ'וועל דא באריכטן אויב ס'גייט ווייטער.

(His name),

Thank you for your inquiry. The domain name ****.com was acquired for development, but the project has been put on hold at this point. At this time we are willing to consider serious offers that are presented.

Sincerely,
(My name)
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 8:41 pm#294834
זייער גוט און זייער פראפעשענעל.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:26 pm#294840
רבותי: איך האב אויך א ..."דאמעין נעים"... און איך אסר פאר א יעדן איינעם עס צו נוצן. אומבאצאלט. איך טראכט צו ליעסן אדער פרענטשייז'ן עס. איך וועל מגלה סוד זיין פאר די מעמבערס פון קאווע שטיבל. אבער בתנאי אז מ'וועט נישט פארציילן פאר קיין פרעמדן. והנה...moshezichmech.com
אויך טראכט איך אפשר עס אויס צו אקשענ'ען. וכל הקודם זכה... :lol: :roll:
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:28 pm#294841
סדא א עכטע אידוסטרי פין פארקויפען דאמעיןס. איך זעה נישט וואס די געלעכטער איז
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:30 pm#294842
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:סדא א עכטע אידוסטרי פין פארקויפען דאמעיןס. איך זעה נישט וואס די געלעכטער איז

די געלעכטער איז אויף דעם וואס געט געלט פאר די שטותים, וואס מ'קען האבן אומזינסט...!
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:40 pm#294843
אז איינער וויל דווקא די דומעין איז עס נישט א זאך וואס ער קען האבען אומזינסט. וואס פארשטייסטו נישט?
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:41 pm#294844
בעל עגלה איך בין שאק׳ד פון דיין תגובה :shock:
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:49 pm#294848
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אז איינער וויל דווקא די דומעין איז עס נישט א זאך וואס ער קען האבען אומזינסט. וואס פארשטייסטו נישט?

שוין. פארטיי איך נישט.ס'איז דאך נאר א ווערטל. דאמירן בעלמא...!
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:29 pm#295149
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:און 10 יאר וועט זיין א זעלטענהייט צו קענען קויפען א דאמעין פין 4 אותיות. ממילא וועט עס קאסטען מער ווי היינט.


איך מיין אז אין צעהן יאר וועט כמעט קיינער נישט וועלן צאלן פאר א דאט קאם דאמעין מער ווי רעגולער פרייז.
ס'האט זיך אויפגעמאכט פאר public use אסאך נייע top level domains וואס וועט אראפנעמען די חשיבות פון א דאט קאם דאמעין.
אפילו גוגל'ס נייע טאטע קאמפעני Alphabet האט גענוצט א .xyz פאר זייער נייע סייט.
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:33 pm#295150
ווי אזוי קען מען וויסען וואס ס׳איז א טאפ לעוועל דאמען אין וואס נישט?
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:33 pm#295160
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
טאפ לעוועל דאמעין מיינט די אותיות נאך די פינטעלע אזוי ווי .com .xwz .net .guru .org וכו'
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:43 pm#298312
אפדעיט:

עס איז שוין דורך מער פון צוויי וואכן, און יענער האט קיינמאל נישט געענטפערט אויף מיין ענטפער. אבער היינט פארטאגס האב איך באקומען א פרישע אימעיל:

Hello,
I'm looking to buy the domain ****.com. I can offer $150. Please let me know if it's available.

Thank you
(name)

עס איז מעגליך אז ער איז דער זעלבער מענטש וואס האט מיר פריער געשיקט די אימעיל, נאר ער וויל זיך מאכן ווי א פרישער מענטש כדי גלייך אנצופאנגען מיט א נידריגן פרייז. אויב וואלט ער געזאגט אז ער איז דער זעלבער מענטש ווי פריער וואלט ער נישט געקענט אפערן $150 נאכדעם וואס איך האב געשריבן אז איך בין גרייט צו הערן נאר serious offers. יעצט אויב איז עס טאקע דער זעלבער מענטש איז דער פאקט אז ער שפילט זיך ארום, און איז נאך אלץ אינטערעסירט צו קויפן נאך עטליכע וואכן, ווייזט אז ער איז זייער שטארק אינטערעסירט אין מיין דאמעין נעים, און איך קען יא בעטן א געפעפערטע סכום.

אויב איז עס טאקע נישט דער זעלבער מענטש ווי פריער, איז אויך אינטערעסאנט אז נאכדעם וואס כ'פארמאג שוין דעם דאמעין נאמען פאר עטליכע יאר, זאל אין א חשבון פון צוויי-דריי וואכן צוויי באזונדערע מענטשן האבן חשק עס אפצוקויפן. דאס ווייזט אז דער דאמעין האט עפעס א שוויות וואס איך ווייס נישט און אנדערע ווייסן יא, און איך דארף עס אויסנוצן צו בעטן א הויכן פרייז.
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:58 pm#298314
ווילסט עס דען פארקויפן פאר אזוי ביליג?

אויב יא, דאן זאג אים דעם אמת אז א צווייטער האט שוין געוויזן אינטערעסע די לעצטע עטליכע טעג און זע אויב ער איז גרייט ארויפצוגיין צו $250-$500.
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:18 pm#298319
כ'וויל באקומען אזויפיל וויפיל ס'לוינט זיך פאר אים צו באצאלן. שטעל דיך פאר אז איך פארקויף עס אים פאר 500, און אין צוויי וואכן ארום ווערט אויף דעם געלאונטשט א נייע וועבסייט פון עמעזאן. כ'וועל זיין צופיצלט אויף שברי שברים, ווייל כ'וואלט געקענט באקומען דערפאר 20,000. דערפאר דארף איך מאכן די דאמעין גאר חשוב אין מיינע אויגן, אז ער זאל אפפערן די בעסטע פרייז וואס ער קען נאר. אויף דעם ארויף וויל איך הערן איידיעס און טריקס.
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:32 pm#298332
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
איז פאר דעם 150 מענטש ענפער אז סארי אבער האסט באקומען אסאך העכערע אפערס.

אין מה נפשך איז ער די זעלבע זעהט ער אז סאיז נישט קיין מאנקי ביזנעס איז עס א פרישער לייגסט איהם אריין פייגליך אז דאס לויפט פאר טייער..
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:19 pm#298353
זייער גוט געזאגט ר' גרויסע. כ'וועל ארבעטן אויף עפעס אזא ענטפער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:02 pm#302253
באקומען א פרישע אפפער פאר $700.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:21 pm#302264
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
אנאליזירער האט געשריבן:באקומען א פרישע אפפער פאר $700.

זעהט אויס סאיז א גוטע נאמען.......
בלייב ווייטער מיט דיין פאזעטיווע מהלך
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:54 am#312135
באקומען נאך אן אפפער פאר $1000!

און פריער האב איך מיך אנגעשטויסן אין אן ארטיקעל וואס איז מסביר וואס דא גייט פאר מיט מיין (און ענליכע) דאמעין.
m http://techcrunch.com/2015/12/12/china- ... e-history/ m
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:20 pm#314680
באקומען נאך אן אפפער פאר 1300 און נאכדעם פאר 1500.

נעם איך אן אן אפפער, אדער זאל איך ווייטער ווארטן?

פון איין זייט זע איך די פאקט אז די אפפערס ווערן העכער און העכער, און פון די אנדערע זייט האב איך מורא אז איך קען פארפאסן א גוטע אפפער.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:19 pm#314693
כאפ און לויף!

ס'דא א שיינע טשענס אז ביז א שטיק צייט איז עס אסאך ווייניגער ווערט, ווייל אזוי ווי די מאנגעל ווערט גרעסער און גרעסער גייט מען אנהייבן אריינצוקומען מיט whatever. אנשטאט com. יעדע אינדוסטרי אדער ביזנעס טייפ וועט זיך האבן זיין אייגענע סארט com.

ס'איז שוין יעצט דא געציילטע ביזנעסעס וואס האבן עס שוין, און ווי אויך איז דא קאמפאניעס וואס אינוועסטירן יעצט אין די אלע סארט .com וואס וועלן זיין פאפולער ווען דאס ברעכט זיך איין ווי למשל coffee .food. וכו'

דאס איז זיכער אז עווענטועל מוז קומען א טויש ווייל ס'וועט פשוט נישט זיין גענוג. די שאלה איז ווי טייער וועט עס נאך ווערן פאר די קראך, ממילא איז עס א געמבל פונקט ווי א סטאק, און דו קענסט איין טאג אויפשטיין און ס'איז נישט ווערט קיין פעני.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:31 pm#314712
Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים
דארפסט ווייטער שמעקן פארוואס זיי דארפן עס.
אסאך מאל אפי עפעס א גרויסע קאמפעני גייט עס קויפן האבן זיי אויך א בודזט ווי ווייט זיי ווילן גיין.

פין די אנדערע זייט איז אקשען דאמעינס א גוטע ביזנעס.

איז רוף אן ביידע בידדערס אין שמעק אויס ביז ווי זיי ווילן צאלן דערפאר אין פארוואס זיי דארפן עס.
למשל קענסט איהם זאגן ער קען עס היינט קויפן פאר $5000 אין קיק זיין ריעקשין וואס ער ענפערט.